בלאט 1 פון 1

נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 7:44 pm
דורך מאראנצןזאפט
א הארציגן ישר כוח ראביי סורקיס, אן אמת'ע מתנה טובה פאר'ן ברייטן ציבור!

נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 8:07 pm
דורך אפטעמיסט
כ'האף נאר אז ער וועט ארויס קומען מיט די (אדער דער?) צווייטע טייל בקרוב.

נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 10:54 pm
דורך לאליפאפ
אנאליזירער האט געשריבן:דער גרויסער שרייבער און מגיה יעקב יוסף סורקיס פון סקווירא

כ'האב אריינגעבליקט אין דעם קונטרס, א מייסטערהאפטיגע ארבעט! צום באוואונדערן ווי טיף טייל מענטשן גייען אריין אין אונזער שפראך אידיש, אבער כל הכבוד פאר הרב סורקיס פאר זיינע עפפארטס צו האלטן דעמוילעם באוואוסטזיניג איבער די כללים.

נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 10:57 pm
דורך הערשי
נישט קיין סתירה. א מגיה מוז נישט זיין קיין ידען.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 4:08 pm
דורך יידל
לאליפאפ, נישט קיין יושר צו רעדאגירן נאך וואס א גאנצער שמועס האט זיך געשאפן איבער דיין קאמענטאר. יעצט האט נישט די שמועס קיין הענט און קיין פוס.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 11:41 am
דורך ברסלבער
אנאליזירער האט געשריבן:דער גרויסער שרייבער און מגיה יעקב יוסף סורקיס פון סקווירא האט ארויסגעגעבן א קונטרס וואס איז שיין מסביר די כללים פון די, דאס, דער, און דעם ביי אידיש שרייבן. דאס וועט אוודאי אויפגענומען ווערן מיט פרייד ביי אלע וואס דורשטן צו קענען שרייבן גוט און אויסגעהאלטן.

דאס איז דערווייל נאר חלק א'.

דער חלק א' איז נאר די הקדמה. איינער ווייסט אויב עס איז שוין ארויסגעקומען חלק ב'?

[tag]אנאליזירער[/tag]

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:25 pm
דורך אריק
א דאנק פאר'ן שרייבער און פאר'ן עס אהערבענגען.

ג"א מצטרף צו וויסן אויב עס איז שוין דא דער צווייטער חלק?

נשלח: פרייטאג אפריל 25, 2014 9:04 am
דורך ברסלבער
איך האב זיך נאכגעפרעגט ביים מחבר. ער זאגט אז די צווייטע חלק וועט בעז"ה פארטיג ווערן בקרוב.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 4:50 pm
דורך יודישע שרייבער
ברסלבער האט געשריבן:איך האב זיך נאכגעפרעגט ביים מחבר. ער זאגט אז די צווייטע חלק וועט בעז"ה פארטיג ווערן בקרוב.

ווען איז בקרוב?
[tag]ברסלבער[/tag]

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 5:13 pm
דורך ברסלבער
ווייס איך דען? איך האב אנגעפרעגט ביים מחבר אויף זיין אנגעגעבענעם אימעיל אינ'ם קונטרס. דאס איז שוין געווען א שיינע שטיק צייט צוריק.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 12:25 pm
דורך נײגעריגער
הרב דוראַק האט שוין אָפּגעשריבן דא אַן אריכות דאס מבאר צו זיין viewtopic.php?f=7&t=14038

אבער צו א גראַמאַטישער מין איז בכלל א נחיצות, אזש מע ברויך זיך אפּרעדן װען דער המון נוצט עס ליידער ליידער בעוה"ר "נישט ריכטיג"... קען מען דן זיין . לדעתי איז דא מקום צו זאגן אז ס'נישט קיין עם הארצות, ענגליש למשל האט עס נישט און ס'פעלט זי גאָרניט... ס'איז פון די קלענסטע עװלות אין שפּראַך, אויב בכלל... אויסער אז מע באַציעט זיך צו ביאָלאָגיע, למאי נפ"מ צו א געװיסע זאַך איז א זכר, נקיבה, כוי אדער טומטום?

ס'אינטערעסאַנט צו צוצייכענען אז װי לייזער בורקאָ שרייבט אינעם פֿאָרװערטס איז עס נישט א היינטיגע אַמעראַצעס, און ס'קען גאָר זיין מיר חסידים נעמען עס פון די אויבערלענדער
אין זייער דיאַלעקט מערקט זיך אויך אַ פֿאַרפּשוטערונג פֿון דער גראַמאַטישער סיסטעם, אַז אַנשטאָט „דער/די/דאָס‟ זאָגן זיי געוויינטלעך „דע‟, ענלעך ווי בײַ די הײַנטיקע חסידים. עס קען זײַן, אַז דער פּרט פֿונעם הײַנטיקן חסידישן ייִדיש נעמט זיך טאַקע פֿון די אויבערלענדער, וואָס זײַנען צום טייל געוואָרן חסידים נאָך זייער אָנקומען אין אַמעריקע.


זעהט דא דעם גאַנצן ארטיקל איבער װאָספאַראַ אידיש אונגערישע אידן האבן גערעדט אינדערהיים
https://forward.com/yiddish/466952/what ... n-hungary/

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 1:08 pm
דורך קאצקע ציקער
איינער ווייסט וויזוי מען זאגט ס'ציפט אין ענגליש?