בלאט 1 פון 2

* * * "ק-א-ו-ו-ע ג-ע-ל-ע-כ-ט-ע-ר" * * * פורים תשע"ד

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 12:15 am
דורך פישלע העררינג
געערטע לייענער!

צום צווייטען אניווערסערי פון אונזער באליבטע קאווע שטיבל, פאבלישען מיר לכבוד פורים א ספעציעלע אויסגאבע פון קאווע בלעטער, הכי קרא שמו קאווע בלעטער.

אסאך אסאך אסאך עמודים.

סחורה ווי גאלד. אדער רויטע וויין.

זאגטס אן אין שטוב אנצוגרייטן א גרעסערע טאפ טשולענט די וואך, ווייל עס וועט זיין וואס צו לייענען נאכן רבי'נס טיש.

וועט זיין צו באקומען אי"ה אסתר תענית נאכמיטאג.

------------
[tag]באריסטא[/tag]

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 12:16 am
דורך ישמעאל הכהן
omg!
טאטעל שאק!
ווי לאוו יו פישעלע!!!

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 12:33 am
דורך מאראנצןזאפט
:like
קיש אין שטערן!

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 12:40 am
דורך מצטמק ויפה
פישל'ע טייערע, פארוואס ווארטען ביז נאכמיטאג? מעג מען דען נישט לאכן פאר חצות?
א גרויס'ן דאנק פישל'ע, האלט אן, חזק חזק!

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 1:47 pm
דורך מ גפני
[tag]פישל'ע העררינג[/tag] איך קען קוים ווארטן, נאכאמאל א ישר כח פאר דיין ארבעט

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 2:31 pm
דורך פישלע העררינג
מען רעדט דא פון גאנצע פעקלעך פון פאפיר, חברה. עס קומט א "חיבור".

דא האט עטס קיופאנס פאר בחינם'דיגע פאפיר... זעהטס צו באשטעלן 1 דעי שיפפינג. :lol:

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 2:47 pm
דורך לעמיל
פישל'ע איך וועל קענען גיין זוכען ארבעט צוזאמען מיט דיך אויב איך פרינט אזויפיל און ארבעט...
אבער איך גלייב אז עס וועט זיך לוינען ווי אייביג וועסטו דאס מאל אויך טון א מעכטיגע ארבעט

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 4:55 pm
דורך רויטע וואנצעס
[center]:פורים2: :פורים: מזל אדר פישעלע!!!!!!!!!! איי קענט וועיט!!!!!!!!!! :פורים: :פורים2:[/center]

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 6:36 pm
דורך [NAMELESS]
ביי דע וועי, מ'דארף איין דעדיקעיטעד אשכול ווי מ'קען דאונלאדען אלע בלעטער. פישעלע, מ'קען רעדן דערוועגן?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 12:17 pm
דורך פישלע העררינג
דער countdown הייבט זיך אן.

עס פרעגלט זיך שוין פון לאנג.

די עקן ווערן שוין ברוינלעך.

עס סיזזעלט שוין.

די האנדטוך איז שוין אויף די פלייצע.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 12:26 pm
דורך אפטעמיסט
דער פישל שפילט קאץ-און-מויז מיט אונז. האלא הערינג, ס'איז א תענית, מ'טאר נישט טרינקן בלוט! געב עס שוין ארויס. ב-י-ט-ע!!!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 12:29 pm
דורך ברסלבער
פישל'ע העררינג האט געשריבן:וועט זיין צו באקומען אי"ה אסתר תענית נאכמיטאג

ס'איז שוין 12:30. שוין א האלבע שעה דורכגעלאפן פונעם נאכמיטאג.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 12:30 pm
דורך ישמעאל הכהן
ס'שוין די זומער זייגער, אויפן נייעם זייגער ווערט 1 נאכמיטאג...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 12:45 pm
דורך פישלע העררינג
אפטעמיסט האט געשריבן:דער פישל שפילט קאץ-און-מויז מיט אונז. האלא הערינג, ס'איז א תענית, מ'טאר נישט טרינקן בלוט! געב עס שוין ארויס. ב-י-ט-ע!!!

אגב, [tag]אפטעמיסט[/tag], You made it on the cover! ווארט און זעה.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 12:50 pm
דורך אפטעמיסט
אה מיי גאד!!! מיין הארץ קלאפט ...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 1:04 pm
דורך שמעקעדיג
שוין חצות היום.
לאמיר זעהן!!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 1:59 pm
דורך מצטמק ויפה
אוי פישל'ע פישל'ע די שיינסט און די ברענסט
שמחה פאר אונז ברענגען דו קענסט
ווייל די ביסט דער איינציגסטער דזשאב-לעס פערזאן וואס איך פארמאג......

[tag]פישל'ע העררינג[/tag] טייערע זיי נישט ברוגז, אז קיינער נעמט דיך נישט אויף ביי איהם און אפיס אלס סעקרעטערי; מיר דא אין שטיבעל, ארבייטען אויף קעסל און כלים, אז קיינער זאל דיך נישט חלילה נעמען אלס ארבייטער, ווייל נאכדעם זענען מיר דערנאך, 'נאָו מאָר' קאווע בלעטער און קאווע געלעכטער.

אבער פישל'ע וואס וועט דא זיין? איך בין שוין געלאפען דאווענען ותיקין, ווייל איך דארף מיך זעצען ליינען קאווע בלעטער, און מיט איין אטעם אנגעצונדען דעם כלי, און גארנישט, לא דוב ולא יער, מיין פינגער טוט שוין וויי פון דריקען אזוי פיל מאל די ריפרעש קנעפעל אויפן כלי, אז אפשר יעצט האט זיך שוין פישל'ע מרחם געווען, אבער ......... איך ווארט און ווארט אינדערהיים און א ווינקעל .....

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 2:48 pm
דורך לעמיל
[tag]פישל'ע העררינג[/tag]
ווען וועט דאס שוין זיין... אוי ווען וועט דאס שוין זיין???
יבנה המקדש...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 3:22 pm
דורך מ גפני
נא!! כבר פנה יום!!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 3:32 pm
דורך פישלע העררינג
מ'האט גערוקט דעם זייגער (פורים ווערטל: ווילאמסבורגער יונגערמאן רוקט נישט די זייגער. וואס איז? אין זיין קליינע דירה האט ער נישט ווי עס אהינצוריקען...חחחחחח) און איך האב מרויח געוועהן נאך א שעה. אליהו לא נענה אלא בעת המנחה.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 3:39 pm
דורך פלעין יודיש
איך מיין אז די זאלסט שוין אויסווארטן ביז מ'קען צידעם ציטרינקען א קאווע

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 3:54 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב געווארט און געווארט.....

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=obXBJWKN-OE[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 3:57 pm
דורך פישלע העררינג
ראשעקאל האט געשריבן:איך האב געווארט און געווארט.....


ראשעקאל שטעלט צו ענטערטעינמענט ווילאנג מען ווארט...