פון די אנדערע זייט טיר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

פון די אנדערע זייט טיר

שליחה דורך ברסלבער »

הערט אויס א שמועס:

[justify]
    ..טאטי, איינער ווארט ביי די טיר.
    ..ווער איז דארט?
    ..איינער גייט נאך געלט.
    ..שוין ווייטער א שנארער, מען קען נישט פטור ווערן פון די חברה! זאג אים אז דיין טאטע איז נישט אינדערהיים.
    ..מיין טאטע האט געזאגט אז ער איז נישט אינדערהיים…

דער געשפרעך -- אדער עפעס ענליך צו דעם -- הערט גאנץ אפ איינער וואס גייט צוזאמקלויבן נדבות, צו מזכה זיין אידן מיט די מצוה פון צדקה.
טאקע א באנדע בלוט-זויגערס - די צדקה-גייערס, זיי האבן נישט בעסער'ס וואס צו טוהן נאר ארום צו גיין און אויסזויגן דאס לעצטע ביסל בלוט פונעם עולם. וואס ווילן זיי? זאלן זיי גיין ארבעטן און צורוה לאזן די מענטשהייט.

לאמיר אבער כאפן א בליק אויף די אנדערע זייט טיר וואס דארט גייט פאר. דארט שטייט א איד מיט א צובראכן הארץ. נישט גרינג איז אים אנגעקומען צו מאכן דעם באשלוס צו גיין איבער די הייזער נאך געלט. ווער עס האט עס נאכנישט אויספרובירט קען זיך נישט פארשטעלן די בזיון עצמי וואס א מענטש פיהלט ווען ער דארף גיין נאך געלט. דאס איז אפילו ווען מען גייט פאר א צווייטן, און כל שכן ווען מען גייט פאר זיך. עס איז בכלל נישט קיין בא'טעמ'טע עסק, עס קאסט אפ אסאך כוחות הנפש דאס צו קענען באווייזן.

קיינער גייט נישט נאך געלט פאר שוואוילטאג. צו האבן און שפירן דעם געפיהל פון ואנכי עפר ואפר מיט אלע מפורשים, צו דעם דארף מען האבן א שטארקע דראנג דאס צו קענען באווייזן. אדער ווייל מען האט א שטארקע געפיהל פאר דעם צוועק פאר וואס מען גייט. אדער ווייל נויט ברעכט אייזן האט ער זיך גענומען די שטארקייט און איבערגעלאזט דאס ווייב און קינדער אין אר"י צו גיין אנקלאפן אויף די טירן. אדער אפילו א היזיגער וואס קען נישט ענדיגן דעם חודש, און אנשטאט זיך אנבארגן פון די גאנצע שטאט אן קיין חשבון פון וואו עס צו באצאלן, גייט ער ארום צו אידישע הערצער און קלויבט צוזאם א דאלער נאך א דאלער.

"זאל ער גיין ארבעטן" -- טראכט מען צו זיך בשעת'ן געבן דעם אויסגעקארגטן דאלער, מען שפירט ממש ווי מען האט זיך אפגעשניטן א שטיקל פינגער פאר יענעם. עס זאגט זיך לייכט -- גיי ארבעטן. אבער איז עס דען אזוי פשוט? וויל ער דען נישט גיין ארבעטן, וואלט ער דען נישט געגאנגען ארבעטן אנשטאט דארפן גיין איבער די הייזער? אדער טרעפט זיך אים נישט קיין ארבעט. אדער האט מען אים אקארשט ארויסגעווארפן פון זיין דזשאב. אדער קען ער מחמת סיבות שונות ומשונות נישט ארבעטן. אדער ארבעט ער יא, אבער עס קלעקט נישט אויף די גרויסע הוצאות.

הכלל, דארט אויף די אנדערע זייט טיר שטייט א מענטש. א מענטש מיט פיהלינגס פונקט ווי איך און דו, א מענטש געקנאטן פונקט פונעם זעלבן טייג וואס מיר זענען געקנאטן, א מענטש וואס איז נישט קיין ראבאט, ער האט אויך א טאטע מאמע ווייב און קינדער. נאר זיין גורל איז אויסגעפאלן אז ער דארף ארום גיין איבער די הייזער קלייבן נדבות.

