ער שמועסט מיט ווייסע מלאכים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

ער שמועסט מיט ווייסע מלאכים

שליחה דורך פארוואס? »

שמועסן מיט ווייסע מלאכים

איך האב געכאפט א שמועס מיט א ידיד מיינער, מיטן נאמען משה, א בתוך-עמי-אנוכי-יושבת יידעלע, וואס זיצט אייביג ביים מערב-וואנט, ער איז באקאנט אלס א קלוגער אידל, און אויך א שטיקל יודע ספר, (אינקלודינג ספרים חיצוניים).
איך האב גערעדט מיט איהם אין פארשידענע אינטרעסאנטע נושאים, על דא ועל הא, אינמיטן די שמועס זאגט ער מיר, אז ער קען צומאל האבן א שמועס מיט ווייסע מלאכים… ער פרעגט זיי שאלות, און זיי ענטפערן איהם גענוי, וואס ער דארף וויסן.
ער האט שוין זייער אסאך מאל געהערט פון זיי זייער וויכטיגע מעסעדזשעס, ארום די וועלט און די מענטשהייט.
(ווי למשל, גלייך נאך ווען די צווילינג-טורעמס זענען איינגעפאלן, האט ער שוין דאס שוין געהאט געהערט פון פארדעם פון די מלאכים, און נאך).
ער האט נאך קיינמאל נישט געהאט, אז ער זאל הערן א תשובה וואס זאל זיך שפעטער ארויסשטעלן צו זיין פאלש.
ער זאגט עס נישט, ווייל ער מיינט זיך חלילה צו גרויסן, ער האלט אז יעדער קען עס טוהן, מ׳דארף נאר האבן די ריכטיגע טולס דערצו.
איך טראכט זיך ביי מיר: וואס? היינטיגע צייטן קען מען נאך טרעפן אזעלכע מענטשן וואס חלומ׳ן הויעך, אדער איך בין צוריק געפלויגן צו עטליכע הונדערט יאהר אין מזרח-אירופא?
אבער איך האב מיר זייער געפרייט, אז ענדליך האב איך באקומען א געלעגנהייט צו גיין ביז צום סוף, און געוואר ווערן, וואס ליגט אונטער אזעלכע מענטשן.
איך וויל צולייגן, מיין ידיד איז נישט קיין צודרייטער משוגע׳נער וואס קען נישט צוזאמשטעלן א זאץ, (זייטן מיר נישט חושד, אז איך דריי זיך לעבן אזא איינעם), ער איז א אינטעלגענטער מאן, אזוי ווי איהר וועט זעהן.
איך וועל אראפשרייבן די שמועס, וואס איך האב געהאט מיט איהם, ווארט ביי ווארט (מער ווייניגער):

איך: סא לויט ווי איך פארשטיי, משה, האסטו די מעגליכקייט זיך צו קאנעקטן מיט ווייסע מלאכים, און זיך דורכשמועסן מיט זיי. איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך גלייב נישט דערין, איך גלייב אז עס עקזיסטירט נישט גארנישט אינדרויסן פון דיין קאפ. אבער קען זיין אז עס איז מעגליך צו פעסטשטעלן אזעלכע זאכן, אין פארשידענע וועגן: למשל, מ׳קען שיקן אזעלכע סייענטיפישע שאלות וואס די ענטפערס דערויף זענען נאכנישט באקאנט, און זעהן אויב זיי ענטפערן ריכטיגע ענטפערס, אדער לכל הפחות, מאטעמאטישע אויפווייזונגען וואס מאטעמאטיקער מוטשען זיך שוין דערמיט צענדליגער יאהרן, און אזוי ווייטער…
וועסטו זיין גרייט צו קאפערירן מיט אזא פראווע? איך וועל שטעלן שאלות און דו וועלסט מיר ברענגען די ענטפערס? אדער, אויב דו האסט אנדערע געדאנקען וואס קענען נוצן צו אויפווייזן אז דו טרעפסט מלאכים?

משה: מיין טייערער פריינד, איך האב נישט קיין שום אינטערעסע דיר צו פרואוון אויפווייזן אדער נישט אויפווייזן צום עקזיסטענץ אדער אומ-עקזיסטענץ פון מיינע שמועסן. ווייל וואס איך זאל נאר זאגן איז טאקע ״נאר אין מיין קאפ״ און עס איז טאקע אזוי. די גאנצע וועלט געפינט זיך אין די קאפ פון איינע אדער איינעם, אלעס איז א חלום, אלעס איז אן איינרעדעניש. אויך וואס דו גייסט יעצט זאגן, און וואס איך גיי זאגן. די איינציגסטע זאך וואס איך קען דיר מציע זיין, איז צו עס דורכלערנען, ארויסגיין און פראבירן עס פיהלן, זיך קאנעקטן צו זאכן וואס עפעס אין דיין באזיס שטעלט זיך דערקעגן, קען זיין דו האסט מורא אז דיין גאנצע וועלטל וועט זיך צוטרייסלען, אדער סתם ווייל דו האסט מורא פון נייע זאכן. (יעדע נייע זאכן ברענגט מיט זיך שרעק).

איך: איך פארשטיי נישט. לאמיר זאגן מארגן איז דא א גרויסע פייער אין ניו-יורק סיטי, דו זאגסט אז די פייער גייט זיין נאר אין מיין קאפ, און נישט אין דיינס? אויב איך שטויס מיר אן מיט איינעם, און עס געשעהט אן עקסידענט, און איך ווער געהרגעט, ווער איך נאר געהרגעט אין מיין וועלט, אבער ביי אנדערע לעב איך נאך? אויב זעקס מיליאן אידן זענען געהארגעט געווארן ביי די שואה, איז עס נאר אין זייער וועלט, נישט אין אונזער?

