בלאט 1 פון 2

האדמו"ר מהר"י הורוביץ זי"ע מדז'יקוב

נשלח: פרייטאג מערץ 14, 2014 6:31 pm
דורך פארוואס?
הרב רבי יידעלע הורוביץ זי"ע
איז געבוירן אין גרויסווארדיין צו זיין טאטע הר"ר אלטר יחזקאל, אן איידים ביים אהבת ישראל פון וויזניץ.
ער איז געווארן אן איידים ביי זיין פעטער דער אמרי חיים פון וויזניץ. און איז געפארן נאכן קריג קיין ארץ ישראל מיט איהם.
ער האט נישט געהאט קיין קינדער, האט ער אפגע'גט זיין ווייב. (צום צווייטן מאל).
געוואוינט האט ער אין ירושלים עיה"ק, ביז פאר א געוויסע מעשה (וואס אויב איינער קען די איינצלהייטן, זאל ביטע מיטטיילן), האט ער געדארפט מופן קיין לאנדאן.
דארטן איז ער נפטר געווארן, און באגראבן געווארן אום י"ט סיון תשמ"ט.
ווער פון דא עס האט צו מיטטיילן די אומבאקאנטע טיילן פון זיין לעבן, איז געלאדנט.

נשלח: פרייטאג מערץ 14, 2014 6:42 pm
דורך קאווע טרינקער
צענדליגע מענטשען טענה'נען אז זיי זענען געווען די איינציגסטע וואס ר' יידעלע האט גערעדט מיט זיי, אין זיין פארשפארטע יארן, סוף ימיו אין לאנדאן.

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 4:09 pm
דורך פארוואס?
יא. אבער איך בין בעיקר נייגעריג, פארוואס ער האט געדארפט אנטלויפן פון ירושלים קיין לאנדאן. וואס לויט מיין פארשטאנד איז דא דא א סוד, וואס נאר די יעניגע פון יענעם דור ווייסן. (דאס איז פון די זאכן וואס גייען נישט אריין אינעם כלל פון פון ״אין אדם מוריש שקר לבנו״).

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 10:52 am
דורך דולה ומשקה
פארוואס? האט געשריבן:יא. אבער איך בין בעיקר נייגעריג, פארוואס ער האט געדארפט אנטלויפן פון ירושלים קיין לאנדאן. וואס לויט מיין פארשטאנד איז דא דא א באהאלטענעם סוד, וואס נאר די יעניגע פון יענעם דור ווייסן. (דאס איז פון די זאכן וואס גייען נישט אריין אינעם כלל פון פון ״אין אדם מוריש שקר לבנו״).


נואף

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 3:03 pm
דורך פארוואס?
דולה ומשקה האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:יא. אבער איך בין בעיקר נייגעריג, פארוואס ער האט געדארפט אנטלויפן פון ירושלים קיין לאנדאן. וואס לויט מיין פארשטאנד איז דא דא א באהאלטענעם סוד, וואס נאר די יעניגע פון יענעם דור ווייסן. (דאס איז פון די זאכן וואס גייען נישט אריין אינעם כלל פון פון ״אין אדם מוריש שקר לבנו״).


נואף

[tag]דולה ומשקה[/tag]
איך זעה דו ווייסט עפעס, אפשר ביסטו משקה אביסל פאר די קאווע טרינקער, פון די ידיעות וואס דו האסט דולה געווען.

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 7:33 pm
דורך shtel
דולה ומשקה האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:יא. אבער איך בין בעיקר נייגעריג, פארוואס ער האט געדארפט אנטלויפן פון ירושלים קיין לאנדאן. וואס לויט מיין פארשטאנד איז דא דא א באהאלטענעם סוד, וואס נאר די יעניגע פון יענעם דור ווייסן. (דאס איז פון די זאכן וואס גייען נישט אריין אינעם כלל פון פון ״אין אדם מוריש שקר לבנו״).


נואף

דאס זיך אוועקציען קיין לאנדאן איז געווען צוליב וואס א שכן האט זייער אסאך געשטערט , האט דער צוקנופטיגער בעל אכסניא אין לאנדאן אנגעטראגן פאר ר' יודאלע זיך צו ציען קיין לאנדאן , והסכים...