איינמאל מען ווייסט דעם סוד אז דאס איז טאקע א מענטש, וואס בעפאר יעדע קלאפ אויפן טיר פיהלט ער ווי די נשמה פליעט אים ארויס פאר בושה. דאן ווייסט מען אז מען דארף אים אויך באהאנדלן ווי א מענטש.


עטליכע כללים
לאמיר געבן עטליכע כללים וואס איז גוט צו וויסן אין דעם נושא, וישמע חכם ויוסף לקח.

> די ערשטע כלל איז טאקע דאס, מאך אים פיהלן ווי א מענטש. קודם מאך דיך בכלל וויסענדיג פון אים. דאס אינגנארירן דעם געלט-גייער כאילו ער עקזיסטירט נישט בכלל -- וואס ליידער טוהן אסאך מענטשן אזוי -- דאס איז דאס ארגסטע געפיהל וואס מען קען יענעם דערלאנגען.
א געלט-גייער קלאפט, מען גייט צו קוקן ביים לעכל ווער עס איז דארט, און מען שפאצירט אוועק כאילו לא היה. דער געלט גייער בלייבט אין א פארגעלעגנהייט. ער האט באמערקט אז מען האט געקוקט ווער ס'איז דארט, און ער ווייסט נישט אויב יענער פלאנט צו ברענגן יעצט געלט, אדער יענער וויל אים פשוט איגנארירן, בלייבט ער ווארטן עטליכע מינוט, און ווען ער זעהט אז קיינער באווייזט זיך נישט, גייט ער ווייטער מיט א שווער הארץ.
דאס איז בלויז רשעות. אויב דו ווילסט ברענגן געלט, זאג: "איין מינוט". אויב דו ווילסט נישט געבן, זאג: "איך האב נישט יעצט", "איך קען נישט עפענען יעצט", אדער סיי וואס. אבער נישט איגנארן, סיי איז דאס א רשעות אלס מאכן יענעם פאר א גארנישט. און סיי אז דו רויבסט צו יענעמ'ס צייט וואס ער וואלט געקענט אין די צייט גיין צו נאך פינף טירן.

> אז דו געבסט שוין יא, טוה עס אויף די ריכטיגע וועג. די גמרא זאגט (ב"ב ט' ע"ב) כל הנותן פרוטה לעני מתברך בשש ברכות, והמפייסו בדברים מתברך בי''א ברכות. וואס מיינט המפייסו? פשוט מען בעהט אים איבער. מען געבט וויפיל מען קען, זאל עס זיין א קוואדער, א דאלער, א פינעווער. אבער ווען דו געבסט עס, זאג אים מיט א שמייכל: "דאס האב איך יעצט. גלייב מיר אז ווען איך האב ווען וואלט איך דיר געגעבן אסאך מער". עס נעמט בערך א סעקונדע צו זאגן, אבער די גוטע געפיהל וואס דאס געבט פאר יענעם איז אין לשער. ער פיהלט אז מען האט אים נישט סתם צוגעווארפן א מטבע ווי פאר א פגע-רע, נעם דיר און טראג דיך אפ פון דאנעט. ניין, מען האט א געפיהל צו אים.

> קריך נישט אריין אין די קישקעס. פאר וועם גייסטו? הכנסת כלה, ווער איז דער חתן? האסט אן המלצה בריוו? מען קען מיינען אז דו גייסט אים דא אויסצאהלן די חתונה אדער כאטש געבן א טויזנטער. סך הכל וועסטו אים געבן א דאלער, אדער אפאר דאלער. נו זיין בארד און פאות איז נישט ווערד דעם דאלער? ער מוז דיר אויפווייזן מיט הוכחות ברורות פארוועם און פארוואס ער גייט?
און וואס איז אויב ער גייט צו צאהלן זיין גראסערי ביל, ער שעמט זיך אבער דאס צו זאגן, זאגט ער אז ער גייט פאר הכנסת כלה/ ביקור חולים/ ביקור גומלין/ אדער וואטעווער. קומט זיך אים שוין מיתה פאר דעם? געב וויפיל דו קענסט/ווילסט געבן און לאז אים לעבן. און אז דו ווילסט נישט געבן זאג אז דו האסט נישט יעצט צו געבן. אבער קריך נישט אין יענעמ'ס קישקעס אריין.