משה: די פראגעס וואס דו שטעלסט זענען אינטרעסאנט, און ווי פארשטענדליך באלאנגען זיי אינעם געביט אנגערופן ״פילאסאפיע״. אבער לאמיר אזוי זאגן: וויבאלד די וועלט איז ענדלאז, און עס זענען דא ענדלאזע פאראלעלע וועלטן, ממילא אלע מעגליכקייטן קענען געשעהן און אזוי אויך נישט געשעהן אין איין צייט. אזוי, אז עס איז טאקע זייער מעגליך אז די שואה איז א מציאות נאר אויף די וועלט וואס מיר לעבן, אבער נישט אויף פארשידענע אנדערע פאראלעלע וועלטן. און אזוי אויך יעדע אנדערע נושא. איך בין זיכער אז ערגעצוואו געפינט זיך דיין פערזענליכקייט אין א מער רוחניות׳דיגע ווירזשן…

איך: דו זאגסט, אז אלעס איז נאר א חלום און אן איינרעדעניש, און איך פארשטיי נאך אלס נישט, אויב א מענטש ווערט געהארגעט, איז דאס אן איינרעדעניש? וועמענס איינרעדעניש? דעם וואס ס׳געהארגעט געווארן? זעהט אויס אז נישט, ווייל נאך אסאך אנדערע מענטשן זענען מסכים אז ער איז געהארגעט געווארן.
און נאך א זאך, איך זעה אז די ענדלאזע וועלטן טוהן אונז צומישן דא. סא, איך וועל זיין צופרידן אויב מיר וועלן זיך אוועקשטעלן נאר אויף אונזער וועלט. דו ווייסט וועלכע איך מיין, דיע מיט די באקאנטע היסטאריע, און מיט דער עתיד וואס גייט ווערן באקאנט. מסכים?
דארפס פארשטיין, אז כל זמן מיין מוח איז סטאק אין די דאזיגע וועלט, אינטרעסירט מיר נישט באמת אויב אנדערע מוחות פיהלן אנדערע זאכן אין אנדערע וועלטן.
אויב אזוי קענסטו אפשר אנפרעגן די מלאכים געוויסע שאלות אויף אונזער וועלט? און זיי גייען אייביג וויסן פון וועלכע וועלט דו רעדסט?

משה: אויב די גאנצע וועלט איז אן איינרעדעניש, דעמאלטס איז אויך די טויט אזוי. נישט אזוי? אלעס ווענדט זיך אין דיין בליק, ווי אזוי די קוקסט אן די וועלט. דאס וואס ווערט אנגערופן א ״פאקט״ איז א פאקט אין א געוויסע שטאפל פונעם עקזיסטענץ. אבער אן איינרעדעניש אין אן אנדער שטאפל פונעם עקזיסטענץ.

איך: לאמיר זיין מער ספעציפיש. די טויט פון 6 מיליאן אידן אין די שואה איז אן איינרעדעניש. ביטע קלויב אויס:
1). יא
2). ניין

משה: די שואה איז זיכער א מציאות און זיכער נישט קיין מציאות - אזוי ווי כ׳האב געזאגט, ווענדט זיך אין דיין בליק.
זעלבסט פארשטענדליך, אויב מיר נעמען אן די פיזישע וועלט אלס די איינציגסטע אמת וואס איז נאר פארהאן, איז חוץ פון דעם גארנישט פארהאן, און דאס איז דער חילוק צווישן אונז. אין די פיזישע וועלט וואס מיר קענען איז די שואה טאקע זיכער געשעהן. אבער איך טענה איז דאס וואס געשעהט אויף די וועלט, איז נאר א קליינע חלק פון ריזיגע געשעהנישן.

איך: פיין גוט. כ׳זעה אונז רוקן זיך.
יעצט, ענטפער מיר. דיינע מלאכים ווייסן צו זאגן זאכן אויף אונזער פיזישע וועלט? אדער זיי מישן זיך אויס צווישן אלע אנדערע מעגליכע וועלטן?

משה: די מלאכים זאגן זייערע זאכן צוגעפאסט צום פארשטאנד פון די מענטשן וואס טראגן אריבער זייערע מעסעדזשעס. די צומישעניש - אויב איז עס פארהאן - געפינט זיך ביי אונז, נישט ביי זיי.

איך: סא ביי דיר איז פארהאן א צומישעניש צווישן אונזער וועלט און פאראלעלע וועלטן?

משה: ניין! ביי מיר איז נישט פארהאן קיין צומישעניש, איך ווייס זייער גוט וואס עקזיסטירט אין אונזער וועלט, און וואס נישט, און וואס עס עקזיסטירט אין אנדערע וועלטן.

איך: פיין. איז די זאכן וואס די מלאכים גייען איבערגעבן דורך דיר וועט זיכער זיין גילטיג פאר אונזער פיזישע וועלט. ריכטיג?

משה: יא.

איך: געוואלדיג קענען דיינע מלאכים פאראויס זעהן דעם עתיד אין אונזער פיזישע וועלט? איך מיין, וויסן זאכן וואס מיר - צוליב אונזערע באגרעניצינגען - קענען נישט וויסן?

משה: זיכער נישט. דער עתיד קען נישט פאראויס געזעהן, וויבאלד ער איז געוואנדן אין די פרייע בחירה פונעם מענטש און אין זיינע החלטות, יעדע קליין דיסיזשן קען פאררוקן די גאנצע עתיד פון זיין טרעק. וועגן דעם, אמת׳ע רוחניות וועלן קיינמאל נישט פאראויס זאגן דעם עתיד.

איך: אוקעי. די עתיד קענען זיי נישט וויסן.
זיי קענען אבער וויסן זאכן אויפן נאטור, וואס איז נישט געוואנדן אין החלטות פון די מענטשהייט? למשל, אויב יענע און יענע שטערן האט ארום זיך א כוכב-לכת? וואס איז די טעמפעראטור אין די צענטער פון יענע שטערן? וואס איז די שנעלקייט פון ליכט (ספיד-אוו-לייט)? און אזוי ווייטער. (אלעס פון אונזער פיזישע וועלט).

משה: איך שטעל מיר פאר אז יא.

איך: פיין. אויב אזוי, לאמיר דיר געבן א ליסטע פון פראגעס, מיט עטליכע סייענטיפישע שאלות וואס דער ענטפער אויף זיי איז נאכנישט באקאנט, אדער גייט ווערן אט אט באקאנט, און די מלאכים וועלן וויסן דער ענטפער? עס קען זיין זייער אינטרעסאנט.

משה: עס קען באמת זיין אינטרעסאנט.

