בלאט 1 פון 1

מנשה לוסטיג - איך קען זיך נישט איינהאלטן

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 3:31 pm
דורך לכבוד שבת קודש
איך האב היינט א בליק געגעבן אויף די אידישע וויקיפידיע, קוקנדיג אויף די באשרייבונג פון מנשה לוסטיג. יעדע שורה דארט איז זיך צום אונטערהאלטן, איך גיי נישט אריין אין קיין פרטים. איין שורה האב איך דארט געזען, וואס איך לאך נאך דערפון ביז היינט, כ'מיין אז פון אלע אדר'דיגע דזשאוקס איז דאס נאך די גרעסטע אויספלאץ...

אט איז וואס עס שטייט דארט:
"מנשה איז אויך פון שטענדיג אן א געפילישע שרייבער, אויפ'ן אמאליגער שטייגער, עפעס צווישן 'שלום עליכם' און 'זאריצקי'."


איך שטיי און קוק איבער די שורה איינמאל און נאכאמאל, און יעדע מאל פלאץ איך ווידער אויס אין א געלעכטער, ליינענדיג "עפעס צווישן 'שלום עליכם' און 'זאריצקי'." אונזער מנשה פארמעסט זיך מיט שלום עליכם גאר... אוי איז דאס זיס.

איך האב האב זיך נישט געקענט איינהאלטן און באשלאסן דאס מיטצוטיילן מיטן עולם, זאל יעדער הנאה האבן.

דעם גאנצן ארטיקל קענט איר לעזן אויף:
http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7%99%D7%92

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 3:34 pm
דורך I'm back
מנשה אליין האט דאס געשריבן.

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 3:37 pm
דורך לאליפאפ
נאר וואס דען? כ'גלייב נישט אז ער לייקנט דאס

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 4:44 pm
דורך מ גפני
ער האט דעם זעלבן שניט ווי 'שלום עליכם' און 'זאריצקי' (די פיגור אויס וועלכע שניט...)

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 5:41 pm
דורך איך אויך
וואס מיינט דאס?
''און ער האט אסאך פאנציעאל''

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 5:52 pm
דורך (1 נייע הודעה)
מה דסאני עלך לחברך לא תעביד. יודן עס פאסט נישט פאר קאווע שטיבל אזא אשכול.

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 5:55 pm
דורך איש עברי
לכבוד שבת קודש, אז דו קענסט דיך נישט איינהאלטן דעמאלטס שעם זיך כאטש, עס האט נישט קיין שום פשט צו נעמען אויפן צימבל א באליבטע חבר השטיבל, וואס האט באמת א געשמאקע פענע, און שרייבט מיט מורא'דיגע געפיהל, און זיך אנהענגן אויף א ציטאט צו טרייבן ליצנות.
נעקסטע מאהל האלט דיך איין.
מנשה לוסטיג אנחנו אוהבים אותך....

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 6:11 pm
דורך מאראנצןזאפט
אנטשולדיגט מיר מיסטער עברי, אבער מנשה ארטיקל אויף וויקי איז פוסטע קינדערישע ליצנות. מילא ער באשרייבט זיך אזוי אין דער קרית יואלער ואכנשריפט אבער וויקי איז א העכסט אפיציעלע פלאץ און זאל ער האלטן זיינע דעמאגאגיעס דא ביי אונז אין שטיבל.

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 6:21 pm
דורך איך אויך
שניכם צודקים.

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 6:23 pm
דורך (1 נייע הודעה)
אז עס באדערט איינעם די תוכן פון וויקי זאל ער ענדערש גיין רעדאגירן אויף וויקי כרצונו ווי איידער דא פארשעמען א חבר.

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:28 pm
דורך מ גפני
(1 נייע הודעה) איז מנשה'ס נייע ניק נאכ'ן ווערן אויסגעשפארט?

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:50 pm
דורך מורינו הרב
סא, מנשה איז העלבראנץ?

וד"ל...