> זיי אויך נישט איבער-העפליך. ווען איינער האט דעזינגנירט די שעה-צוויי אז ער וויל יעצט גיין נאך געלט, וויל ער עס אויסנוצן צו די מאקסימום. און דעריבער איז נישט כדאי צו זיין צו העפליך און אויפהאלטן יענעם אפילו פאר גוטע צוועקן.
מענטשן זענען העפליך און שלאגן פאר אויב יענער ברויך עפעס צו טרינקען. און ווען יענער זאגט יא, גייט מען זוכן עפעס צו טרינקען מיט א גלעזל, און נאך צעהן מינוט קומט מען צוריק מיט א גלעזל וואסער. עס קען זיין אז ער דארף טאקע צו טרינקען, אבער זיין צייט איז אים וויכטיגער ווי דאס טרינקען. אויב דו ווילסט טאקע טוהן די מצוה בשלימות, ברענג אים גלייך צו א גלעזל וואסער מיטן דאלער אינאיינעם. דאן האסטו אים געגעבן צו טרינקען און נישט אויפגעהאלטן זיין צייט.
אנדערע זענען נאך מער העפליך און רופן יענעם אריין זיך אראפצוזעצן און געבן יענעם עפעס צו עסן. "ווארט נאר א מינוט איך ווארים אן די זופ פאר דיר". דאס איז זייער נישט קיין שיינע זאך צו טוהן. יענער פיהלט זיך שולדיג פאר די געלט וואס דו געבסט אים און ער קען נישט אפווארפן דעם פארלאנג.
ווען מען קען יענעם יא אריינרופן איז אויב יענער בעהט מפורש אז ער וויל זיך אראפזעצן און דו ביזט ביכולת נאכגעבן זיין פארלאנג. אדער אויב דו פלאנסט אים צו געבן עפעס א גרעסערע סכום מער פון עווריטש, דאן האט פשט יענעם אריינצורופן, און מיט די גרעסערע סכום האסטו באצאהלט די צייט וואס ער וואלט געקענט גיין צו אנדערע הייזער.

> הער אויס וואס יענער האט צו זאגן. כאטש עס מאכט סיי ווי נישט אויס, די מינוט וואס דו האסט יענעם געזעהן האסטו שוין אפגעמאכט וויפיל דו ווילסט אים געבן. אבער געב אים כאטש א שטיקל הארץ, מיטן ווייזן כאילו דו ביזט אינטערעסירט צו הערן וואס ער האט צו זאגן. און הערשט דערנאך געב אים דאס געלט.


א מתנה ביים טיר
אין זוהר הק' (וירא ק"ד) שטייט: "וועם דער אייבערשטער האט ליב, שיקט ער אים אן ארימאן צו די טיר". במדה שאדם מודד מודדין לו, ווען מען געבט צדקה פאר אן ארימאן און נאכדערצו ווען מען געבט דאס מיט הארץ און מיט געפיהל, מיט דעם מאכט מען אז דער אייבערשטער זאל דיר אויך געבן וואס דו דארפסט מיט הארץ און מיט געפיהל, בשפע ובניקל. אמאל איז דער מענטש נישט ראוי געהאלפן צו ווערן, שיקט אים דער אייבערשטער אן ארימאן אלס מתנה, און ווען דער מענטש האט שכל און ער נעמט אים אויף שיין, כאטש נישט אייביג איז דער ארימאן ראוי דערצו, דאן וועט דער אייבערשטער -- מדה כנגד מדה -- אויך דיר געבן אפילו דו ביזט נישט ראוי דערצו.