איך: גוט. איך וועל פראבירן צוזאמצושטעלן אזא פראגע-בויגן, זיי וועלן זיין גרייט צו ענטפערן? (איך וויל זיך נישט מוטשען אומזיסט).

משה: איך מיין אז יא.

איך: געוואלדיג! יעצט לאמיר דיר פרעגן א שאלה. לאמיר זאגן אז ס׳זענען פארהאן 10 שאלות, די מלאכים געבן דיר זייערע ענטפערס, און עס ווערט קלאר, אז קיין איינס איז נישט ריכטיג, אדער אז נאר 3 פון 10 איז ריכטיג. וואס וועסטו זאגן אויף אזא רעזולטאט?

משה: מיין ענטפער איז קלאר. די סייענטיסטן וועלן דארפן איבער קוקן זייערע אינפארמאציע. די סייענטיפישע היסטאריע איז דאך פיל מיט אוועקגעשטעלטע אנגענומענע געזעצן, וואס איז שפעטער אנטפלעקט געווארן צו זיין אינגאנצן פאלש.

איך: עס איז נישטא קיין מעגליכקייט אז די מלאכים מאכן די טעות?

משה: לויט מיין עקספיריענס פון ארום 20 יאהר קאנטאקט - מאכן זיי קיינמאל נישט קיין טעותים. אסאך מאל דארף מען לאנג ווארטן ביז די באדייט פון זייערע ווערטער ווערן קלאר, אבער אייביג ווערן זיי אויפגעוויזן ריכטיג.
אבער ווי פריער געזאגט - אלעס ווענדט זיך אין דיין קוק ווינקל, א אויפגעוויזנע באווייז קען זיין אין מיינע אויגן גוט, און נישט און דיינע אויגן, אדער פארקערט.

איך: ניין ניין. איך בין אינטרעסירט צו טרעפן א טעסט וואס מיר וועלן ביידע מסכים זיין אויף דעם, אז א סוקסעס איז א סוקסעס און א דורכפאל איז א דורכפאל.
מיר וועלן דארפן פרעגן אזעלכע פראגעס, וואס זייער ענטפערס איז קלאר ווי די טאג. און דו וועסט זיין דער וואס זאל זאגן בעפאר דעם, אויב עס איז ריכטיג אדער נישט.
איז לאמיר צוזאמען טראכטן, דיינע מלאכים ווייסן פאקטן וואס געשעהן יעצט אינעם פיזישן וועלט?

משה: איך מיין אז יא.

איך: דו דארפסט עס וויסן כדי זיי זאלן עס וויסן?

משה: ניין. וואס עפעס?!
אבער די מלאכים זעהן זאכן לויט זייער אייגענע וועג. ס׳איז דא זאכן וואס ווערן פאררעכנט ביי מענטשן אזוי ווי ריכטיגע זאכן, וואס די מלאכים באציהען זיך בכלל נישט דערצו, וויבאלד ס׳איז באמת אומ-ריכטיג. דערפאר האלט איך אז דו זאלסט שיקן דיינע פראגעס, און איך וועל עס שיקן ווייטער, אהן קיין תנאים און דרשות בעפאר, און די ענטפערס וועלן זיין וואס ס׳וועט זיין. דו דארפסט פארשטיין אז איך טראכט ווי א פשוטער מענטש, און זיי טראכטן אינגאנצן אנדערש, און פראבירן פאראויס זעהן זייערע ענטפערס איז זייער נאריש.

איך: איך וועל מציע זיין עפעס אנדערש. לאמיר דעפינירן א פראווע וואס פאר דיר זעהט אויס אז עס ריכטיג. (ס׳האט נישט קיין פשט צו אויספראבירן עפעס וואס די זאגסט מיר פון פאראויס אז עס וועט נישט ארבעטן).
אויב ס׳זעהט דיר אויס אויסגעהאלטן, קענסטו זיך שואל עצה טאקע מיט דיינע מלאכים, און מיר וועלן זעהן וואס זיי זאגן דערצו, און זאג מיר אויב זיי זענען מסכים דערצו, איז גוט, און אויב נישט, וואס דער פראבלעם דערמיט איז.
וואס האלטסטו? טראכט אריין ווי מעכטיג עס וועט זיין אויב די מלאכים וועלן קענען אפשלאגן אלעס וואס די סייענטיסטן מיינען. אין געוויסע אומשטענדן וועט זיין זייער גרינג צו אויפווייזן אז זיי עקזיסטירן, אדער כאטש אז איבער-נאטורליכע כחות ארבעטן דא, איך וועל זיך זייער פרייען צו פראטיקצירן אזא פראווע.

משה: איך ווייס נישט וואס איז א פראווע? לויט די דעפינאציעס פון די סייענטיסטן? לויט די רוחניות׳דיגע דעפינאציעס? לויטן לאגיק? לויטן אומ-לאגיק?
לאז דיר אפ. פרעג שאלות אזוי ווי איך האב דיר געזאגט, און איך וועל זיך פרייען צו אריבער שיקן די מעסעדזשעס. און ווי געזאגט, ס׳איז זייער מעגליך אז זיי וועלן ענטפערן ענטפערס וואס זענען אין א שטארקע קאנטראסט מיט די היינטיגע סייענטיסטן, אבער דאס איז א חלק פון דעם שפיל.

איך: וואס איז די אויפטוה פון א פראווע, וואס אין יעדן פאל וועסטו מיר זאגן, אז אונז פארשטייען בכלל נישט דער אמת. (וועלכע אמת? פון די מלאכים? כ׳האב געמיינט אז ס׳איז נישט פארהאן נאר איין אמת…).
לאמיר דיר געבן א דוגמה פון א פשוטע פראווע. לאמיר זאגן מיר נעמען 100 צעטלעך. אויף 50 פון זיי וועלן מיר ארויפשרייבן א שווארצע ליין.
אונז וועלן מיר גוט צאמקנייטשן די צעטלעך, אזוי אז מ׳זאל נישט קענען זעהן וואס איז אנגעשריבן און וואס נישט.
דערנאך, גייסטו אריבער אויף יעדע צעטל, איינס איינס, און דו פרעגסט די מלאכים אויב ס׳איז דא דערין א פינטל אדער נישט, און אונז וועלן אראפשרייבן די רעזולטאטן.
נאכדעם וועלן מיר איבערקוקן. אויב די נומער פון די סוקסעסן זענען מער וויפיל ס׳קען פאראויסגעזהן ווערן אין ראנדאום, דאן זענען דא מלאכים!!! וואס דארפסטו פשוטער פון דעם?

