בלאט 1 פון 1
נאפאלעאנ'ס סנהדרין
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 3:55 pm
דורך שמעקעדיג
ליינענדיג לעצטנס אין "דער איד" איבער נאפאלעאן'ס סנהדרין, האב איך זיך געריבן די אויגן צי איך לייען טאקע די ווערטער אין "דער איד"?
דער ענין האט מיר שוין לאנג פאראינטרעסירט, און איך האב עס אדורכגעלייענט מיט נייגער און דורשט. ווען איך האב זיך אנגעשטויסן אין די שאלות ותשובות וואס נאפאלעאן האט געפרעגט די קאמיטע אידן, בין איך געבליבן געפלעפט.
איך וואונדער מיך צו היינטיגע צייטן וואלטן אויך געווען אזעלכע סארט תשובות? אדער א רב וואס וואלט נאכגעזאגט די ווערטער וואלט געווארן אויגעשפיגן און מוחרם פון כלל ישראל?
אט ברענג איך אייך א קאפיע פון דעם ארטיקל מיט שאלות ותשובות, לייענט און האט הנאה:
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 4:00 pm
דורך ברסלבער
וועלכער חלק איז דיר אזוי אינטערעסאנט?
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 4:05 pm
דורך שמעקעדיג
בעיקר די 3 תשובות אז מען באציהט זיך צו די גויים ווי אייגענע ברודער און זיי העלפן און באשיצן (עס איז "א חוב"!), און אז מיר וועלן פארטיידיגן דאס לאנד (גיוס? ביטול תורה?), און אז מען טוט גערן אלע סארטן ארבעט און פראפעסיעס (נישט נאר פליפן הייזער און קעשיער ביי גראסעריס און B&H),
עס הערט זיך אזוי ווייט פונעם היינטיגן מציאות אז כ'קען מיר עס נישט מדמה זיין.
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 4:08 pm
דורך ברסלבער
איז דען דעמאלט יא געווען דאס דער מציאות? מען האט דאך נאר געענטפערט אז 'בשיטה' האלטן די אידן אזוי.
און וואס וואלטן היינט די רבנים געענטפערט פאר די אמעריקאנע רעגירונג ווען מען פרעגט די שאלות?
---
ראובן האקט
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 4:09 pm
דורך פלעין יודיש
אבטולמוס האט געשריבן:אויף די זאכן איז דאך אייביג דער תירוץ אז דאס האט מען נאר געזאגט צוליב שלמה של מלכות, אבער אוודאי האבן ערליכע אידן באמת יא פיינט גוים, און האבן נישט קיין שום אינטערעסע פאר דער טובה פונעם לאנד, און וועלן אוודאי נישט טון קיין ביליגע ארבעט וואס פאסט נאר פאר נידריגע שפאנישע און פארטאריקאנער.
ראובן!!!
מענין לענין קיקסטו אויס גאנץ ענליך צו נאפאליען
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 4:13 pm
דורך שמעקעדיג
דער לעצטער זאץ פונעם העתקה האט מיר געמאכט טראכטן אז נאר יענעם שטיקל האט מען משנה געווען מפני דרכי שלום, משא"כ די איבריגע.
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 4:34 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 4:51 pm
דורך לית דין בר נש
שמעקעדיג איך פארשטיי ממש נישט וואס די ווילסט עס איז דא פיינט האבן! אין עס איז דא פיינט האבן! מיר אידן האבן פיינט דאס גוי אויף די וועג ווי אזוי ער פירט זיך אויף וכו' אבער אז א גוי דארף עפעס אדער סתם ווען א איד טרעפט א גוי איז דא עפעס א שנאה מצד די איד? אין אודאי ביי יעדע נארמאלע מענטש ווען א גוי דארף זיין שיצונג טוט ער עס אזיווי עס איז א חוב.
וועלכע סארט ארבעט טוהן נאכנישט אונז אידעלעך?
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 8:02 pm
דורך וועפערייזער
פראסטיקיושן!
שמעקעדיג, בעסער קלויב דיר אויס אן אלטן יידישן ביכל פון דעם אנליין, ווי איידער ליינען אין דער איד און גלויבן דערין קודש קדשים.