בלאט 1 פון 1

מגילת אסתר לפי פשוטו של מקרא

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 12:41 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אפאר געדאנקן אין די מגילה לפי פשוטו של מקרא:

צום אלעם ערשטענס רבותי וועם עס דאכט זיך אז אין די מגילה שטייט קלאר ארויס אז מען האט געהרגט ושתי, טעות היא בידכם! אמת, ס'איז דא אזא מדרש אגדה אפשר א גמרא אויך אבער פשטות המקרא איז משמע אז מען האט איר נישט געהרגט. ביי אחשורוש'ס גזירה שטייט קאפיטל א' (פסוק "יט) "ויכתב בדתי פרס ומדי ולא יעבור אשר לא תבא ושתי לפני המלך אחשורוש" עס ווערט נישט דערמאנט דאס מינדעסטע וועגן א גזירת מיתה עס איז משמע אז די גאנצע עונש אירע איז געווען אז זי אל מער נישט זיך באווייזען די פנים פאר אחשורוש: ולא תבא ושתי לפני המלך. אויך שפעטער אין קאפיטל ב' (פסוק א') שטייט "כשך חמת המלך אחשורוש זכר את ושתי ואת אשר עשתה ואת אשר נגזר עליה" וואס בפשטות מיינט דאס די גזירה אז זי טאר מער נישט קומען פארן קעניג און ממילא האט ער געזוכט א נייע מלכה נישט ווייל ער האט איר געהרגט.

עס שטייט אין מגילה קאפיטל ז' נאכדעם וואס אסתר האט געזאגט (פסוק ד)"כי נמכרנו אני ועמי להשמיד להרוג ולאבד וכו' שטייט (פסוק ז') והמלך קם בחמתו שטעלט זיך די שאלה וואס האט ער אזוי געצארענט, חז"ל זאגן אז ער איז געווען אן הפכפך ער האט זיך געמאכט ווי עס גייט אים אן אז מען הרגט אידן. פשטות המקרא איז מורה אז ער האט ערשט יעצט געכאפט אז המן האט אים איינגעמיירעט, דאס הייסט, אז מיט זיין גזירה וועט אסתר אויך מוזן שטארבן ווייל זי איז אויך א אידענע, און וועגן דעם איז ער געווארן אין כעס. לפי זה שטומט זייער גוט (פסוק ח) וואס שטייט: והמן נופל על המטה אשר אסתר עליה, ויאמר המלך (להמן) הגם לכבוש את המלכה עמי בבית? בפשטות איז משמע אז אחשורוש האט שוין געהאט א טענה אויף המן פון פאר דעם נאר יעצט איז נוסף געווארן א טענה פון "עמי בבית" (חז"ל זאגן אז דאס איז ווייל אחשורוש האט געהאלטן אז המן האלט אן אויג אויף אסתר און וועגן דעם איז געווען נדדה שנת המלך און יעצט אז האט אים געזעהן נופל על המטה האט ער געשריגן עמי בבית ) לפי ווי מיר זאגן שטומט עס זייער גוט, אחשורוש האט געזאגט פארן המן דאס אז די האסט געוואלט הרגנען אסתר'ן דורך גזירה איז איין זאך אבער דאס וואס די טוסט יעצט גייט שוין ארויס פון אלע גבולים, הגם לכבוש את המלכה עמי בבית.

אין קאפיטל ח' פסוק י' שטייט: וישלח ספרים ביד הרצים בסוסים רוכבי הרכש האחשתרנים בני הרמכים. חז"ל פלאגן זיך וואס דאס איז "אחשתרנים בני הרמכים" רש"י אין מגילה זאגט אז דאס זענען א מין גמלים הממהרים לרוץ, סאיז אבער זייער שווער ווייל מיר געפינען נישט אין גאנץ תנ"ך דעמאנט אזא מין קעמעל. לכאורה איז דאס פשוט געווען א נאמען פון א קאמפעני, א פאסטל סערוויס וואס האט זיך גערופן אחשתרנים בני הרמכים, אולי איז די ביזנעסס אריגענעל געפענט געווארן דורך די רמכים משפחה און איז אפגעקויפט געווארן שפעטער דורך די אחשתרנים משפחה ולכן האבן זיי געגעבן א נאמען זייער ביזנעסס אחשתרנים בני הרמכים, און בכלל אויף א קאמפעני נאמען פרעגט מען נישט קיין קשיות.

נאך א זאך עס ווערט נישט דערמאנט אין די מגילה אז המן האט עפעס מיט עמלק די גמרא אין מגילה י"ג דרשנ'ט אזוי, וצע"ג עס איז א דאך א קלארע פסוק וישסף שאול את אגגמיט איז ווי אזוי האט ער געהאט קינדער מען האט דאך אויסגעהרגעט אלע פרויען אין קינדער, והדבר צריך ישוב (ערגעץ געדענק איך אז איינער זאגט אז יענע נאכט האט ער חתונה געהאט מיט איינעם וצ"ע .

אויב וועל איך האבן צייט וועלן מיר ממשיך זיין למחרת בעיצומו של יום.

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 12:58 am
דורך קאווע טרינקער
אויב ושתי האט נאך געלעבט, פארוואס האט ער נישט צוריקגענומען?
--
בפשטות האט דאך המן אויך נישט געוואוסט אז אסתר איז א אידענע?

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 2:25 am
דורך שמעקעדיג
פארוואס אין העמק דבר?

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 2:29 am
דורך געפילטע פיש
קאווע טרינקער האט געשריבן:אויב ושתי האט נאך געלעבט, פארוואס האט ער נישט צוריקגענומען?