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 8:04 pm
דורך פארוואס?
shtel האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:יא. אבער איך בין בעיקר נייגעריג, פארוואס ער האט געדארפט אנטלויפן פון ירושלים קיין לאנדאן. וואס לויט מיין פארשטאנד איז דא דא א באהאלטענעם סוד, וואס נאר די יעניגע פון יענעם דור ווייסן. (דאס איז פון די זאכן וואס גייען נישט אריין אינעם כלל פון פון ״אין אדם מוריש שקר לבנו״).


נואף

דאס זיך אוועקציען קיין לאנדאן איז געווען צוליב וואס א שכן האט זייער אסאך געשטערט , האט דער צוקנופטיגער בעל אכסניא אין לאנדאן אנגעטראגן פאר ר' יודאלע זיך צו ציען קיין לאנדאן , והסכים...

ס׳איז זייער אינטרעסאנט אז פון ירושלים ביז לאנדאן איז נישט געווען צום געפונען אן אנדערע אכסניה.

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 8:50 pm
דורך דולה ומשקה
ס'האט גארנישט געהאט צו טוהן מיט א שכן, ער האט בהכרח געמוזט פארלאזען דער 'מדינה' צוליב א אומ-אגענעמע מעשה.

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 9:10 pm
דורך shtel
דולה ומשקה האט געשריבן:ס'האט גארנישט געהאט צו טוהן מיט א שכן, ער האט בהכרח געמוזט פארלאזען דער 'מדינה' צוליב א אומ-אגענעמע מעשה.

ביטע טיילט מיט די מעשה , מיר איז אינטערסאנט צו הערן אייער נוסח , די מקורבים ווייסן די מעשה . אבער צו פארשטיין די מעשה אין די ריכטיגע פערספעקטיווע האט מען געדארפט אים קענען פון דער נאנט...
איר זענט געלאדנט אנצופרעגן די מקורבים , זיי וועלן אייך פארציילן די מעשה , און אזוי ווי איך האב פריער מיטגעטיילט אז דאס האט אים גארנישט געשאדט צו פארלאזן. פארלאזט האט ער וועגן א שכן און מען האט אים אנגעטראגן זיך צו זארגן פאר אלע זיינע צרכים.
דרך אגב ער איז געווען צוריק אין א"י אינצווישן אויף א וויילע

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 10:39 am
דורך דולה ומשקה
shtel האט געשריבן:ביטע טיילט מיט די מעשה, מיר איז אינטערסאנט צו הערן אייער נוסח, די מקורבים ווייסן די מעשה


טייל ניקס רעדן זיך איין אז געוויסע זאכען קענען זיי נישט שרייבען מיט זייער געווענטליכע ניק, דעריבער מאכען זיי אויף אויף א פרישע ניק, ואס נאר מיט דער צווייטע ניק קענען זיי שרייבען פארשידענע תגובות. - דאס איז נאר להערה בעלמא.

על כל פנים לענינינו איז נישט דא ביי דעם מיין נוסח, זיין נוסח. עס איז פשוט דא א פאקט מיט א מציאות.

ווי נעריש איז דאס אז די "מקורבים ווייסען די מעשה", די מיינסט צו זאגען אויב וויל איך וויסען פונקטליך די אינערליכע פרטים איבער די סאטמארע פילוג זאל איך אנפרעגן משה פרידמאן ווייל ער איז דאך דארט געוועהן א מקורב, אין ער וועט מיר פשוט ענפערן מיט א אמת'ע תמימות אז דער ברך משה האט אזוי געוואלט... וכיוצ"ב בשאר דוכתי.

אגב קיינער טוישט נישט קיין קאנטינענטן מיטן אויסרייד: "דער שכן...",

איך פארשטיי דיר הרב שטעל אז דו ביסט פארבינדען מיט ר' יודא'לע דזיקוב'ער און מהר"א מסטוטשין, אבער ווי אזוי האט ראמני געזאגט צו אבאמא (נאכזאגענדיק א ווארט פון נ.י. סענעטאר דניאל פעטריק מאניהאן):
“You are entitled to your opinion. But you are not entitled to your own facts”

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 2:29 pm
דורך shtel
כדי לסבר את האוזן, דאס אז די מקורבים פארציילן די מעשה און זענען דאס נישט מכחיש און לייגן צו אז ער האט נישט פארלאזט א"י נאכדעם . נאר פארלאזט נאכדעם וואס א שכן האט אויסגעטיילט צרות. איז די גרעסטע ראי' ...
עס איז ניש דא קיין ויכוח אויף די פרטים, נאר צו פארשטיין פארוואס עס האט אים נישט גערירט און נישט געקימערט דערוועגן דארף מען האבן געקענט די שיעור קומה פון ר' יודאלע.