משה: דאס איז אין מיינע אויגן נישט קיין טעסט נאר א באווייז (אדער א קעגנ-באווייז) אויף די סענסיטיוועטי פון די מענטשליכע ענערגישע מעגליכקייט צו באמערקן די זאכן. ס׳הערט זיך נישט אינטרעסאנט. דו האסט קודם גערעדט פון פרעגן שאלות אויף סייענטיפישע נושאים וועגן די וועלט. איך מיין דו זאלסט ווייטער גיין אויף די וועג, און נישט פראבירן ארויפקומען מיט נארישע סארטן טריקס.

איך: אבער אזא סארט פראווע וואס דו רעדסט קען גארנישט טעסטן, וויבאלד דו האסט מיר שוין געזאגט אז אויב די ענטפערס וועלן נישט שטימען מיט די סייענטיסטן, וועסטו זאגן אז אונז מאכן די טעות און נישט די מלאכים, דעמאלטס וואס איז אינטרעסאנט אזא סארט טעסט?
די רעזולטאט איז שוין קלאר בעפאר- די מלאכים זענען אייביג גערעכט.
אונז מוזן האבן עפעס זייער א פשוטע און קלארע זאך, וואס מ׳קען גראד טשעקן. די צעטלעך-טעסט איז אזא סארט.
איך מיין אז דו וועסט מסכים זיין מיט מיר, אז אויב די מלאכים קענען נישט דערקענען א שווארצע פלעק אויף א צעטל, דאן איז שווער צו עקספעקטן אז זיי זאלן וויסן מער קאמפליצירטע זאכן איבערן נאטור. נישט אזוי?
אין די מינוט וואס די מלאכים וועלן זיך ארויסשטעלן צו זיין ריכטיג, דאן וועלן מיר קענען רעדן וועגן מער קאמפליצירטע זאכן.

משה: ווער האט דיר געזאגט אז די מלאכים וואס איך קאנעקט זיך מיט זיי, וועלן זיך מתייחס זיין צו אזעלכע מאדנע שאלות? קען זיין אז יא, און קען זיין אז נישט. אבער עס וועט נישט זיין ערנסט. פארוואס פראבירסטו צוריק ציהען פון די סייענטיפישע שאלות טעסט?

איך: איך האב דיר שוין ערקלערט וואס איז די פראבלעם מיט די ערשטע טעסט - דו האסט דאך שוין געזאגט, אז נישט קיין חילוק וואס זיי וועלן זאגן וועלן זיי אייביג זיין גערעכט. דו זעהסט נישט אליינס די אומ-אינטרעסאנטקייט פון אזא מין טעסט? די מלאכים קענען נישט וויסן וואס ס׳שטייט אויף א צעטל? אבער יא וויסן די באהעלטענישן פונעם עקזיסטענץ?

משה: ס׳וועט נישט גארנישט אויפווייזן איבער די ידיעות פון די מלאכים, נאר איבער מיין מעגליכקייט צו ציילן די צעטלעך. פראביר צו אויפקומען מיט אן אנדערע פראווע.

איך: איך קען נישט פארשטיין וואס איז די פראבלעם מיט די צעטלעך-טעסט? זיי קענען דיר נישט ענטפערן אהן דו זאלסט עפעס דארפן וויסן?
ווייסטו וואס, עס מוז נישט דוקא זיין צעטלעך, עס קען זיין וואס דו ווילסט. און דו ביסט געלאדנט צו טרעפן אן אנדערע טעסט, וואס שטייט אונטער די פאלגענדע אומשטענדן:
1). מ׳קען איבערקוקן די ענטפערס וואס די מלאכים געבן.
2). דו האסט נישט געוואוסט די פאקטן בעפאר דו האסט זיי געפרעגט.
3). א פאקט וואס איז קלאר און פשוט, און ס׳קען נישט ווערן קיין ויכוח דערפון מיט קיין איין נארמאלער מענטש.
4). כדי צו גרינגער מאכן די איבערקוקן און רעכענען די סטאטיסטיק פון די ענטפערס, דארפן די ענטפערס זיין יא/ניין אדער שוין דעפינירטע ענטפערס וואס מיר וועלן אנגרייטן בעפאר.
די צעטלעך-טעסט שטייט אונטער די אלע אומשטענדן, אבער דו ביסט געלאדנט צו טרעפן עפעס אנדערש. פארשטייט זיך, אויב דו ווילסט טאקע זיכער מאכן אויב עס איז אמת.
און איך זאג דיר צו, אויב אונז וועלן זעהן א באדייטנדע סוקסעס, מער ווי ערווארטעט, וועל איך דיר העלפן אנגעבן דיין קאנדידאטור צום מיליאן דאלער טשאלענדזש פון ראנדי. ס׳איז איבעריג צו זאגן אז חוץ פון די מיליאן דאלער, וועסטו באקומען כבוד מלכים איבער די וועלט פאר אזא געפינס.
זעלבסט פארשטענדליך, אז אויב ס׳איז פראבלעמאטיש פון דיין זייט, קענסטו בלייבן אונטער באהעלטעניש, און אין יעדנס פאל קענסטו אוועק געבן די געלט פאר צדקה אדער פאר יעדע וואוילטעטיגע צוועק. וואס האלטסטו?

משה: הער זיך צו. איך דארף נישט קיין באווייזן. איך האב אלעס וואס איך דארף. דו האסט געוואלט מאכן א טעסט, און איך האב מסכים געווען דערצו. די טעסט וואס דו האסט מציע געווען געפעלט מיר נישט, ווייל ווי געזאגט וועט עס נישט אויפווייזן די באגלייבטקייט פון די מלאכים. איך האב נישט קיין אהנונג ווי אזוי צו טרעפן אנדערע טעסטן, איך בין נישט קיין סייענטיסט, און איך בין נישט באהאוונט מיט די נושאים. איך טראג נאר אריבער אינפארמאציע. וועגן דעם, אויב דו קענסט נישט אויס טרעפן קיין אנדערע טעסט, וועלן מיר זיך יעצט געזעגענען ווי גוטע פריינט, און אויב וועסטו שפעטער אויפקומען מיט עפעס, וועל איך זיך פרייען צו הערן.
א גוטן טאג.

