בלאט 1 פון 1
יעדער איז ביזי, אלעס לויפט און גאלאפירט, און וואו בין איך ??
נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 6:49 pm
דורך חולם
ביקש לישב בשלוה? נישט אלעמאל. איך האב די פראבלעם יעדן ערב ערב ערב יעדן יו"ט כמעט. היינט האט עס מיר נאכאמאל געכאפט און באמאכט. די גאסן זענען אנגעפילט, מ'קען נישט דורכפארן, יעדער לויפט יעדער כאפט, דער שלעפט, יענער שטיפט. אלעס מיט א לאך אויפן פנים. און איך בין ווי אין א אנדערע פלענעט, גארנישט ווארט נישט פאר מיר. איך האב אויך א שטיקל משפחה, איך בין נישט איינזאם, מיט דעם אלעם האב איך נישט וואו צו לויפן און וואו צו זיין ביזי. עם איי מיסינג סאמטינג? פארוואס דארף איך נישט. איך שפיר זיך זייער לעפט אט, איך וואלט געוואלט אנטרינען ווערן צו א דארף און נישט דארפן צו זען ווי אלעס טוט זיך און איך בין נישט אינעם בילד. אדער האב איך געהאט א קלער פון אויך ארומלויפן אין אלע געשעפטן און סתם ווארפן געלט קויפן מהא ודא אבי צו זיין א חלק פון כלל ישראל.
איז איינער אויף מיין זייט?
נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 9:43 pm
דורך דריידל
פארהאן אסאך מענטשן וואס זענען פשוט צעפלויגן און/אדער פארשלעפט און ווילן נישט זיין מסודר מיט א סקעדזשול.
א נארמאלער מענטש ווייסט בעסיקלי וואס מ'דארף פאר יו"ט און גרייט אלס אן מבעוד מועד אז מ'זאל קענען צוגיין צום יום טוב מיט א רואיגקייט. ווידער זענען דא די פארשלעפטע / אומ-מסודר'דיגע ברואים וואס לויפן ארום נעוועזערהייט די לעצטע מינוט צו ארלעדיגן וואס מ'דארף. מ'קען זיך פארשטעלן וואספארא נערוועזקייט הערשט ביי זיי אונדערהיים.
אשריך [tag]חולם[/tag], וואס די ביסט פון די נארמאלע מענטשן. ס'פעלט דיר גארנישט.
כ'אב געהערט אמאל א טייער ווארט בשם הרב קאפלמאן ז"ל. שטייט "חשתי ולא התמהמתי לשמר מצותיך", לכאורה פארוואס פעלט אויס די דאפלט לשון, חשתי ולא התמהמתי? האט ער געענטפערט אז א זריז איז נישט דער וואס לויט צופרי צו כאפן דעם באס. א זריז איז דער וואס שטייט אויף גענוג פרי און רעכנט זיך אויס ער זאל נישט דארפן לויפן די לעצטע מינוט. דאס האט דוד המלך געזאגט, חשתי אבער ולא התמהמהתי.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 2:25 pm
דורך שמעקעדיג
נאך איינער פילט אזוי?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 2:42 pm
דורך הוגה
איך פיל אזוי.
איך פיל נישט left out אבער איך קען נישט איידענטיפייען מיט די פאריאגטע פארסאפטע פארקער דזשעם וואס גייט פאר אין די גאסן.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 2:53 pm
דורך שמעקעדיג
איי וויש.
איך ווער משוגע פון ביזי-קייט.
איך האב אזויפיל וואס צו שרייבן און ענטפערן אויף די אלע שיינע אראומע מאמרים, און אויסער לייקן קום איך כמעט נישט אן.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 5:24 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:נאך איינער פילט אזוי?
אזוי ווי חולם ??? איך פיהל פארקערט. איך ווארט שוין מתי יבוא לידי ואקיימנה. איך זאלל נישט דארפן ארומלויפן ווי א טשיקן אן א קאפ ביז ווען דער שבת ויו"ט פייפער פייפט שוין דעם צווייטן מאל!...!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 5:30 pm
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:נאך איינער פילט אזוי?
אזוי ווי חולם ??? איך פיהל פארקערט. איך ווארט שוין מתי יבוא לידי ואקיימנה. איך זאלל נישט דארפן ארומלויפן ווי א טשיקן אן א קאפ ביז ווען דער שבת ויו"ט פייפער פייפט שוין דעם צווייטן מאל!...!
בשורה טובה: מיט דעם נייעם שבת-ויו"ט עפפ. וועסטו קענען צווישן די אושפיזן און קידוש איבערליינען (כמעט) אלע אראומע ארטיקלען און מגיב זיין צווישן די פיש און די יויעך (זופ, אויף אונגאריש.). די שאלה איז נאר, אויב קאווע שטיבל איז אפן אום יו"ט. אפשר זענען זיי נאך אלט מאדיש (אלד פעשיאנ'ד , בלע"ז) און זיי לעשן אויס דעם מעין סערווער...