בלאט 1 פון 1
דזשימעיל ספעם
נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 4:21 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב פריער געזעהן א ט'גיווע וואס איך האב געשריבן און איך זעה אז עס האט קע"ה באקימען עטליכענע לייקס. אבער געווענטליך באקים איך א אימעיל יעדעס מאל וואס מ'לייק'ט מיך, און יעצט האב איך גארנישט באקימען. האב איך געקיקט אין מיין אימעיל, און איך זעה אז זייט נעכטען גייען אלע מיין אימעילס פון קאווע שטיבעל אריין אין ספעם.
שטייציך אז איך האב גלייך אלעס אנגעצייכענט אז ס'נישט ספעם.
נאך איינער האט עס אפשר געהאט? איך בין נייגעריג וואס איז פליצלינג נעכטען געשעהן
נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 4:22 pm
דורך לעמיל
איך באקום עס יא געהעריג
נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 4:28 pm
דורך שטילע אינגערמאן
האט זיך אמאל געמאכט ביי מיר אז כ'האב באקומען א אימעיל פון א געוויסע קאמפעני אין כ'האב עס געלייגט אין ספעם אנשטאט דיליטן. אין זייט דעמאלטס האב איך קיינמאל נישט באקומען פון זיי גארנישט.
ויהי היום כ'האב מיך אפגערעדט היתכן זיי שיקן מיך נישט קיין אימעיל וואס כ'האב זייער וויכטיג געדארפט, זאגן זיי מיר מיט א ברור אז זיי שיקן יא. דעמאלטס האב איך געקוקט אין ספעם אין געזעהן אלץ גייט אהין.
אין אנדערע ווערטער ביים ליגגן איינמאל א אימעיל אין ספעם קען גורם זיין אז אלע אימעילס פון דער איננער גייט גלייך אהין
נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 1:23 am
דורך פליקער
שיעור נישט געהאט א שמחת יום טוב, איך האב שוין פאר א סקונדעלע געמיינט אז דארטן ליגען מיינע לייקס באערדיגט, ווי ווען וואס דארטן זענען אויך נישט די לייקס, ווי דען קעהעו זיי זיין, וצע"ג
נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 2:07 am
דורך [NAMELESS]
איך זאג נישט, די ביסט גוט און די ביסט ווערד לייק'ס. אבער פארוואס פארגינסטו נישט מער ווי 9 לייק'ס פאר אנדערע??
נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 7:22 am
דורך פליקער
איך בין דאך דא א ניי געזעסענער
מי אני צי לייקן אזעלכע ריזן אנגעלייקטע
פשוט איך שעים זיך, וואס וועט מען זאגן
אז מען וועט זיך איינגלידערן וועט מען זיך נעמען צים לייקערל און מען וועט פליקען לייקס, פאר די וועלכע איך לייק פארשטייצעך.
נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 8:35 am
דורך דריידל
I דיין רבי האט דיך נישט געזאגט די תורה אויף "ונתנו" אז עס גייט אהין און צוריק? אדער אפשר ביסטי גאר פון די אויפגעקלערטע וואס גלייבן נישט אלץ וואס די רבי האט אויסגעלערנט?