און פארקערט זאגן חז"ל (תמורה ט"ז ע"א) זייער הארב: בשעה שעני הולך אצל בעל הבית ואמר פרנסני. אם מפרנסו מוטב. ואם לאו, עשיר ורש נפגשו עושה כולם ה'. מי שעשאו עשיר לזה עושה אותו עני, עני לזה עושה אותו עשיר. קיינער פארלאנגט נישט אז דו זאלסטיך אויסטוהן דאס העמד פאר אים. אבער געב אים כאטש עפעס, און מיט אסאך הארץ און געפיהל, וואס דאס קאסט דאך נישט קיין געלט.

עס איז באקאנט אז הרה"ק מסאטמאר ז"ל האט זייער שטארק געפאדערט פון זיינע בחורים אז זיי מוזן גיין נאך געלט, און ווען עס איז געווען בחורים וואס האבן געוואלט געבן דאס געלט פון זייער אייגן טאש האט ער עס נישט געוואלט נעמען. איך וויל אז דו זאלסט אליין גיין נאך געלט -- האט ער געזאגט.

היינט זעהנדיג מיט וואסערע זלזול מען גייט זיך אום מיט געלט-גייערס -- כאילו זיי וואלטן געווען ווייסיך וואס -- זעהט מען ווי גערעכט ער איז געווען. נאכדעם וואס דער בחור איז שוין געגאנגען נאך געלט, און גוט געפיהלט דעם טעם, דאן וועט ער שוין גאר אנדערש אויפנעמען איינעם וואס קומט צו זיין טיר.

און באמת האט ער לכאורה געהאט נאך א כוונה ביי דעם. אז די בחורים זאלן זיך צוגעוואוינען צו גיין נאך געלט, און אויב עס וועט זיך אמאל מאכן א ענגע מאמענט, זאלן זיי נישט ווערן פארלוירן און זיך פארשולדיגן פאר די גאנצע שטאט, נאר זיי זאלן האבן די מעגליכקייט צו אויסשטרעקן א האנט און בעטן נדבות. די וועלט זאגט: "מען שטארבט נישט פאר הונגער, מען שטארבט פאר בושה". אנדערע זאגן: "פארוואס איז מען פושט רגל? ווייל מען קען נישט פושט יד זיין". און איינער וואס האט זיך צוגעוואוינט אלס בחור צו גיין נאך געלט, קען ער שוין ענדערש אראפשלינגען דעם ביטערן פיל.

זאל דער אייבערשטער העלפן אז אין דעם זכות וואס מיר וועלן זיך אויפפירן צו די געלט-גייערס ווי צו נארמאלע מענטשן, זאל מען קיינמאל נישט דארפן צוקומען דערצו. מען זאל אייביג קענען טיילן און נישט דארפן נעמען.[/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

זייער שיין, אפשר קענט איר אויב מעגליך אדערסירן וויזוי זיך אומציגיין מיט א שנארער וואס איז זייער פושי, pushy

למשל, איך עפן די טיר, זאגט דער שנארער: קען איך אריינקומען אין שטוב עפעס דורכשמועסן
און ווען איך געב כפי השגתי, געבט ער א פנים ווי איך האב געשווענדט זיין צייט,
אמער ער איז דאך אריינגעקומען "זיך דורכשמועסן"
אויב איך זאג אויפן העפליכסטער טאן, "איך האב נישט מיט מיר מער",
געבט ער מיר עצות איך זאל געבן א טשעק,
פליז!!! איך מעג אויך באקומען א שטיקל עפרישיעשן,
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

גאלד, קוק וואס איך האב געשריבן איבער דעם:
ברסלבער האט געשריבן:ווען מען קען יענעם יא אריינרופן איז אויב יענער בעהט מפורש אז ער וויל זיך אראפזעצן און דו ביזט ביכולת נאכגעבן זיין פארלאנג. אדער אויב דו פלאנסט אים צו געבן עפעס א גרעסערע סכום מער פון עווריטש, דאן האט פשט יענעם אריינצורופן, און מיט די גרעסערע סכום האסטו באצאהלט די צייט וואס ער וואלט געקענט גיין צו אנדערע הייזער.