כי כתב אשר נכתב בשם המלך ונחתום בטבעת המלך אין להשיב

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 9:02 am
דורך קאווע טרינקער
געפילטע פיש האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אויב ושתי האט נאך געלעבט, פארוואס האט ער נישט צוריקגענומען?

כי כתב אשר נכתב בשם המלך ונחתום בטבעת המלך אין להשיב

אויך מיר א פאליסי, אידן זענען לעבעדיג און שטויסען...

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 9:33 am
דורך פוןדעסטוועגןדאך
להיות כל איש שורר בביתו....
פון די הויפט כאראקטערס אין די מגילה איז דא צוויי פרויען, ושתי און אסתר. קיין איינע פון זיי זענען געווען די אשה כשרה העושה רצון בעלה. קיין איינע פון זיי האבן נישט מקיים געווען דאס געזעץ פון מקבל שררות זיין פון די מאן.
די חילוק איז נאר, אז לפני הגזירה פון אנטי פרויען רעכטען, (להיות כל איש שורר) האט ושתי נישט באהאלטען איר זעלבסטשטעניגקייט, און איז געגאנגען פאר דירעקט קאנפראנטאציע.
משא"כ לאחר הגזירה, האט אסתר געניצט דעם קווינטעסענטיעל פרויען טאקטיק, פון מאניפולאציע.

פירות הנושרין להלכה:
תחבולות און מאניפולאציע ארבעט אסאך בעסער. :-)

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 10:41 am
דורך יידל
נעכטן געהערט: ושתי איז געווען די ערשטע פעמעניסטקע.

--

איך פארשטיי נישט דאס ענין פון וצומו עלי ואל תאכלו ואל תשתו וכו'. איז פשוט פשט אז דער ציל איז געווען להתפלל אל ה'? אדער איז ע"פ פשט פשוט די פאסטען געווען אזא סארט סגולה צו וואס?

--

אויף פייסבוק האב איך געזען פון יהושע וואקסמאן, בעמ"ח פרשה בלאג, אז מגילת יהודית איז געווען א פרומער ווערסיע פון אסתר. יהודית דערמאנט גאט, זי שלאפט נישט מיטן הערשער, זי איז מקפיד אויף כשרות. אסתר דערמאנט נישט גאט (חוץ ביים וצומו), זי האט אינטימישע באציאונגען מיט אחשורוש, זי עסט טריפות מיטן קעניג. חומר למחשבה.

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 10:47 am
דורך יידל
ואילו לעבדים ושפחות נמכרנו החרשתי כי אין הצר שווה בנזק המלך. געהערט היינט צופרי פון איינעם א פשט: ווען אחשורוש פארדינט ווען פון געשעפט, שווייג איך, ווייל די עפארט איז נישט ווערט אויב אחשורוש פארלירט געלט דערביי. ווידעראום הרג'ענען פארדינט נישט קיינער, איז יא ווערט אחשורוש זאל גיין ס'עקסטערן מייל.

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 11:56 am
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:ואילו לעבדים ושפחות נמכרנו החרשתי כי אין הצר שווה בנזק המלך. געהערט היינט צופרי פון איינעם א פשט: ווען אחשורוש פארדינט ווען פון געשעפט, שווייג איך, ווייל די עפארט איז נישט ווערט אויב אחשורוש פארלירט געלט דערביי. ווידעראום הרג'ענען פארדינט נישט קיינער, איז יא ווערט אחשורוש זאל גיין ס'עקסטערן מייל.

דאס איז דאך פשוט פשט.

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 11:58 am
דורך sefish
דאס איז דער וויץ...

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 1:20 am
דורך ונבנתה העיר
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:נאך א זאך עס ווערט נישט דערמאנט אין די מגילה אז המן האט עפעס מיט עמלק די גמרא אין מגילה י"ג דרשנ'ט אזוי, וצע"ג עס איז א דאך א קלארע פסוק וישסף שאול את אגגמיט איז ווי אזוי האט ער געהאט קינדער מען האט דאך אויסגעהרגעט אלע פרויען אין קינדער, והדבר צריך ישוב

האגגי?

נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:03 pm
דורך יתרו
אויפגעוועקט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:02 am
דורך ונבנתה העיר
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:נאך א זאך עס ווערט נישט דערמאנט אין די מגילה אז המן האט עפעס מיט עמלק די גמרא אין מגילה י"ג דרשנ'ט אזוי, וצע"ג עס איז א דאך א קלארע פסוק וישסף שאול את אגגמיט איז ווי אזוי האט ער געהאט קינדער מען האט דאך אויסגעהרגעט אלע פרויען אין קינדער, והדבר צריך ישוב (ערגעץ געדענק איך אז איינער זאגט אז יענע נאכט האט ער חתונה געהאט מיט איינעם וצ"ע .

כ"כ מהרח"ו, מהר"מ אלשיך וכו'.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:07 am
דורך געוואלדיג
ילקוט מעם לועז בשם מדרש קדום שעשה עצמו בכישוף לפר ואשתו לפרה

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 9:28 pm
דורך ציבעלע-קיגל
ושתי לעבט נאך אלץ... מיין שוויגער

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 12:14 am
דורך פליקער
זרש איז דיין שוויגער

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2023 8:42 pm
דורך כספי
געוואלדיג האט געשריבן:ילקוט מעם לועז בשם מדרש קדום שעשה עצמו בכישוף לפר ואשתו לפרה
בילקוט מעם לועז (ש"א טו לג) בשם חכמי אשכנז, וכן החיד"א מביאו בספרו על שמואל ששמע מרב החסיד כמורינו הר"ר דוד מלמד ז"ל משם הראשונים