בלאט 1 פון 1
אהיימברענגען א בחור פון א"י פאר א בר מצוה
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 11:08 am
דורך shlomyg
צי דארף מען אהיימברענגען א בחור פין א"י פאר א ברידער'ס בר מצוה?
די בר מצוה וועט זיין אי"ה אפאר וואכן נאכן אנהייב פינעם פרישען זמן נאך פסח.
טייל זאגען אז ס'נישטא קיין שים סבה אהיימציברענגען א בחור פאר א בר מצוה סיי בנוגע ביטול תורה סיי די $1500-$1400 וואס דאס קאסט אפ
אנדערע שרייען אז ס'איז נישט ריכטיג וועגן אפאר טאלער זאל א ברידער פארפאסן אזא שמחה
וואס זאגט איר?
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 11:28 am
דורך הרב_שלום
עס איז דאך שוין בין הזמנים
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 12:07 pm
דורך outspoken
לענ''ד נישט אהיים ברענגען, די שענסטע זאך פארן עלטערע ברידער, איז זיין אבוועזענהייט פונם בר מצוה ווייל ער איז אוועקגעפארען הארעווען על התורה, און דאס וועט מען אייביג געדענקען אויף די פיקטשורס.
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 12:12 pm
דורך משולם שטיינפעלד
נישט אהיימברענגען.
איינע פון די מעלות פון אוועקשיקן פון אונטער די מאמעס פארטוך, איז צו ווערן מעטשור, זעלבסטשטענדיג.
אהיימברענגען צו א בר מצוה, א בר מצוה איז א פארהעלטנסמעסיג קליינע שמחה, איז פארקערט ווי די ציהל פון ווערן זעלבסטשטענדיג. צו א קידוש און א ברית ברענגט מען זיכער נישט אהיים, אמת?
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 1:47 pm
דורך טיטאניק
אז מען האט עס פון ווי צי באצאלען פארוואס נישט?
משפחה איז פאר אלעם! זאל דער ברידער נתחנך ווערען אז פאר דער טאטע מאמע איז די וויכטיגסטע זאך אחדות און הארץ איין ברידער פארען צווייטען
בפרט ווען מען האלט יעצט שוין כמעט בין הזמנים און מען לערנט שוין נישט קיין אידיש ווארט זייט ערב ראש חודש אדר ביז חצי אייר
ברענג עם אהיים
און העכסטענעס מאך א תנאי מיטען גרויסען ברידער אז ער מיז זיך אינטערנעמען צי לערנען יעדע טאג לפחות אפאר שעה רציפות אין בית המדרש און דאווענען בציבור 3 תפילות א טאג און שחרית זאל נישט זיין שפעטער פון 8
דאס וועט לכאורה זיין די בעסטע חינוך פאר דער קליינער ברידער דער בר מצוה בחור, איינס די אהבה וואס איין ברידער דארף האבען פארען צווייטער, צוויי אז כאטש עס איז שוין בין הזמנים דאך זיצט דער גרויסער ברידער מרצונו הטוב און לערנט פלייסיג
און וואלט נישט געווען שלעכט אז ווען דער פרישער בר מצוה בחור קימט אהיים פון ישיבה זאל ער האבען א שיעור מיטען גרויסען ברידער פאר א האלבע שעה
דאס איז די שענסטע זאך
הנה מה טוב ומה נעים שבת אחד גם יחד
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 1:52 pm
דורך לאליפאפ
דער אמת איז אז ס'ווענדט זיך כפי די מצב, טאמער איז עס א מורא'דיגע זאך ס'קומען פעטערס ברודערס פון אלע עקן וועלט וכו' און מ'גרייט זיך דערפאר איז אולי, אבער נארמאלע בר מצווה וואס ענדיגט זיך דארט 11:30 און ס'איז נישט ווער ווייסט וואס פעהלט נישט אויס (סיידן דער ברודער פילט אז מ'שניידט עם ארויס פון א העווי אקעיזשן). איך פערזענליך בין נישט אהיינגעקומען פון ארץ ישראל צו מיין ברודער'ס בר מצווה וועלכע איז פארגעקומען אנהייב חשוון, איך האב אים געשריבן א הערליכן פאום און געגאנגען ווייטער.
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 1:54 pm
דורך shlomyg
טיטאניק האט געשריבן:אז מען האט עס פון ווי צי באצאלען פארוואס נישט?
משפחה איז פאר אלעם! זאל דער ברידער נתחנך ווערען אז פאר דער טאטע מאמע איז די וויכטיגסטע זאך אחדות און הארץ איין ברידער פארען צווייטען
בפרט ווען מען האלט יעצט שוין כמעט בין הזמנים און מען לערנט שוין נישט קיין אידיש ווארט זייט ערב ראש חודש אדר ביז חצי אייר
ברענג עם אהיים
און העכסטענעס מאך א תנאי מיטען גרויסען ברידער אז ער מיז זיך אינטערנעמען צי לערנען יעדע טאג לפחות אפאר שעה רציפות אין בית המדרש און דאווענען בציבור 3 תפילות א טאג און שחרית זאל נישט זיין שפעטער פון 8
דאס וועט לכאורה זיין די בעסטע חינוך פאר דער קליינער ברידער דער בר מצוה בחור, איינס די אהבה וואס איין ברידער דארף האבען פארען צווייטער, צוויי אז כאטש עס איז שוין בין הזמנים דאך זיצט דער גרויסער ברידער מרצונו הטוב און לערנט פלייסיג
און וואלט נישט געווען שלעכט אז ווען דער פרישער בר מצוה בחור קימט אהיים פון ישיבה זאל ער האבען א שיעור מיטען גרויסען ברידער פאר א האלבע שעה
דאס איז די שענסטע זאך
הנה מה טוב ומה נעים שבת אחד גם יחד
די בר מצוה וועט זיין אי"ה אפאר וואכן נאכן אנהייב פינעם פרישען זמן נאך פסח.
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 2:53 pm
דורך שרייבער
outspoken האט געשריבן:לענ''ד נישט אהיים ברענגען, די שענסטע זאך פארן עלטערע ברידער, איז זיין אבוועזענהייט פונם בר מצוה ווייל ער איז אוועקגעפארען הארעווען על התורה, און דאס וועט מען אייביג געדענקען אויף די פיקטשורס.
אי משום פיקטשער, אין די היינטיגע וועלט קען מען אים רואיג אריינשטעלן אין פיקטשער אפילו ער איז נישט דארט געווען, וכן ראיתי אצל כמה משפחות חשובות שנוהגים כן