אויב דער מצב איז אזוי ווי דו זאגסט, דאן רוף אים ענדערש נישט אריין. זאג אים אז דו קענסט נישט יעצט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברסלבער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

מס' כתובות דף ס"ח ע"א: היינו דאמר רבי אלעזר בואו ונחזיק טובה לרמאין שאלמלא הן היינו חוטאין בכל יום שנאמר (דברים טו, ט) וקרא עליך אל ה' והיה בך חטא. איז רש"י מסביר: היינו חוטאים - שאנו מעלימין עין מן העניים אבל עכשיו הרמאים גורמים לנו:

וואס זאל מען טון אז מ'וויל נישט איינפורן אז יעדער וואס גייט נאך געלט זאל דארפן א המלצה פון איינעם וואס האט מברר געווען אז ער איז אטענטיש? אפילו די גמרא האט עקסעפטעט די טענה איז וואס דארף מען מער?

פארשטייט זיך אז מ'דארף זיין מענטשליך און נישט סתם אוחפהאלטן יענעם ווען די האלטסט נישט ביים געבן, און אוודאי נישט פארשעמען.
כבדהו וחשדהו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דריידל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

דריידל. אידן האבן ב"ה גוטע נעזער. מען קען גלייך דערקענען אויף א געלט-גייער אויב ער איז א נארמאלער מענטש. אדער ער האט פשוט געטראפן א הוט און רעקל אין מקוה און ער וויל געלט פאר זיינע דראגס.
אז מען זעהט א נארמאלע היימישן איד גיין נאך געלט, איז נישטא קיין שום סיבה צו צווייפלען אין זיין אויטענטישקייט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

און וואס איז מיט די בחורים וואס טיילן די ברסלבער קונטרסים? מער ווי איין מאל האב איך זיי געגעבן שיין ווייל זיי קוקן אויס היימיש און נאכדעם געבן זיי מיר א קונטרס. די חברה גייען אויך פאר וויכטיג צוועקן?
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

דריידל האט געשריבן:און וואס איז מיט די בחורים וואס טיילן די ברסלבער קונטרסים? מער ווי איין מאל האב איך זיי געגעבן שיין ווייל זיי קוקן אויס היימיש און נאכדעם געבן זיי מיר א קונטרס. די חברה גייען אויך פאר וויכטיג צוועקן?

קודם איז גוט צו וויסן אז די בחורים זענען אויך מענטשן, און מען ברויך זיי אויך צו באהאנדלען ווי מענטשן. אפגעזעהן אויב זייער אידילאגיע שטימט מיט מיינס אדער נישט.
והשנית, יא. זיי גייען אויך פאר וויכטיגע צוועקן, אזוי ווי אלע בחורים גייען. צו פאר זייער ישיבה צו פאר א הכנסת כלה פאר זייערס א חבר. די קונטריסים ווערן באצאלט דורך נדיבים בעם און דאס איז א זייטיגע זאך וואס זיי געבן קונטרסים ביים גיין נאך געלט, און עס קומט זיי נישט קיין בזיון פאר דעם.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

איך שפיר א קליין שטעכעלע, אז די האסט אינזין מיין ארטיקל

איך פארשטיי אז מען ברויך געיבן צדקה מיט סבר פנים יפות, אבער פון די אנדערע זייט פון די מטבע אז מען שמיסט שוין

ברויכן מען זיין פארזיכטיג נישט ארויס נעמען די מפרנסים פון די כלאיים

כדי אויסצילערנען בחורים גיין נאך געלט מיינט נישט אז עס ברויך קומען א פלאק פון פיפציג בחורים ביי איין שחרית, און דעיס איז שוין חוץ פון די צעין טעיגליכע פישקעס.

היינט איז זעלטען וואס א ארימאן גייט נאך געלט פאר זיך,

יעדער זיכט זיך א עסקן וואס נעמט קער פינעם נצרך, על כן גילט נישט די מאמר חז"ל וואס די האסט געברעינגט, ווייל ער איז נישט דער עני.