איך: פון וואו ווייסטו אז די אינפארמאציע וואס דו טראגסט איז ריכטיג? מער ווי סתם א ריינע אמונה?
איך האב פראבירט צו עס קלאר מאכן, און עס אוועקשטעלן קעגן אינפארמאציע וואס מיר ווייסן שוין אז עס איז ריכטיג, האסטו מיר געזאגט, אז אויב ס׳וועט זיין א סתירה דערצו, דעמאלטס וועט די אינפארמאציע וואס אונז ווייסן שוין, זיך ארויסשטעלן צו זיין פאלש.
איך גלייב אז אין די פארגאנגענהייט, האסטו פראבירט צו פארשן אויב די אינפארמאציע וואס דו טראגסט איז ריכטיג. נישט אזוי?
אפילו די רעזולטאטן פון א פשוטע טעסט, האסטו מורא אז דו וועלסט נישט ריכטיג פארשטיין וואס זיי זאגן, אבער ווען עס קומט צו גרויסע מעכטיגע מעסעדזשעס איבער די מענטשהייט און די עקזיסטענץ, פארלאזטו זיך יא? פאר מיר זעהט אויס מאדנע, דאס איז די גאנצע.
אבער דו ביסט מיר גארנישט מחויב.
פון וואנט ווייסטו אז זיי ארבעטן נישט אויף דיר, און זיי געבן דיר לאלישע מעסעדזשעס?

משה: חוץ פונעם פאקט אז איך ווייס אז די זאכן זענען ריכטיג, האב איך נישט גארנישט, און איך האב נישט די מעגליכקייט דיר אויפצוווייזן זייער ריכטיגקייט. די באווייזן דארפסטו אליינס טרעפן, (און אמת׳דיג גערעדט, איך בין גאנץ זיכער, אז אפילו אויב וואלטן מיר געמאכט א געוויסע טעסט, וואס וואלט געווען סוקסעקספול פון מיין זייט, וואלטסטו נאך אלס נישט געגלויבט).
איך האב שוין מיינע באווייזן געטראפן, און איך גיי זיי נישט אויסרעכענען יעצט, דאס איז אן ארבעט פון דרייסיג יאהר, און דאס איז נאר אויפן שפיץ גאפל, אבער פאר מיר איז עס גענוג.
יעדער מענטש האט א רעכט צו אננעמען אדער נישט אננעמען געוויסע זאכן, לויט זיין אייגענע געשמאק.
דו נעמסט נישט אן מיין וועג, און איך נעם נישט אן דיין וועג. און אלעס איז אוקעי.
א גוטן טאג.

איך: א גוטן טאג.
אויב דו וועסט טרעפן עפעס א פשוטע טעסט, און וועסט זיך פארשמעקן אין א מיליאן דאלער, ווייסטו וואו מיר צו טרעפן.

*

לאמיר צונעמען די טענות פון אונזער משה:
1). ״הער זיך צו. איך דארף נישט קיין באווייזן״
2). ״חוץ פונעם פאקט אז איך ווייס אז די זאכן זענען ריכטיג, האב איך נישט גארנישט, און איך האב נישט די מעגליכקייט דיר אויפצוווייזן זייער ריכטיגקייט״
3). ״איך האב שוין מיינע באווייזן געטראפן, און איך גיי זיי נישט אויסרעכענען יעצט, דאס איז אן ארבעט פון דרייסיג יאהר״

אלזא, נעקסטע מאל ווען איהר טרעפט אן אינטעלעגענטע מענטשן וואס רעדן אומ-נאטורליכע זאכן, און נוצן באמבאסטישע פילאסאפישע געדאנקען, (נישט אזוי קאממאן אין אונזער קאמיוניטי), מיט אביסל געדולד קענסט איהר זיי צודריקן צום וואנט.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל

שליחה דורך הציץ ונפגע »

איך וואלט אפגעשטעלט דעם שמועס ביים ערשטן פונקט, אים געגעבן פערמעי'ס לעצטער טעארעם, און געבעטן ער זאל צוריקברענגן א באווייז דערפאר. (עס איז גראדע שוין דא פרוף דערויף, אבער כ'כאפ עס נאר אן אלץ ביישפיל פון עפעס וואס ס'נישט שייך זיך צו טענה'ן און ער וועט זיכער נישט קענען אליינס אויפקומען דערמיט).
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

הציץ ונפגע האט געשריבן:איך וואלט אפגעשטעלט דעם שמועס ביים ערשטן פונקט, אים געגעבן פערמעי'ס לעצטער טעארעם, און געבעטן ער זאל צוריקברענגן א באווייז דערפאר. (עס איז גראדע שוין דא פרוף דערויף, אבער כ'כאפ עס נאר אן אלץ ביישפיל פון עפעס וואס ס'נישט שייך זיך צו טענה'ן און ער וועט זיכער נישט קענען אליינס אויפקומען דערמיט).

עס פעלן נישט קיין אומ-אויפגעוויזענע מאטעמאטישע שאצונגען, און צווישן זיי טריוואלע, ווי למשל די גאלדבאך קאנדזשאקטער וואס זאגט אז יעדע איווען נומער (גרעסער פון 4) קען ווערן צוזאמגעשטעלט אלס א סומע פון צוויי פריים נומערן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך נאטרוליסט »

פרעג אים פשט אין דניאל'ס נביאה איבער דעם קץ הימין.

ס'איז ווערד מער פון א מיליאן דאלער. (חוץ אויב ער וועט זאגן אז ס'וועט זיין א רגע פאר שנת התקצ"ט.

עס זענען פאראן בערג מיט שווערע קשיות אין ש"ס וואס האט זיך דערווייל נישט קיין געפונען קיין מענטש וואס קען דאס ענטפערן בטטו"ד.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

פארוואס? האט געשריבן:ווי למשל, גלייך נאך ווען די צווילינג-טורעמס זענען איינגעפאלן, האט ער שוין דאס שוין געהאט געהערט פון פארדעם פון די מלאכים, און נאך

פארוואס? האט געשריבן:איך: געוואלדיג קענען דיינע מלאכים פאראויס זעהן דעם עתיד אין אונזער פיזישע וועלט? איך מיין, וויסן זאכן וואס מיר - צוליב אונזערע באגרעניצינגען - קענען נישט וויסן?