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 3:00 pm
דורך דולה ומשקה
שוין ווייטער מיט וואס די "מקורבים דערציילען...",
שוין ווייטער מיטן "שכן...",

דו דארפסט דוקא אז אומ-אנגענעמע פרשה וואס איז געבליבען בשתיקה עד היום זאלן דארפען ווערן ארויף געשמירט ברחל בתך הקטנה?
ווי איז דיין שכל? לאז אפ די מקורבים, לאז אפ דעם שכן זיינעם, אין לייג צוריק שלאפען דעם גאנצע נושא.

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 1:05 am
דורך [NAMELESS]
אשכולות אויפוועקער האסט פארגעסן

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 2:43 pm
דורך [NAMELESS]
די יארצייט איז היינט, י"א סיון, נישט י"ט ווי אויבן געברענגט.

Re: האדמו"ר מהר"י הורוביץ זי"ע מדז'יקוב

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 3:18 pm
דורך א איד
הרב דולה, האסט געשריבן איין ווארט וואס דאס בעט אז דו זאלסט עס צוענדיגן.
נעקסט טיים שרייבט נישט גארנישט און פארטיג

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 10:36 pm
דורך נהורא נפישא
וואס איז די רעדע דא, ווי קומט אהער נואף, רבי יהודה'לע דזשיקובער אויף וויפיל כ'האב געהערט איז געווען א פרוש און געלעבט אין העכערקייט, קען מיר איינער אויפקלערן וואס די רעדע איז דא ?

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 11:40 pm
דורך שבת אחים
זייער אינטערסאנט, אין וויזניץ ווי איך בין אויפגעוואקסן האט מען גערעדט פון אים אזויווי ער וואלט וועין געוועהן ר״ר אלימלך, ר״ר זושע, און דער בארדישובער צוזאמען, ממש ווי א מלאך! קיינמאל נישט געהערט אזעליכע מעשיות אויף אים, אבער וואס ווייס איך-אלעס איז מעגליך.

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 1:50 am
דורך [NAMELESS]
פארוואס? האט געשריבן:ער איז געווארן אן איידים ביי זיין פעטער דער אמרי חיים פון וויזניץ. און איז געפארן נאכן קריג קיין ארץ ישראל מיט איהם.
ער האט נישט געהאט קיין קינדער, האט ער אפגע'גט זיין ווייב. (צום צווייטן מאל).
......
דארטן איז ער נפטר געווארן, און באגראבן געווארן אום י"א סיון תשמ"ט.


אויב איך האב נישט קיין טעות, האט דער מנחת יצחק חתונה געהאט מיט זיין ווייב, און ער איז אויך נפטר געווארן י"א סיון תשמ"ט, ויהי לפלא!

Re: האדמו"ר מהר"י הורוביץ זי"ע מדז'יקוב

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 7:42 am
דורך א איד
אויך געהערט דערפון

Re: האדמו"ר מהר"י הורוביץ זי"ע מדז'יקוב

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 7:56 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
געהערט?! איך געדענק דעמאלס אז יעדער האט גערעדט דערפון

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 9:09 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
איך געדענק עס נאך ווי היינט ווי דער מלמד איז אריין אין קלאס אין געזאגט אז היינט איז אוועק צוויי גרויסע מענטשן אין אויך צוגעלייגט אז הרב ווייס האט חתונה געהעט מיט דער רעבעצין פין רבי יהודעלע

אין אגב אז מען רעדט פין רבי יהודה'לע וויל איך זאגן אז כ'האב זוכה געוועהן צו זעהן דער צדיק וקדוש בחיים חיותו אהה געהאט א מורא'דיגע לעכטיגע צורה

Re: האדמו"ר מהר"י הורוביץ זי"ע מדז'יקוב

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 12:55 pm
דורך טמיר
ס'הייסט אז ער האט זיך גע'גט ווייל זי האט נישט געהאט קיין קינדער.
סתם אזוי רעגט מיך ווי מ'רעדט אזוי פון א קדוש וטהור און א גאון ווי מ'זאל ווען רעדן פון הרב ברלנד צי ווייס איך ווער

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 2:41 pm
דורך שבת אחים
דעס ווייסט דאך יעדער אז ער האט זיך ג׳גט ווייל ער האט נישט געהאט קיין קינדער אבער פארוואס איז ער געלויפן קיין לאנדאן?