און טאקע דעיס איז למעשה געווארן א גרויסע פראבלעים, ווייל דער עסקן איז נישט נכבה לכלים, ער פארמאגט שוין די עשיר יענה עזות, און דעיס קענען מיר געיבערס נישט איבערטראגן.

און די עניים וואס גייען יא פארזיך די קימען שוין געוועינטליך יאר נאך יאר אפילו די צוועק איז שוין לאנג פארביי, די חולה איז שוין לאנג נתרפא אדער געשטארבן ל"ע אבער ער איז נאך נצרך,

איך קען א איד וואס גייט שוין דרייסיג יאר נאך געלט, ער האט יעדעס יאר א פארזעצינג צי זיין מעשה, וואס איז לכאורה קיין מאל נישט געוועין געשטויגן אדער געפלויגן פון אנהייב,

יא וואס איז היי יאר שוין ווידער געשעין, הער א מעשה ווען איך בין אהיים אויף א"י האבן מיך די בעלי חובות אפגעווארט און געזיצן און תפיסה דריי חדשים, די אנדערע חודש געהאט א סטראק, אנדערע יאר איצט ארויס געקראכן פון די ביטערע מחלה, אזוי יעדע יאר, שטארבט אים שיעור זיין ווייב, אדער בן יחיד.

די פונקט איז אז, זיי בויען זיך אויף א ריקן ביין ווי טשערעפאכע,

אויך די קאלעקטארס פאר מוסדות זענען אויך נישט קיין עניים הגונים ב"ה,

און גריידע די וואס באפאלען מיך און שיל און נעמען מיט מיר טענהווען אז איך מיז זיי געיבן א ריזן סכום, קען מען זיך פין זיי נישט אפשאקלען, ווייל זיי האבן שוין אלע זייערע רעטאריק גרייט, אויף יעדע ווארט וואס איך וועל זיי זאגן האבן זיי שוין גלייך די אנטווארט, למשל איך זאג זיי פשוט, אז איך האב נישט, גלייך א פליק דער אייבישטער זאל העלפען זאלסט האבן, אדער ששש דער אייבישטער הערט, די אידיאט איך האב נישט פאר דיר וואס פארשטייסטו נישט, אבער זיי וועלן נישט נאכלאזן ביז ווילאנג עס ווערט א שטרייט.

פרעיג זיך נאך וואס עס פאסירט ווען איינער מאכט חתונה א קינד, די טעיג פאר די חתונה וואס ניינציג פראצענט ווייסט נישט מאין יבוא עזרי, קימען ספעציעלע משלחת'ר מענער פרויען ביז קליינע קינדער, יעדער נאר מזכה זיין, ווי איז זייער מענטשלעכקייט, ווען ער איז שוין אין זייל א נקי מחשש שוה פריטה, הערן זיי נישט אויף צי דערגיין דעים מחותן די יארן, פאר זיין כולל שינת ערב.

די פסוק זאגט אשרי משכיל אל דל, פאר א ריכטיגע דל איז נישט גרינג אריינריקן אפאר דולר, מען ברויך זיך קליגען ווי אזוי מען גיבט עס אים, מיר ברויכן זיך אימקיקן ווען מיר זעיען א פריינט וואס מיר ווייסן אז ער מיטשעט זיך פאר טעיגלעך געברויך, אויף א וועיג לינדערן זיין מצב, דאס איז נישט קיין פשוטער טאסק.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך שפתים ישק »

שפתים קישאקTM!
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

[tag]פישל'ע העררינג[/tag] ברסלבער'ס תגובה האט שוין 10 לייקס, אריין אין #קאווע בלעטער...
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

[tag]פליקער[/tag]. קודם א דאנק פאר דיין ארטיקל וואס האט מיר געגעבן דעם שטופ צו שרייבן דעם ארטיקל.
אבער עס איז באמת נישט קיין סתירה. ווי דער קעפל לויטעט רעד איך פון די וואס שטייען פון די אנדערע זייט טיר. און איך האב הנאה אז דו שרייבסט וועגן די ערשטע זייט טיר.