משה: זיכער נישט. דער עתיד קען נישט פאראויס געזעהן, וויבאלד ער איז געוואנדן אין די פרייע בחירה פונעם מענטש און אין זיינע החלטות, יעדע קליין דיסיזשן קען פאררוקן די גאנצע עתיד פון זיין טרעק. וועגן דעם, אמת׳ע רוחניות וועלן קיינמאל נישט פאראויס זאגן דעם עתיד.

האיך יתקיימו שניהם?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך ימי קדם »

פארוואס? האט געשריבן:
הציץ ונפגע האט געשריבן:איך וואלט אפגעשטעלט דעם שמועס ביים ערשטן פונקט, אים געגעבן פערמעי'ס לעצטער טעארעם, און געבעטן ער זאל צוריקברענגן א באווייז דערפאר. (עס איז גראדע שוין דא פרוף דערויף, אבער כ'כאפ עס נאר אן אלץ ביישפיל פון עפעס וואס ס'נישט שייך זיך צו טענה'ן און ער וועט זיכער נישט קענען אליינס אויפקומען דערמיט).

עס פעלן נישט קיין אומ-אויפגעוויזענע מאטעמאטישע שאצונגען, און צווישן זיי טריוואלע, ווי למשל די גאלדבאך קאנדזשאקטער וואס זאגט אז יעדע איווען נומער (גרעסער פון 4) קען ווערן צוזאמגעשטעלט אלס א סומע פון צוויי פריים נומערן.

תיקון קטן: נישט צוויי פריים נומבערס, נאר צוויי נומבערס. צו אנקומען צו פריים נומבערס דארף מען על פי רוב מער ווי צוויי נומבערס. לדוגמא, די נומבער 100 איז צוזאמגעשטעלט פון 2 און 50. 2 איז טאקע א פריים נומבער, 50 איז אבער נישט, מען דארף צוטיילן 50 צו 2 & 25, נאכדעם 25 צו 5 & 5, סך הכל האסטו אז די נומבער הונדערט איז צוזאמגעשטעלט פון 4 פריים נומבערס (5x5x2x2=100).
די גאלדבאך קאנדזשאקטער זאגט נאר אז יעדע איווען נומבער קענסטו צוזאמשטעלן פון בלויז 2 נומבערס (צום ביישפיל 76, 38x2=76) מה שאין כן א Odd number וועסטו אלץ דארפן ניצן כאטש 3 נומבערס (צום ביישפיל 75, 25x3=75).
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

נישט ריכטיג, ימי קדם, יעדע odd number טיימס א odd number איז אלץ equals אן odd number.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך ימי קדם »

יידל האט געשריבן:נישט ריכטיג, ימי קדם, יעדע odd number טיימס א odd number איז אלץ equals אן odd number.

ליין איבער וואס איך האב געשריבען.
איך זאג אז די איידיע איז אז צו צוטיילן א even number קענסטו אלץ נוצן נאר צוויי, משא''כ א odd דארף מען אלץ דריי ווי למשל 3 מאל 25, און מיר זאגן ביידע די זעלבע זאך...
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

כ'האב טאקע נישט פארשטאנען די ערשטע מאל, אבער יעצט אז איך פארשטיי יא וואס דו זאגסט איז מיר ווייטער שווער. דריי מאל אן even number וועט יא זיין אן איווען נומער.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אויך מיר אן אינטעליגענטע מענטש, סך הכול האקט ער אביסל צאם מאלטי-ווערס טעאריע מיט א שפריץ סאליפסיזם, און ער רעדט שוין מיט ווייסע מלאכים. (וויאזוי ווייסט ער זייער קאליר? פרעג עם אויב ער איז זיכער ער רעדט נישט מיט שדים אדער די ס"מ אליינס).
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך ימי קדם »

יידל האט געשריבן:כ'האב טאקע נישט פארשטאנען די ערשטע מאל, אבער יעצט אז איך פארשטיי יא וואס דו זאגסט איז מיר ווייטער שווער. דריי מאל אן even number וועט יא זיין אן איווען נומער.

וואס איז שווער? איך רעד פון 3 מאל א odd number, 25 is odd, and 3 is odd, 3x24=75, they are all odd.
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך ימי קדם »

ימי קדם האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:כ'האב טאקע נישט פארשטאנען די ערשטע מאל, אבער יעצט אז איך פארשטיי יא וואס דו זאגסט איז מיר ווייטער שווער. דריי מאל אן even number וועט יא זיין אן איווען נומער.

וואס איז שווער? איך רעד פון 3 מאל א odd number, 25 is odd, and 3 is odd, 3x24=75, they are all odd.

צו זיין קלאר: צו צוטיילן א even number, דארף מען נאר מאכן x2, וואס 2 איז even. צו צוטיילן א odd number, דארף מען (לכל הפחות, אסאך odd numbers זענען פריים, אפילו גאר גרויס, ווי 101 וואס מען קען נישט צוזאמשטעלן פון די זעלבע נומבער, נישט קיין חילוק וויפל מאל, מען מוז נוצן צוויי אנדערע, ווי 50+51, מילא 101 איז א פריים נומבער) מאכן x3, וואס 3 איז odd.
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

שליחה דורך קול דודי »

ימי קדם האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן: ווי למשל די גאלדבאך קאנדזשאקטער וואס זאגט אז יעדע איווען נומער (גרעסער פון 4) קען ווערן צוזאמגעשטעלט אלס א סומע פון צוויי פריים נומערן.

תיקון קטן: נישט צוויי פריים נומבערס, נאר צוויי נומבערס.

