בלאט 1 פון 1
אנקעטע: וואס האלט איר האט פאסירט מיט'ן מאלאזיע פליגער
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 10:56 pm
דורך ישמעאל הכהן
כ'גיב נישט קיין אפציעס אויף וואס צו שטימען, סתם יעדער זאל זיך אראפזעצען און טראכטן אלע צדדים וואס דא האט געקענט פאסירן און אראפשרייבן די מערסט מסתבר'דיגע טעאריע לפי קט שכלו וואס דא האט פאסירט. (נייעס זאל מען שרייבן ווייטער דארט אינעם נייעס אפטיילונג, דא איז 'קאווע שטיבל')
מיין אפיניען איז אז דער פליגער האט מעלפאנקשונט און די פילאטן האבן פרובירט צו לאנדן אויפן' וואסער. זיי האבן סוקסעספולי געלאנדעט אבער נאך א שטיק צייט געזינקען גאנצערהייט במצולות הים. דערפאר טרעפט מען דערווייל נישט קיין דעברי. די עוויאציע מבינים זאגן אז אויב וואלט דאס אויפגעקראכט אין דער הייעך וואלט געווען דעברי אויף א שטרעקע פון הונדערטער מיילן אינעם ים.
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 11:01 pm
דורך לאליפאפ
נישט מסתבר, ווייל נאכן קראך לאנדונג וואלטן מענטשן נישט געבליבן אין פליגער מ'וואלט ארויס אויפן גליטשער מיט די וועסטלעך, און סתם גראד אריינגעזינקען ווי א סובמארין איז נישט מסתבר, בקיצור שוואכע טעאריע.
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 11:02 pm
דורך הערשי
געהיידשעקט, פארפארן, געקראכט, זוך אומריכטיג ארט.
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 11:03 pm
דורך ישמעאל הכהן
אקעי. אבער מיט גאנצערהייט זינקן האב איך נישט געמיינט ממש גאנץ. נאר לאפוקי פון צופלויגענע פליגער חלקים
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 11:04 pm
דורך לאליפאפ
ישמעאל הכהן האט געשריבן:אקעי. אבער מיט גאנצערהייט זינקן האב איך נישט געמיינט ממש גאנץ. נאר לאפוקי פון צופלויגענע פליגער חלקים
און אלע זענען איינגעזיצן און געוואטשט ווי זיי פארן ארום במצולות?
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 11:05 pm
דורך הערשי
לאליפאפ האט געשריבן:נישט מסתבר, ווייל נאכן קראך לאנדונג וואלטן מענטשן נישט געבליבן אין פליגער מ'וואלט ארויס אויפן גליטשער מיט די וועסטלעך, און סתם גראד אריינגעזינקען ווי א סובמארין איז נישט מסתבר, בקיצור שוואכע טעאריע.
יתכן אז די לאנדונג איז נישט געווען סוקסעספול, און די פליגער האט געקראכט אין וואסער. אן אקעאן איז נישט די האדסאן.
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 11:06 pm
דורך לאליפאפ
הערשי האט געשריבן:לאליפאפ האט געשריבן:נישט מסתבר, ווייל נאכן קראך לאנדונג וואלטן מענטשן נישט געבליבן אין פליגער מ'וואלט ארויס אויפן גליטשער מיט די וועסטלעך, און סתם גראד אריינגעזינקען ווי א סובמארין איז נישט מסתבר, בקיצור שוואכע טעאריע.
יתכן אז די לאנדונג איז נישט געווען סוקסעספול, און די פליגער האט געקראכט אין וואסער. אן אקעאן איז נישט די האדסאן.
דאס איז דאך די גרעסטע טעאריע, אבער מ'טרעפט דאך נישט קיין חלקים..
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 11:09 pm
דורך ישמעאל הכהן
שוין ווייס איך טאקע נישט. איך קלער אז אפשר האבן זיי טאקע נאך אויף עפעס אן אופן איבערגעלעבט און דערפאר האבן זייערע סמארטפאונס נאך געארבעט?
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 11:17 pm
דורך הערשי
ישמעאל הכהן האט געשריבן:אקעי. אבער מיט גאנצערהייט זינקן האב איך נישט געמיינט ממש גאנץ. נאר לאפוקי פון צופלויגענע פליגער חלקים
די אנגעבלאזענע רעפטערס וואלטן דאך נישט געזונקען. אלא מאי, לא מצאנו אינו ראיה, ווייל מען זוכט נישט אויפן ריכטיג ארט. קען מען דאך שוין זאגן די פליגער האט געקראכט אין די לופט, נישט זייער הויך אזוי אז די בראכווארג איז נישט ווייט פארשפרייט, אדער גאר אויף יבשה, און מ'וועט נאך אפשר טרעפן.