און ווי איך האב שוין פריער געשריבן, דארף מען נוצן אביסל דעם מח וואו איין און וואו אויס. ליידער איז יא דא א גרויסער עולם וואס גייט פשוט פאר זיך, טייל מאל מיט פיקטיווע סיבות. און ווען מען זעהט אזא מענטש, אדער עס איז דא א מקום לספק, דארף מען זייער נזהר זיין אין יענעמ'ס געפיהלן.
און אפילו ווען עס איז טאקע ממש אזוי שרעקעדיג ווי דו לייגסט עס אראפ, ברויך מען יענעם נאך אלץ נישט טרינקען דאס בלוט צוליב דעם. מען שאקלט זיך אפ פון יענעם אויף א שיינעם אופן און שוין.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

[tag]ברסלבער[/tag] אוודאי האב איך שטארק הנאה פון דיין ארטיקל, די זאגסט מלתה בטענה,

וואס איך זאג איז אז מיר דערגייען נישט די געלט גייער פאר דווקה, ווייל היינט זענען מיר און אזא גיסטע, מיר טיען דאס נאר נאך וואס דער מעיסטל רינט איבער און מיר פארלירן זיך און מחליט געניג איז געניג, פונקט דאן פירט זיך אזוי אז דער עכטער ניצרך באווייזט זיך נעבעך און כאפט אריין שבע למעלה, אבער דאס איז נישט אינזער שילד, יעדער האט זיין פונקט ווי ער ווערט נמאס פון די גייערס.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

ברסלבער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:און וואס איז מיט די בחורים וואס טיילן די ברסלבער קונטרסים? מער ווי איין מאל האב איך זיי געגעבן שיין ווייל זיי קוקן אויס היימיש און נאכדעם געבן זיי מיר א קונטרס. די חברה גייען אויך פאר וויכטיג צוועקן?

קודם איז גוט צו וויסן אז די בחורים זענען אויך מענטשן, און מען ברויך זיי אויך צו באהאנדלען ווי מענטשן. אפגעזעהן אויב זייער אידילאגיע שטימט מיט מיינס אדער נישט.
והשנית, יא. זיי גייען אויך פאר וויכטיגע צוועקן, אזוי ווי אלע בחורים גייען. צו פאר זייער ישיבה צו פאר א הכנסת כלה פאר זייערס א חבר. די קונטריסים ווערן באצאלט דורך נדיבים בעם און דאס איז א זייטיגע זאך וואס זיי געבן קונטרסים ביים גיין נאך געלט, און עס קומט זיי נישט קיין בזיון פאר דעם.


אסאך גייען ארום צו באצאלן א טיקעט קיין אומאן אויף ר"ה. זיי מעגן פארן אבער איך מוז נישט האלטן אז ס'איז וויכטיג
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

[tag]ברסלבר[/tag] אוי זאגסטו גוט, יעדער ווארט אויס צו קישן. ווען איך קען לייק איך דיך 10 מאל.
כ'האב שוין לאנג באמערקט די חברה אין ביהמ"ד וואס רעגן זיך אויף די משולחים אין שרייען "נא? זעהסט נישט כ'האלט אין מיטן דאוונען? אדער "שוין דער איזרעילי איז שוין ווייטער דא" זיי זענען דיער וואס געבן קיינמאל נישט קיין פרוטה.
זאג נאר? וויבאלט די געבסט איינמאל א יאר א קוואדער פאר א משולח מיינסטו אז ביסט בעה"ב? קענסטו זיך שוין רעגן?
דער משולח נעמט עפעס צו פון דיר? די ווילסט נישט געב נישט אין שאט אפ.
משא"כ דער אינגערמאן וואס געבט ערליך פאר יעדער א דאלער ער רעגט זיך קיינמאל נישט אויף די משולחים, פאר סאמ ריזען שטערט עיהם נישט אז מ'זאגט עיהם אריין אין אויער "הכנסת כלה"
אפשר ווייל ער דאווענט נישט אזוי ערליך ווי דיר.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זייענדיג איינער וואס קען די מלאכה פון ביידע זייטן טיר, איך בין שוין געגאנגען נאך געלט און אויך געטיילט געלט פאר משולחים ביי מיין טיהר, מוז איך קודם באגריסן די הערליכע ארטיקל פון ידידינו ברסלבר, א שטיק הארץ, און כ'קען באשטעטיגן יעדעס ווארט.
ע"פ הלכה (דאורייתא!) איז מען מחוייב צו געבן פאר א עני אויב ער גייט פאר זיך (אדער אפילו לאמיר זאגן פאר א שוואגער, שווער, אדער גאר עלטערן הכנסת כלה, דאס קען נאך אריינגיין אין כלל פון "פאר זיך"), חוץ אויב מען האט ממש נישט פון וואו. און פאר די מענטשן טאקע וועל איך שטענדיג געבן עפעס מער, אפילו עס קומט מיר אן שווער, אז א איד שלעפט זיך פון א"י אהער און גייט ארום מן הבוקר ועד הערב אין די היצן און אין קעלט, שפיר איך גענוג וויכטיג אים צו געבן יותר מכפי יכלתי.

