בלאט 1 פון 1
איז עפעס ראנג צו וואקן מיט א פיצע פיי אויפ'ן גאס?
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 12:50 pm
דורך סאו וואט
יא כ'ווייס אז ס'איז שוין דא א גאנצע אשכול איבער דער הויכע סוד וכוונת אכילת פיצע.
אבער דא רעד איך פון עפעס אנדערש, איך האב געקויפט נאכטמאל איין נאכט ווען דער געטרייער אשת חיל האט נישט געקענט צו שטעלן סאפער, בין איך געגאנגען קויפען א פיי פיצע,
אויפן וועג אהיים באגעגען איך א חשובע ת"ח א ראב"ד, און זאגט מיר, טוסט גוט, דו דארפסט דיך טאקע נישט שעמען, ס'איז גארנישט ראנג מיט א פיצע פיי און דער האנט, פרעג איך אים וואס איז דער פראבלעים? זאגט ער מיר, טאקע פארדעם זאג איך עס דיר, וויבאלד טייל שעמען זיך, און דו פייפסט אן יעדער איינער בלי בושה וכלימה, טוסט גוט.
אנקומענדיג צום נעקסטע גאס, טרעף איך א ידיד מיינער, א באקאנטע אקטיוויסט, איך גלייב ער איז א גרויסע שרייבער דא און שטיבל, און זאגט מיר, הא ווא סאו וואט, דו ביסט גוט, כ'האב הנאה פון דיר, וואקסט מיט א פיצע פיי בריש גלי, ס'איז אים געוועהן אזוי אונטרעסאנט, אז ער האט געכאפט אפילו א בילד פון מיר מיטן פיי, חזק חזק, שעם דיר טאקע נישט, יו פאר דער בוקס, מ'שמועסט אביסעל, און מ'גייט ווייטער.
וואלט איך געוואלט פרעגן, קען מיר איינער מסביר זיין, וואס איז ראנג צו וואקן מיט א פיצע פיי אויפן גאס?
אויף אזוי ווייט, אז ווער ס'וואקט מיט א פיי, מיינט אז ער פייפט אויף יעדער?
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 1:15 pm
דורך גאנצל
אויב דו געסט פאר יעדן א סלייס איז עס זיכער א דבר גדול
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 1:20 pm
דורך ישמעאל הכהן
וויאזוי האסטו נישט געכאפט אז דער ראב''ד וויל א סלייס פון דיר? ער האט מרמז געווען
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 2:05 pm
דורך מ. גליקמאן
אינטערעסאנט, איך האב שוין כמה פעמים געוואקט מיט א פיי פיצא אויפן גאס און קיינער האט ניטאמאל געקוקט אויף מיין זייט.
פאני.
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 5:22 pm
דורך נולד מאוחר
ווען וועסט מיר מסביר פארוואס און וויליאמסבורג אנלייק ב.פ. גייט מען נישט מיט קיין ספר אין די האנט נאר מלייגט עס אריין אין א שאפינג בעג. וועל איך דיר מסביר זיין די פיצה סוד.
Btw און וועלכע שטאט איז די פיצה מעשה?
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 5:37 pm
דורך its me
סאו וואט האט געשריבן:יא כ'ווייס אז ס'איז שוין דא א גאנצע אשכול איבער דער הויכע סוד וכוונת אכילת פיצע.
ווי איז די פיצא אשכול
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 6:14 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 7:09 pm
דורך yatzmachp
סאו וואט האט געשריבן:
אנקומענדיג צום נעקסטע גאס, טרעף איך א ידיד מיינער, א באקאנטע אקטיוויסט, איך גלייב ער איז א גרויסע שרייבער דא און שטיבל, און זאגט מיר, הא ווא סאו וואט, דו ביסט גוט, כ'האב הנאה פון דיר, וואקסט מיט א פיצע פיי בריש גלי, ס'איז אים געוועהן אזוי אונטרעסאנט, אז ער האט געכאפט אפילו א בילד פון מיר מיטן פיי, חזק חזק, שעם דיר טאקע נישט, יו פאר דער בוקס, מ'שמועסט אביסעל, און מ'גייט ווייטער.
וואלט איך געוואלט פרעגן, קען מיר איינער מסביר זיין, וואס איז ראנג צו וואקן מיט א פיצע פיי אויפן גאס?
אויף אזוי ווייט, אז ווער ס'וואקט מיט א פיי, מיינט אז ער פייפט אויף יעדער?
די פאקט אז ער אפילו קאמענטירט אויף דעם פיצא פיי ווייזט אז ער איז זייער צוריקגעבליבן אדער קומט ער פון אזא שטוב. ווען איך זעה דיך ווען וואלט איך אפילו נישט געוואוסט אז דו האלטסט א פיצא פיי ווייל עס נאטורליך ווי א שאפינג בעג. ווען נישט די הודעה וואלט איך אפילו נישט געוואוסט אז עס איז אן אישו
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 7:34 pm
דורך סאו וואט
נולד מאוחר האט געשריבן:Btw און וועלכע שטאט איז די פיצה מעשה?
בארא פארק יצ"ו.