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 11:22 pm
דורך הערשי
אויף יבשה פארשטייט מען פארוואס די טעלעפאנען האבן איבערגעלעבט. אין ים, בפרט אין זאלץ וואסער, וואלטן די עלעקטראניקס קאליע געגאנגען.
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 11:35 pm
דורך לאליפאפ
משא"כ אין נעגל וואסער?
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 12:11 am
דורך שמעקעדיג
אלע טעאריעס האבן איין אומפארענטפערטע פראגע: פארוואס האט מען נישט ערהאלטן קיין שום דיסטרעסס קאל פונעם פליגער אדער פון די פילאטן אויפן ראדיא? די פראגע ווארפט אפ כמעט יעדע טעאריע.
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 12:12 am
דורך ישמעאל הכהן
שמעקעדיג האט געשריבן:אלע טעאריעס האבן איין אומפארענטפערטע פראגע: פארוואס האט מען נישט ערהאלטן קיין שום דיסטרעסס קאל פונעם פליגער אדער פון די פילאטן אויפן ראדיא? די פראגע ווארפט אפ כמעט יעדע טעאריע.
ווייל א דיסטרעס קאל איז דער דריטער זאך אויפן ליסט וואס פילאטן טוען אין א קריזיס צייט. מעגליך אז זיי זענען נישט אנגעקומען דערצו
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 12:15 am
דורך גנדי
איך האב ליעב צו דמיונען א דראמאטישע מעשה.
די פלעין איז געווארען געהייטשעקט. מאלעזיא איז א מוסלומענע לאנד.
זיי האבן גהייטשעקט העכער די אוקיין ווי ראדאר כאפט נישט און אויסגעלאשען אלע ראדאר.
זיי האבן געלאנדעט די פליגער אין א מיליטערי באזע אין איראן.
זיי האבן דאס געטוהן ווייל אן הויכע ראנקיגע באאמטע איז געווען אויפן פליגער.
זיי האבן געוואלט באקומען אינפארמאציע פון אים.
יעצט זיצען אלע אין די הייסע מדבר פון איראן. מען צווינגט די מיליטערישע מאן צו ארויסגעבן זיינע סודות.
אלע איבריגע זענען האסטעדזש. הינגעריג און דארשטיק.
ווען דער שטייפע מאן וועט זיך ברעכען וועלן זיי אהיים שיקן די איבריגע נאך מען וועט זיי נאכגעבן וואס זיי ווילן.
אלע קשיות זענען יעצט פארענפערט....
(איך האף אז ביז 24 שעה וועט יעקב בויער זיי ראטעווען)
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 12:15 am
דורך ישמעאל הכהן
This lack of a call, however, is not particularly perplexing. An aviator's priorities are to maintain control of the airplane above all else. An emergency could easily consume 100% of a crew's efforts. To an airline pilot, the absence of radio calls to personnel on the ground that could do little to help the immediate situation is no surprise.
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 9:35 am
דורך ברסלבער
נאך א נקודה למחשבה. לויט ווי מען ווייסט יעצט אז די פליגער האט זיך אוועק געדרייט און געפלויגן נאך א שעה צייט צו א צווייטע ריכטונג. און דאס איז געשעהן פונקט ווען די פליגער האט געהאלטן צווישן צוויי ראדארס. דאס מאכט טראכטן אז עס איז געווען א בייזוויליגער אקט.
לעצטנס איז א פליגער געהייזשעקט געווארן דורך דעם קא-פילאט.
וואו ער איז אנגעקומען ווייס איך נישט. אבער למעשה האט מען געזוכט נאר אויף איין פלאץ וואס מען ווייסט יעצט אז דאס איז זיכער נישט געווען די ריכטיגע פלאץ צו זוכן.
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 10:34 am
דורך sefish
מאלאזיע מיליטער לייקענט יעצט די באריכט אז זייער ראדאר האט אויפגעכאפט דעם פליגער פארן מעריב ריכטונג
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 10:43 am
דורך שרייבער
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 10:50 am
דורך ברסלבער
ליינט דא
אכט קאנספעראציע טעאריעס איבער וואס עס האט געקענט געשעהן מיטן פליגער. ממש א שרעק ווי אזוי מענטשנ'ס קעפ לויפן.
איינס דערפון איז אז איינער פון די פאסאנדזשירן איז געווען שולדיג א גרויסע סומע געלט פאר א צווייטן, האט ער געמאכט א גרויסע אינשורענס פאליסי און געקראכט דעם פליגער אז יענער זאל באקומען די געלט...
אינטערעסאנט איז נאר אז יענער האט נישט געקענט טרעפן א צווייטע וועג צו שטארבן נאר דורכ'ן אראפווארפן דעם פליגער.
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 3:16 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 3:26 pm
דורך berlbalaguleh