האסט נישט ריכטיג מדייק געווען. מ'רעדט פון "סומעס", דהיינו, 10 איז 5+5, 12 איז 7+5 אא"וו
I post, therefore I am
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

פונקט נעכטען האט היומעענס אוו ניו יארק דאס ארויפגעלייגט

בילד

"People were sending me messages in my head. Then they gave me this medicine. It took away my powers and I feel kinda dead now."
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פארוואס? האט געשריבן:
הציץ ונפגע האט געשריבן:איך וואלט אפגעשטעלט דעם שמועס ביים ערשטן פונקט, אים געגעבן פערמעי'ס לעצטער טעארעם, און געבעטן ער זאל צוריקברענגן א באווייז דערפאר. (עס איז גראדע שוין דא פרוף דערויף, אבער כ'כאפ עס נאר אן אלץ ביישפיל פון עפעס וואס ס'נישט שייך זיך צו טענה'ן און ער וועט זיכער נישט קענען אליינס אויפקומען דערמיט).

עס פעלן נישט קיין אומ-אויפגעוויזענע מאטעמאטישע שאצונגען, און צווישן זיי טריוואלע, ווי למשל די גאלדבאך קאנדזשאקטער וואס זאגט אז יעדע איווען נומער (גרעסער פון 4) קען ווערן צוזאמגעשטעלט אלס א סומע פון צוויי פריים נומערן.

איך וואלט אויכעט אפגעשטעלט דעם שמועס (מיט משה'ן) ביים ערשטן פונקט. נאר אנשטאט געיבן איהם פערמעי'ס טהעארעם וואלט איך איהם געגעיבן די אדרעסס פון די קארנער פארמאסי, וואו, איך בין זיכער מ'קען באקומען אווער די קאונטער אנטי-האלוסינעישן דראגס און איך וואלט איהם גוט אנגעשריגן אז פון רעדן מיט (און כאפן) מלאכים קעןנמען נישט באצאלן דעם חודש'ליכן רענט און קויפן אין גראסערי. מלאכים (ווייסע אדער שווארצע) . נאר ער זאל גיין ארבעטן. :? :roll: :lol: :x :P :oops: :cry: :( :o
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

אפשר ווייסן זיי ווי דער מאלעיזשיער פליגער איז אהינגעקומען? לויט ווי ס'האלט יעצט איז עס זייער מעגליך אין א צווייטן יוניווערס דארף מען דאך איינעם מיט צוטריט אהין...
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

ברסלבער האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:ווי למשל, גלייך נאך ווען די צווילינג-טורעמס זענען איינגעפאלן, האט ער שוין דאס שוין געהאט געהערט פון פארדעם פון די מלאכים, און נאך

פארוואס? האט געשריבן:איך: געוואלדיג קענען דיינע מלאכים פאראויס זעהן דעם עתיד אין אונזער פיזישע וועלט? איך מיין, וויסן זאכן וואס מיר - צוליב אונזערע באגרעניצינגען - קענען נישט וויסן?

משה: זיכער נישט. דער עתיד קען נישט פאראויס געזעהן, וויבאלד ער איז געוואנדן אין די פרייע בחירה פונעם מענטש און אין זיינע החלטות, יעדע קליין דיסיזשן קען פאררוקן די גאנצע עתיד פון זיין טרעק. וועגן דעם, אמת׳ע רוחניות וועלן קיינמאל נישט פאראויס זאגן דעם עתיד.

האיך יתקיימו שניהם?

האסט איהם געכאפט ביים ווארט!!!
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

ימי קדם האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:
הציץ ונפגע האט געשריבן:איך וואלט אפגעשטעלט דעם שמועס ביים ערשטן פונקט, אים געגעבן פערמעי'ס לעצטער טעארעם, און געבעטן ער זאל צוריקברענגן א באווייז דערפאר. (עס איז גראדע שוין דא פרוף דערויף, אבער כ'כאפ עס נאר אן אלץ ביישפיל פון עפעס וואס ס'נישט שייך זיך צו טענה'ן און ער וועט זיכער נישט קענען אליינס אויפקומען דערמיט).

עס פעלן נישט קיין אומ-אויפגעוויזענע מאטעמאטישע שאצונגען, און צווישן זיי טריוואלע, ווי למשל די גאלדבאך קאנדזשאקטער וואס זאגט אז יעדע איווען נומער (גרעסער פון 4) קען ווערן צוזאמגעשטעלט אלס א סומע פון צוויי פריים נומערן.

תיקון קטן: נישט צוויי פריים נומבערס, נאר צוויי נומבערס. צו אנקומען צו פריים נומבערס דארף מען על פי רוב מער ווי צוויי נומבערס. לדוגמא, די נומבער 100 איז צוזאמגעשטעלט פון 2 און 50. 2 איז טאקע א פריים נומבער, 50 איז אבער נישט, מען דארף צוטיילן 50 צו 2 & 25, נאכדעם 25 צו 5 & 5, סך הכל האסטו אז די נומבער הונדערט איז צוזאמגעשטעלט פון 4 פריים נומבערס (5x5x2x2=100).
די גאלדבאך קאנדזשאקטער זאגט נאר אז יעדע איווען נומבער קענסטו צוזאמשטעלן פון בלויז 2 נומבערס (צום ביישפיל 76, 38x2=76) מה שאין כן א Odd number וועסטו אלץ דארפן ניצן כאטש 3 נומבערס (צום ביישפיל 75, 25x3=75).

ביסט נישט גערעכט, אזוי ווי קול דודי האט שוין געשריבן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

דער פראבלעם פון דעם גאנצן שמועס איז אז מען פרובירט צו ברענגען לאגישע ראיות אויפצואווייזן אז די וועלט פירט זיך אומלאגיש. דאס איז זינלאז. און אפשר שמועסט ער טאקע מיט מלאכים און אונז, מוחות וואס זענען געווארן פארדעמפט פון סייענטיפישע טראכטן, קענען נישט פארשטיין וואס דאס מיינט?
ווען סקיצאפרעניע וואלט אנטדעקט געווארן אין מזרח הקדום וואלט וועסטערן ציוויליזאציע אזוי ווי מיר קענען עס קיינמאל נישט צושטאנד געקומען. הפך בה והפך בה דכולא בה.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

ימי קדם האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:
הציץ ונפגע האט געשריבן:איך וואלט אפגעשטעלט דעם שמועס ביים ערשטן פונקט, אים געגעבן פערמעי'ס לעצטער טעארעם, און געבעטן ער זאל צוריקברענגן א באווייז דערפאר. (עס איז גראדע שוין דא פרוף דערויף, אבער כ'כאפ עס נאר אן אלץ ביישפיל פון עפעס וואס ס'נישט שייך זיך צו טענה'ן און ער וועט זיכער נישט קענען אליינס אויפקומען דערמיט).

