בלאט 1 פון 1

הרה"צ רבי נפתלי צבי האלבערשטאם-אדמו"ר מבאבוב זצ"ל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 4:57 pm
דורך ראש הישיבה
היות היינט נאכט געפאלט די ניינטע יאהרצייט (!!!) פון רבי נפתל'טשע (וויאזוי מען האט אים געקענט אלע יאהרן) וואלט געוועהן א ריכטיגע צייט צו צאם נעמען די היסטאריע פון דעם מענטש.

הבהרה: ביטע שרייבן מיט די גרעסטע ריספעקט וואס איז שייך. אויב איר ווילט שרייבן א פאקט וואס קען זיין נעגאטיוו ביטע מיר שיקן קודם אין אישי כדי צו קענען מברר זיין פון פריערד אמיתית הדברים, וכן צו קענען שרייבן די פאקט מיט די גרעסטע מאס יראת הכבוד וואס איז שייך, אהן מעלים זיין די פאקט.

איך בין אויפגעוואקסן אין ב"פ, און פלעג אים זעהן א סאך מאהל, מען האט געקענט זעהן אז ער איז עפעס א ספיציעלע מענטש. לעצטנס האב איך געהערט צוויי מעשיות כמעט ממקור ראשון וואס האט מיר געמאכט טראכטן אז עס איז כדאי צו שטודירן די מענטש. איך גיי יעמט ארויס אויף א זיכעריי, און ווייס נישט ווי עס וועט זיך ענדיגן, ממילא ווער עס האט עפעס ידיעות איבער זיין לעבן, זיין התנהגות בין אדם לחבירו בין אדם למקום ביטע זיך משתתף זיין, כדי שיצא דבר שלם.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 5:37 pm
דורך דריידל
ראש הישיבה האט געשריבן:איך בין אויפגעוואקסן אין ב"פ, און פלעג אים זעהן א סאך מאהל, מען האט געקענט זעהן אז ער איז עפעס א ספיציעלע מענטש.


איך האב אים אויך געזעהן אסאך אבער איך האלט גראדע אז מ'האט נישט געזעהן אז ער איז א ספעציעלע מענטש. איך זאג דאס אלץ א מעלה ווייל איך האלט אז דאס איז א גדלות פאר א בנשקל, נאך דערצי איינער וואס איז פארזיכערט מיט א מלוכה, אז ער זאל נישט בלאזן פון זיך און אראפקוקן אויף א צווייטן.
איך קען נישט רעדן פון זיין גדלות ווייל איך האב אים נישט אזוי גיט געקאנט אבער עס איז מסתבר אז א איד מיט אזעלכע איידעלע מידות איז געווען גאר דערהויבן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 9:39 pm
דורך משולם שטיינפעלד
וועלכע צוויי מעשיות האסטו געהערט.

אדרבא פארצייל שיינע עובדות פון אים, בפרט ביומא דהילולא דילי'

נשלח: פרייטאג מערץ 14, 2014 1:20 pm
דורך פישלע העררינג
געליינט היינט אין קול ברמה א מורא'דיגע מעשה פון איהם. איך קען נישט גלייבן אז אזא איד האט געוואוינט אין בארא פארק און איך האב איהם קיינמאהל נישט געזעהן. שעים אן מי.

די מעשה גייט אז א איד וואס האט זיך געמוטשעט צו האבן קינדער, איין געהאט אפאר יאר נאך די חתונה און דער צווייטע הערשט זיבן יאר דערנאך, האט שטארק געוואלט א בן זכר. רבי נפתלי צבי האט איהם געוואונטשען "צוויי צו די צוואנציג" ואין פותר לו. ער האט געהאט צווילינג די צוואנציגסטע עניווערסערי פון זיין חתונה!

נשלח: פרייטאג מערץ 14, 2014 2:18 pm
דורך קרעקער
אלע יאהרען איז ער געוועהן א פשוטע מענטש מעורב בין הבריות כעטוהן א געוואלד מיט חסד געבארגט שווערע רבבות פאר אלמנות ויתומים (וואס האטעם געברענגט שונאים ביי די סטופיד גאליציאנע קארגע פאר וועם ער האט נישט געהאט צו באצאלען)
די מופתים האט זיך אנגעהייבען נאר ווען ער איז געווארען רבי און געוועהן קראנק און שוואך

נשלח: פרייטאג מערץ 14, 2014 6:15 pm
דורך טיטאניק
די גאליציאנער מאכען נישט קיין עסק פון קינדער פון דער רבי ממילא האט ער זיך גאר גיט געקענט אויסבאהאלטען ממש א פותח טפח ומכסה טפחיים דער אידס מטרה איז געועען הסתר קוק מיר נישט אן זאג מיר נישט שקויעך

