בלאט 1 פון 1

המן הענגט אין בארא פארק! + איינער איז מוחה דערויף...

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 5:26 pm
דורך פישלע העררינג
יא יא, אזוי ווי די הערסט. המן הענגט אין בארא פארק. הויך אויף א בוים. קרוב צו פופציג איילען...

א מיסטעריע וויאזוי ער איז אנגעקומען אזוי הויך. איך האב אלס קינד נישט געקענט קלעטערן אזוי הויך אויף א בוים, נאכדערצו איבער פארענדיגע קארס. נו, אכשר דרא.

המן 3.jpg


אביסעל אראפציער אויפ'ן זעלבע בלאק, הענגט נאך א המן. אדער גאר מרדכי לויט'ן אויסזעהן. דער דאזיגע המן איז איבערגעווארפען איבער די פראנט פארטש, לאו דוקא אויף א בוים.

המן 1.jpg


דער צווייטע המן האט אבער ארויסגערופן א גרימצארן ביי א עמעטשוער מוחה'רער, וואס האט געשטעלט אט דעם צעטל אויף די טרעפ פון דעם תליין'ס הויז.

המן 2.jpg


לא אלמן ישראל. יעדע דזשאויק איז גאראנטירט צו האבן איינער וואס כאפט עס נישט און איז מוחה...

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 5:38 pm
דורך עסקן בדברים
he is right. Many non-Jews see it as threatening

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 5:43 pm
דורך פישלע העררינג
עסקן בדברים האט געשריבן:he is right. Many non-Jews see it as threatening

אודאי איז ער גערעכט. א שאלה? ער האט דאך אנדערליינד די ווערטער!...

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 5:45 pm
דורך געפילטע פיש
וואס איז די אויסגעמעקטע ווארט?

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 5:50 pm
דורך רויטע וואנצעס
מ'האט זיך נישט געלערנט פון די סומאטאכע:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=3Kh4-_ze0ug[/youtube]

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 5:50 pm
דורך עסקן בדברים
געפילטע פיש האט געשריבן:וואס איז די אויסגעמעקטע ווארט?

עקעלדיק?

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 6:25 pm
דורך אויפגעקלערטער
קליינקעפיגע משוגעים. המן צוקראצט זיך זייער איך מוז ענק זאגן

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 6:26 pm
דורך איך אויך
עס איז פורים'דיג ווי מען מאכט א אישו פון א [סטאפד] טישו. פרעג נייעס 12 ווען איז די לעצטע מאל זיי האבן געמאכט א אישו פון די קאסטומס ביי מארדי גראס אדער פארטעריקען דעי.

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 6:31 pm
דורך פישלע העררינג
אגב, איך האב געשטעלט דעם אשכול אין "די שמייכעל" אפטיילונג, צוליב דער מוחה'רער. עס איז נישט דא עפעס זיסער און שמייכעלדיג ווי א ערענצט-מיינענדיגע מוחה'רער.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 1:20 am
דורך יין שרף
פישל'ע העררינג האט געשריבן:אגב, איך האב געשטעלט דעם אשכול אין "די שמייכעל" אפטיילונג, צוליב דער מוחה'רער. עס איז נישט דא עפעס זיסער און שמייכעלדיג ווי א ערענצט-מיינענדיגע מוחה'רער.