עס פעלן נישט קיין אומ-אויפגעוויזענע מאטעמאטישע שאצונגען, און צווישן זיי טריוואלע, ווי למשל די גאלדבאך קאנדזשאקטער וואס זאגט אז יעדע איווען נומער (גרעסער פון 4) קען ווערן צוזאמגעשטעלט אלס א סומע פון צוויי פריים נומערן.

תיקון קטן: נישט צוויי פריים נומבערס, נאר צוויי נומבערס. צו אנקומען צו פריים נומבערס דארף מען על פי רוב מער ווי צוויי נומבערס. לדוגמא, די נומבער 100 איז צוזאמגעשטעלט פון 2 און 50. 2 איז טאקע א פריים נומבער, 50 איז אבער נישט, מען דארף צוטיילן 50 צו 2 & 25, נאכדעם 25 צו 5 & 5, סך הכל האסטו אז די נומבער הונדערט איז צוזאמגעשטעלט פון 4 פריים נומבערס (5x5x2x2=100).
די גאלדבאך קאנדזשאקטער זאגט נאר אז יעדע איווען נומבער קענסטו צוזאמשטעלן פון בלויז 2 נומבערס (צום ביישפיל 76, 38x2=76) מה שאין כן א Odd number וועסטו אלץ דארפן ניצן כאטש 3 נומבערס (צום ביישפיל 75, 25x3=75).

[tag]ימי קדם[/tag]
תיקון גדול: זאלסט מיר מוחל זיין, איך פארשטיי אינגאנצן נישט דיינע רייד.
קודם כל, פון וואו נעמסטו צו זאגן וואס די גאלדבאך קאנדזשאקטער איז?
צווייטנס, דו מישסט אויס פון צוזאמשטעלן א נומער דורך adding, אדער דורך multiplication.
די גאלדבאך קאנדזשאקטער באציהט זיך אויף צוזאמען צו שטעלן א פריים נומער דורך adding.
און דו רעדסט פון multiplication, און ביי דעם ביסטו אויך נישט גערעכט, זייזשע מיר מוחל. (און איך פארשטיי נישט ווי אזוי [tag]יידל[/tag] האט זיך געלאזט פארדרייען א קאפ).
ווייל א פריים נומער קען נישט ווערן צוזאמגעשטעלט דורך multiplication, מיט צוויי גאנצע נומערן, ווייל דאס איז דאך די definition פון א פריים נומער. (אויסער אויב מ׳לייגט אריין 1 אין די בילד, וואס דעמאלטס האט בכלל נישט קיין פשט די גאנצע שפיל).
וואס איך מיין אז דו מיינסט צו זאגן, איז עפעס אנדערש:
יעדע איווען נומער טיימס א נאטורליכע נומער, איז א איווען נומער.
יעדע אדד נומער טיימס א אדד נומער, איז אויך א אדד נומער.
יעדע איווען נומער פלוס (אדער מיינוס) א איווען נומער איז א איווען נומער.
יעדע אדד נומער פלוס א אדד נומער איז א איווען נומער.
יעדע איווען נומער פלוס א אדד נומער איז א אדד נומער.

אבער, אויב דאס איז וואס דו מיינסט צו זאגן, דאן זאלסטו וויסן אז דאס איז יא אויפגעוויזן.
(און אדרבה, אויב האלטסטו אז נישט, דאן וועל איך דיר שרייבן א באווייז דערויף, און דו וועלסט מיר געבן מיליאן דאלער דערויף, און עס גיין אפנעמען פארן טרעפן א באווייז אויפן גאלדבאך קאנדזשאקטער, איך בין אפילו גרייט צו דיר אראפ שניידן א פראצענט. אבער, פארשטייטס זיך, אז אויב זיי זאגן אז נישט דאס איז די קאנדזשאקטער, דאן בלייבט די געלט ביי מיר…).
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

די ביסט פשוט מקנא אז די מלאכים רעדן נאר צו אים און נישט צו דיר...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

זיין טענה מיט די צעטליך איז געווען אז ווען מיר זעען א שווארצע ליניע אויפן צעטיל איז דאס נאר רעלאטיוו צו אונזער וועלט און נישט צום מלאך'ס
. אלזא דארף ער פרעגן דעם מלאך ער זאל זאגן וואס פארוואס גייט חלומען בשעתן זען דעם צעטיל. אבער דאס איז שוין עתידות וואס ווענד זיך אינעם כאראקטער פונעם חולם. און דאס מאכט דיזע טעסט - און א יעדע טעסט מיט א מלאך וואס איז נישט בינדענט צום קאנטעקסט פון אונזער יוניווערס - ווערטלאז. דאכט זיך יאיר האט דאס ארויסגעברענגט אויפן שפיץ גאפל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

יאיר האט געשריבן:דער פראבלעם פון דעם גאנצן שמועס איז אז מען פרובירט צו ברענגען לאגישע ראיות אויפצואווייזן אז די וועלט פירט זיך אומלאגיש. דאס איז זינלאז. און אפשר שמועסט ער טאקע מיט מלאכים און אונז, מוחות וואס זענען געווארן פארדעמפט פון סייענטיפישע טראכטן, קענען נישט פארשטיין וואס דאס מיינט?
ווען סקיצאפרעניע וואלט אנטדעקט געווארן אין מזרח הקדום וואלט וועסטערן ציוויליזאציע אזוי ווי מיר קענען עס קיינמאל נישט צושטאנד געקומען. הפך בה והפך בה דכולא בה.

[tag]יאיר[/tag] און [tag]מאטי[/tag]
אויב איהר האלט אז איהר זאגט דברים של טעם, וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן מער פונקטליך.
אבער פון אויבנאויף, מיין איך, אז פונקטליכע סייענס (פיזיקס און מאטעמאטיק), איז א מחוייב המציאות, ס׳איז נישט קיין פארפאסונג ס׳איז אן אויפדעקונג.