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 8:10 pm
דורך מאן דאמר
דו מוזט זיין א בנש"ק אד"ג, ווייל אין בארא פארק גלייב איך נישט עמיצער וואלט דיך געפרעגט עפעס וועגן א פיי פיצא
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 8:22 pm
דורך ביבער
מאן דאמר האט געשריבן:דו מוזט זיין א בנש"ק אד"ג, ווייל אין בארא פארק גלייב איך נישט עמיצער וואלט דיך געפרעגט עפעס וועגן א פיי פיצא
עגרי. אדער א שטיקל עושר אדער א ירא שמים שבידוע שיש בו חן, מען מיינט די קניידל נישט די זופ.
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 10:58 pm
דורך לאליפאפ
מאן דאמר האט געשריבן:דו מוזט זיין א בנש"ק אד"ג, ווייל אין בארא פארק גלייב איך נישט עמיצער וואלט דיך געפרעגט עפעס וועגן א פיי פיצא
אין בארא פארק וואלט איך נישט געטראפן מיין ראב"ד און ידיד איין בלאק אוועק פון צווייטן...
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 11:20 pm
דורך דריידל
געב עס אפאר יאר און מ'וועט קענען קויפן פיצא מונחת געבאקן דורך בית אופה דקהל..... מיט די גרעסטע הידורים.
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 11:25 pm
דורך קליגער אינגערמאן
ס'איז נישט אביסל אזוי ווי " כ'בין א פאפענער האסט א פראבלעם דערמיט " ?
כ'מיין נישט חלילה צו טשעפען.. זשאסט עסקאינג..
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 6:24 am
דורך Atgan
תוספות קידושין מ:
ויש אומרים אף פסול לעדות. פירש בקונטרס הואיל ואינו מקפיד על עצמו אינו בוש לזלזל בעצמו ולפסול וקשה אמאי פסול לעדות הוא הא אמרינן בירושלמי ר"ש ברבי הוה אכיל בשוקא חזיה ר"מ אמר לו אין שבח לתלמיד לאכול בשוק משמע דלאחר אין קפידא ופי' ר"ח דהכא מיירי שחוטף ואוכל וא"ת אם כן פשיטא דפסול דגזלן הוא וי"ל שחוטף פחות משוה פרוטה אי נמי שגזל דבר שאינו מקפיד עליו והר"ר אליהו מפרש כגון שהלך אצל המוכרים וטועם משל כולם מעט מעט כאילו רוצה לקנות מהם וניחא השתא שקורין כלב שדומה לכלב אוכל כאן מעט וכאן מעט[/b
[b]ור"ת פירש דאוכל בשוק היינו שאוכל סעודה דפת דגנאי יותר:
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 8:43 am
דורך מצטמק ויפה
Atgan האט געשריבן:תוספות קידושין מ:
ויש אומרים אף פסול לעדות. פירש בקונטרס הואיל ואינו מקפיד על עצמו אינו בוש לזלזל בעצמו ולפסול וקשה אמאי פסול לעדות הוא הא אמרינן בירושלמי ר"ש ברבי הוה אכיל בשוקא חזיה ר"מ אמר לו אין שבח לתלמיד לאכול בשוק משמע דלאחר אין קפידא ופי' ר"ח דהכא מיירי שחוטף ואוכל וא"ת אם כן פשיטא דפסול דגזלן הוא וי"ל שחוטף פחות משוה פרוטה אי נמי שגזל דבר שאינו מקפיד עליו והר"ר אליהו מפרש כגון שהלך אצל המוכרים וטועם משל כולם מעט מעט כאילו רוצה לקנות מהם וניחא השתא שקורין כלב שדומה לכלב אוכל כאן מעט וכאן מעט[/b
[b]ור"ת פירש דאוכל בשוק היינו שאוכל סעודה דפת דגנאי יותר:
ווער האט גערעדט וועגן עסן אויפן גאס? מען רעדט סך הכל, וועגן וואקן מיט א פיי פיצא, אויפ'ן גאס.
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 9:29 am
דורך דריידל
[tag]סאו וואט[/tag]
אויף דיין פראגע אויב ס'איז עפעס ראנג צי וואקן מיט א פיצא פיי אויפ'ן גאס, איז די תירוץ אז יא!
נארמאל קומט דאס אז מ'עסט אין פיצא שאפ
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 11:52 am
דורך דולה ומשקה
דריידל האט געשריבן:[tag]סאו וואט[/tag]
אויף דיין פראגע אויב ס'איז עפעס ראנג צי וואקן מיט א פיצא פיי אויפ'ן גאס, איז די תירוץ אז יא!
נארמאל קומט דאס אז מ'עסט אין פיצא שאפ
נישט אזוי פשוט, ווייל נאכדעם פאלט מען אריין אין א צווייטע פראבלעם.
viewtopic.php?f=24&t=1243
נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:57 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:07 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:20 pm
דורך יצמחפרקני
מצטמק ויפה האט געשריבן:
ווער האט גערעדט וועגן עסן אויפן גאס? מען רעדט סך הכל, וועגן וואקן מיט א פיי פיצא, אויפ'ן גאס.
ווער קען דען זיך איינהאלטן און נישט אריינכאפן?!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:21 pm
דורך יצמחפרקני
סאו וואט האט געשריבן:אויפן וועג אהיים באגעגען איך א חשובע ת"ח א ראב"ד, און זאגט מיר, טוסט גוט, דו דארפסט דיך טאקע נישט שעמען, ס'איז גארנישט ראנג מיט א פיצע פיי און דער האנט
גוט ער כאטש דעם הכשר אויפ'ן געשעפט?