אבער עסקנים וואס קומען פאר געוויסע מוסדות אדער אנדערע צוועקן, אפגעזעהן ווי וויכטיג, קודם כל איז הלכה'דיג נישטא קיין חיוב, אבער אלס מענטשליכקייט וועל איך אויסהערן, און זיי לאזן וויסן וויפיל איך ק'ען זיך אויפן מאמענט ערלויבן. אבער ווען די חברה הייבן אן מוטשען, אדער פארלאנגען תשלומים און קרעדיט קארדס, דאן וויל איך זיי ארויסווארפן בשן ועין (וכמ"ש כאן). עס איז נישט מענטשליך, און זיי זענען אויך גורם לנעול דלת פאר די עניים הגונים, זיי נידערן די סטאנדארד פון די צדקות. ס'טו געהערט? דו האסט נעכטן געמאכט א טי אווענט פאר דיין כולל, ממילא? בין איך עפעס מחוייב זיך משתתף צו זיין און נושא בעול זיין מיט די הוצאות פאר די נעקסטע יאר ביז דו קומסט נאכאמאל? צדקות וואו צו טיילן וועל איך דעסיידן. אז איך נוץ הצלה, חסד, חברים, אדער א משפחה/חבר RCCS וכדומה, האב איך מיר מיינע פליכטן און פריאריטעטן וואו צו טיילן די פאר דאלער. קום מיר נישט איינטיילן אז דיין מוסד אין פלעטבוש איז וויכטיגער. מעגסט בעטן, אבער פארשטיי ווען מען זאגט דיר ניין איך האב נישט יעצט. די זעלבע בקשה איז אויך פאר די אינשורענס אגענטן וועלכע מיינען נאר אונזער טובה. מעגסט אנטראגן וואס דו ווילסט, אבער איך בין נישט אבליגעיטעד צו ענטפערן וואס דו ווילסט הערן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

א גרויס'ן דאנק [tag]ברסלבער[/tag] פאר די רייכע שיינע ארטיקעל ( אזוי ווי שטענדיג).
אויף יעדע זאך איז דא אן אויסנאם, און עס איז דא אמאל וואס עס קומט זיך זיי במלאו מובן המלה, א מתנת יד כדבעי, במחילת כבודם.
עס איז צו מיר געקומען אמאל א משולח אינמיטען דאווענען בעטן זיין נדבה, איך האב פונקט נישט געהאט ביי מיר זאג איך איהם; אנטשולדיגט איך האב נישט ביי מיר קיין געלט, געט ער מיר א זאג מיט'ן גאנצען ערנסקייט " איך ווייס נישט וואס דא גייט פאר היינט? איך מיין מען דארף שיקען דער עולם דא ארבעט'ן ".........
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

מצטמק ויפה האט געשריבן: " איך ווייס נישט וואס דא גייט פאר היינט? איך מיין מען דארף שיקען דער עולם דא ארבעט'ן ".........
:like :lol:
פארשפארט