בלאט 1 פון 1

ספרים קדושים לתלמידי בעש"ט

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 10:59 am
דורך שמואל הלוי
מכון בית הילל האט ארויסגעגעבן אסאך יארן צוריק אפשר 100 בענדער פון צאמגעקליבענע פארשידענע ספרים מיטן נאמען "ספרים קדושים לתלמידי בעש"ט" [הגם נישט אלע זענען מתלמידי בעש"ט], ווי אויך איז דא דארט פארשידענע ספרים פון אינטערסאנטע מעשיות וסיפורים, וואס דאס אלעס איז [דערווייל] נישטא אויף היברו בוקס, אבער נאר די בענדער בעצם פון בית הלל איז נישטא, אבער גאר אסאך ספרים וואס בית הילל האט מלקט געווען [און אפשר אלע] קען מען יא געפינען דארט צושפרייט און צוזייט, דעריבער וויל איך בעטן אז ווער ס'האט די סעט פון אלע בענדער צו ער וואלט געקענט אפשר א טובה טוהן און דא אפשרייבן די אלע ספרים וואס ס'איז דא אין באנד א', און אזוי ווייטער אין באנד ב', באנד ג' וכו' וכו', און די אלע ספרים וואס איך וועל געפינען אויף היברו בוקס וועל איך אי"ה דא לינקן לזכות את הרבים.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 10:29 pm
דורך איך אויך
איינער קוקט נאך היינט אריין אין די דיקע אבגעשטויבטע בענדער?

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 10:39 pm
דורך יידל
די אלע בענדער ווערט פארקויפט אין אמרי שפר ספרים געשעפט אין וויליאמסבורג. אי"ה בל"נ קומענדיגעס מאל וואס איך וועל אריינגיין דארטן וועל איך א בליק טאן.

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 6:08 am
דורך שמואל הלוי
יידל האט געשריבן:די אלע בענדער ווערט פארקויפט אין אמרי שפר ספרים געשעפט אין וויליאמסבורג. אי"ה בל"נ קומענדיגעס מאל וואס איך וועל אריינגיין דארטן וועל איך א בליק טאן.

ייש"כ מעיקרא מעומקא דליבא פנימה.

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 11:21 am
דורך אורח
א בילד פון ר' הלל

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 11:24 am
דורך שמואל הלוי
איך אויך האט געשריבן:איינער קוקט נאך היינט אריין אין די דיקע אבגעשטויבטע בענדער?

יא

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 12:34 pm
דורך איך אויך
אקעי כאנישט געוויסט.

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 1:36 pm
דורך דולה ומשקה
ביגעלאייזען אין בארא פארק האט אויך דעם סעט.

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 12:58 pm
דורך יידל
חלק ב':
זאת זכרון
זכרון אמת
דברי אמת
עשר אורות - מהרה"ק מלובילן זצ"ל
אהל הרבי - כולל שלשה ספרים

חלק ה':
עירין קדישין
כנסת ישראל
בית ישראל
כרם ישראל
פאר לישרים

חלק ט':
שארית ישראל - קאזניץ
יסוד האמונה - קאסוב
שפתי קדושים - נדבורנא
תורת הרמ"ל השלם - סאסוב
שבעה ימי שבתא - תלמידי הבעש"ט

חלק נ"ז:
עמוד העבודה - קאסוב
תורת אמת - אפטא

חלק ח':
שני המאורות - קאמינקא
תורת שמואל - ווארקי
נטע שעשועים - חעלעם
אמרות טהורות - קאברין
ברכות לעד - קאברין
ישועות ישראל - רוזין
תפארת ישראל - רוזין
אבן ישראל - רוזין
גדולים מעשה צדיקים - רוזין
דברים ערבים - תלמידי בעש"ט

חלק מ"ו:
קהלת משה - קאזניץ
דברי תורה פשיסחא ומגלניצא
דברי מאיר - פרעמישלאן

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 1:00 pm
דורך שמואל הלוי
א ריזן ריזן דאנק אייך.
שפעטער ווען מיר וועלן האבן צייט וועלן מיר אפירזוכן די ספרים אויף היברו בוקס און עס לינקען דא.

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 1:09 pm
דורך לעמיל
שמאול לייג לינקס פין שיינע שטיקלעך אויף די פרשה

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 6:26 pm
דורך שמואל הלוי
יידל האט געשריבן:חלק ב':
זאת זכרון
זכרון אמת
דברי אמת
עשר אורות - מהרה"ק מלובלין זצ"ל
אהל הרבי - כולל שלשה ספרים

זאת זכרון
זכרון אמת (דערווייל נאך נישט עוועליבעל אויף היברו בוקס)
דברי אמת
עשר אורות - מהרה"ק מלובלין זצ"ל
אהל הרבי - כולל שלשה ספרים

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 6:36 pm
דורך שמואל הלוי
יידל האט געשריבן:חלק ה':
עירין קדישין
כנסת ישראל
בית ישראל
כרם ישראל
פאר לישרים


עירין קדישין (א אנדערע דרוק)
כנסת ישראל (ווייס איך נישט וועלכע)
בית ישראל (ווייס איך נישט וועלכע)
כרם ישראל
פאר לישרים

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 6:42 pm
דורך שמואל הלוי
טייערער יידל אויב מעג איך דיר מטריח זיין, ביטע צייכן צי די מחברים, כדי צו וויסן וועלכע צו זוכן.
ותודה רבה מעיקרא.

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 6:49 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:טייערער יידל אויב מעג איך דיר מטריח זיין, ביטע צייכן צי די מחברים, כדי צו וויסן וועלכע צו זוכן.
ותודה רבה מעיקרא.

די פראבלעם איז אז צו וויסן די מחברים דארף איך שוין מישן אינעם ספר. אין די שפעטערדיגע בענדער, ווי ער שוין יא געשריבן אויפן דעקל, האב איך טאקע צוגעשריבן די שטאט.