בלאט 1 פון 1

נייע סי. די. 'יש מנהיג לבירה' פון ר' יקיר ברוין

נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 10:26 pm
דורך ישמעאל הכהן
נעכטן איז ארויסגעקומען א נייע סידי פון ר' אליעזר יקיר ברוין יש מנהיג לבירה.

דער עד זאגט:

הערליכע ניגונים
געשמאקע גראמען אויף אידיש
פול מיט חיזוק און שמחה פאר סיי וועלכע מצב
רייכע קאפעליע מיט די בעסטע היימישע זינגערס
הערליכע מוזיקאלישע אראנדזשירונגען.

איינער שוין געהערט?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 10:55 am
דורך חכם עתיק
געהערט און עס איז מורא'דיג

הערליכע גראמען, הערליכע געדאנקן און גאר פראפעשנעל.

עס איז מיר ווערט געווען אלע געלטער.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 10:57 am
דורך [NAMELESS]
זיין סידי חזקו ואמצו האב איך אמאל געהערט און איך בין פשוט געפאלן פאר דעם. עפעס אויסערגעווענדליך שיין און הארציג. איך הער עס כסדר איבער. עפעס מבהיל על הרעיון ווי שיין עס איז.

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 12:12 pm
דורך moshav zekeinim
יקיר ברוין'ן סידיס זענען נישט שרייעדיג, אבער אייגנארטיג און עכט גוט און צום זאך. גוט געזינגען דורך יקיר'ן מיט די קווייערס. גוטע מוזיק דורך נפתלי יוסף מענדעלאוויטש (יקיר דרוקט זיך אויס אין קול מבשר אז ער איז פון די גרעסטע ארעידזשערס), און די נושאים און ספעציעל די גראמען וועלעכע זענען אזוי גלאטיג און געשמירט.

ער לעבט זיך אין זיין וועלט, זיינע איידיעס שעפט ער ווי עס קוקט אויס פון זיין אייגענע שיפלאד פון זיין באשיידענער לעבן מיט זיינע באשיידענע זכרונות און נאסטאלגי.

שירי ר' יקיר- א זעלטענע און אויסדערוועלטע סעריע.

נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 9:18 pm
דורך העלא
Tיינער קען מיר אריין שיקן די סידי?

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 7:34 am
דורך פלעין יודיש
איינער קען מיר אפשר אריינשיקען א פיצא...

איך מיין וואס פאר א מין וועג איז דאס??

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 8:29 pm
דורך העלא
עס איז דא אזא זאך ווי אודיאו פייל,
עס איז דא אזא זאך ווי אימעיל,
פרעג איך צו איינער קען מיא אימעילן א אוידאו פייל פון די סידי,

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 11:12 pm
דורך פליקער
אויך איז דא אזא מין זאך ווי גניבה

איך האב אמאל געטראכט פארן מביל האט ג-ט זיך אפגערעדט כי מלאה הארץ חמס מפניהם, ווי אזוי קען זיין אז דער עולם גזל'ט און קיינער קערט נישט, אבער מיט די גאנצע סידי גזילה'ריי און קייניר זעיט עס נעטאמאל פאר ראנג, איז עס שיין פארשטענדליך

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 11:40 pm
דורך שמעקעדיג
אויב איז עס נישט דורך א סמארטפאון נאר דורך געפילטערטע אימעיל קען מען מקיל זיין.