א ריכטיגער צדיק
געהאלפען זייער אסאך אידען מיט אויסטעלישע סכומים און עמאשענעל העלפ

אסאך שטיבער ווי מען לערנט היינט מיט די קינדער אז רבי נפתלי איז. געווען א בטלן א........ אטע אסאך פון די שטיבער שטייען נאר א דאנק עם
די גאליציאנע זענען מומחים און משלם רעה תחת טובה

נשלח: פרייטאג מערץ 14, 2014 6:16 pm
דורך טיטאניק
ויקם מלך חדש אשר לא ידע את יוסף
עיין מה שאמר רש"י

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 4:47 pm
דורך ראש הישיבה
איך האב געהערט א מעשה. פארציילט מיר א סקווערער חסיד ארגינעל פון ב"פ. אז זיין טאטע איז ל"ע געזעצן שבעה נאך זיין 12 יעריגער ברידער וואס איז געוועהן קראנק מיט יענער מעשה רח"ל. דאס איז געוועהן בערך א חודש נאכדעם וואס ר' נפתלטשע איז געווארן רבי. אינמיטן די שבעה והנה די נייער באבובער רב איז דא. דער איד האט קיין שייכות מיט באבוב, ממילא האט ער זיך געוואונדערט פארוואס די באבובער רב ז"ל איז געכקומען מנחם זיין. ר' נפתלטשע האט געזאגט אז היות דאס קינד איז נישט געוועהן געזונט און ניש געגאנגען אין חדר, פלעגט כסדר דאווענען אין באבוב ביי די מניינים. ממילא פלעגט ער (ר' נפתלטשע) האבן אן התעוררות זעענדיג ווי דאס קינד מיטשעט זיך און איז זיך מחזק. אלס הכרת הטוב פארן קינד איז ער געקומען מנחם זיין. דער זוהן פארציילט מיר אז עס איז געוועהן זיין טאטע מאמע א געוואלדיגער חיזוק אז אזא גרויסער רבי האט גענומען חיזוק והתעוררות פון א זייער קינד.

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 6:10 pm
דורך ראש הישיבה
איינער פארציילט מיר לעצטנס אז ער האט געזעהן ביי עפעס א רבישע שמחה וואס האט געהאט אן אויבנאהן וואס איז זייער גרויס. די במה איז געווען פיל כמעט עד אפס מקום. פלוצלינג איז אריין אין זאל רבי נפתלטשע (ווי מען האט אים דעמאלס גערופן) אין די אהנגעצויגנקייט ביי די יושבי הבמה איז געווען גרויס. צווישן די רבנים איז געווען הרב פנחס שלום האגער לרפו"ש וואס איז אינגער פון אים מיט א צוואנציג יאר. רבי נפתלטשע איז צוגעגאנגען צו אים אין געבעטן אז ער זאל זיך רוקט נענטער צו די צענטער פאר אים, זאגנדיג די טעם אז ער איז דאך א גרויסע בנש"'ק אין עס פאסט אז ער זאל זיצן פאר אים. רבי פיני'ע האט עס אהנגענומען הערנדיג די ווערטער מיט אזא פשטות.

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 12:52 pm
דורך [NAMELESS]
ראש הישיבה האט געשריבן:איינער פארציילט מיר לעצטנס אז ער האט געזעהן ביי עפעס א רבישע שמחה וואס האט געהאט אן אויבנאהן וואס איז זייער גרויס. די במה איז געווען פיל כמעט עד אפס מקום. פלוצלינג איז אריין אין זאל רבי נפתלטשע (ווי מען האט אים דעמאלס גערופן) אין די אהנגעצויגנקייט ביי די יושבי הבמה איז געווען גרויס. צווישן די רבנים איז געווען הרב פנחס שלום האגער לרפו"ש וואס איז אינגער פון אים מיט א צוואנציג יאר. רבי נפתלטשע איז צוגעגאנגען צו אים אין געבעטן אז ער זאל זיך רוקט נענטער צו די צענטער פאר אים, זאגנדיג די טעם אז ער איז דאך א גרויסע בנש"'ק אין עס פאסט אז ער זאל זיצן פאר אים. רבי פיני'ע האט עס אהנגענומען הערנדיג די ווערטער מיט אזא פשטות.

איך וויל נישט פארדרייען די אשכול, אבער ווער עס ווייסט, ווייסט אז הרב פינחס שלום איז ממש א צדיק ״תמים״ למעלות, והבן.

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 3:44 pm
דורך בן נריהו
.

נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm
דורך חסיד
א קורצע אבער באלערענדע עובדא פון דעם צדיק וקדוש:
א בחור האט אים אמאל געפרעגט וואס איז בעסער, ער זאל מאריך זיין ביי שמונה עשרה און פארפאסן קדושה אדער בעסער זיך צויאגן און קענען מיטהאלטן קדושה בציבור, האט ער אים געענטפערט במתק לשונו: אויב קענסטו ביי שמו''ע אינזין האבן אז די דארפסט זיך צויאגן דאן ענדיג צו און זיי נישט מאריך, טאמער ביסטו אזוי פארטון אז די הערסט ניטאמאל דעם בעל תפלה דאן קענסטו פארפאסן, ודפח''ח.

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2018 1:17 pm
דורך דולה ומשקה
נעכטן איז געווען א 'טיש' אין באבוב-48, לכאורה וועט דאס דער 'די וואך' און 'דער בליק' צייכענען ווי א יארצייט טיש אדער יומא דהילולא, למעשה האט מען נישט גערעדט קיין ווארט אחת, נאר צום סוף ממש ברמיזה בבחינת סוד גמור, וואס נאר די יודעי חן וועלן דאס אויפכאפן. אז יעדער וואס איז דארט געווען איז ארויס נישט וויסענדיג אז מ'איז בכלל געזעצן ביי א יארצייט סעודה, נאר ביי א פארזאמלונג פון איבערגעבן תקנות וכיוצא בזה.

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 12:44 am
דורך רביה''ק זי''ע
מי שלא ראה צדיק זה לא ראה צדיק מימיו.

www.youtube.com/watch?v=6t7ex1vMFpg

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2018 5:19 am
דורך שבת אחים
ר׳ מאטעלע וויזניצער זז״ג האט געהאלטן פון ר׳ נפתלי׳טשע עולמות. ער האט אמאל געזאגט אויף ר׳ שלמהלע באבובער:

״סאיז נישטא נאך א רבי וואס האט איבערגעלעבט די קריג און איבערגעלאזט אזוי גרויסע זוהן ווי ר׳ נפתלי׳טשע״

ווען ר׳ מאטעלע איז אהיימגעפארן פון ר׳ נפתלי׳טשעס לוי׳ האט ער זיך אנגערופן:

ער איז געוועהן א ״צדיק אמת״

דעס איז נישט ר׳ מאטלע׳ס געווענטליכע שפראך ער געט נישט אזעלכע קאמפלימענטן אזוי שנעל פאר קיינעם.

זיינע חסידים האבן אמאל אויסערעכענט אז ער האט נאר געזאגט גרויסע זאכן אין זיין לעבן אויף די רבי׳ס:

דער אהבת ישראל, דער ווישעווער, דער דמשק אליעזר מוויזניץ. סאטמארער רב, פאפער רב, ר׳ יודלע, זיין שווער דער סקווירער זצ״ל, קלויזנבורגער רב, און ר׳ נפתליטשע באבובער, זיין ברודער דער ישיעות משה.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2018 5:24 am
דורך שבת אחים
כפול

נשלח: מוצ"ש מערץ 03, 2018 11:43 pm
דורך אישתישבי
באקומען אין אישי

דער עיקר וואס מען ברויך ארויסנעמען פין אים, זענען זיינע מדות טובות, און זיין פארשטיין צו אנדערע מענטשן געברויכן, וואס אין דעם איז ער געוועהן א יחיד, בנוסף צו דעם, זיין ענווה איז געוועהן להפליא, ער איז נישט געגאנגען פאר קיין קאמפלימענט, ער האט געהאט השתוות, סיי א קאמפלימענט, סיי א טשעפע האט ביי אים גארנישט געמיינט. פארשטייט זיך אז ער האט נישט געהאלטען קיין חשבונות פין אוהבים שונאים, ער האט גערעדט צו יעדן, זקנים און אפילו קינדער מיט'ן גרעסטע דרך ארץ און א שמייכעל. ער האט געטוהן פאר מענטשן זיי ארויסצוהעלפן אהן קיין תירוצים. אהן אויפהער. אזעלכע מענטשן קומען גאר ווייניג, און איז מן הסתם א שילוב פין זיין נאטור בנוסף צו דער חינוך פין זיין גרויסער טאטע און זיידע, און בנוסף צו איבערלעבן א שווערע מלחמה, און דערנאך אין ירושלים ביי די נטורי קרתא. ער האט אויך געהאט א חוש צו בארואיגן א מענטש, אין סיי וועלכע מצב.

יהא זכרו ברוך.