בלאט 1 פון 1

LED באלב'ס פאר טשענדעלעיר

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 2:13 am
דורך [NAMELESS]
ס'טאקע פורים, אבער מ'ממעג פרעגן א ערענסטע פראגע. כ'וויל קויפן LED באלב'ס פאר מיין דיינינג ראם טשענדעלעיר. כ'קען עס אבער נישט טרעפען. איינער ווייסט ווי מ'קען קויפן?

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 2:34 am
דורך its me
I know Walmart has

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 3:02 am
דורך דריידל
לענ"ד לוינט זיך עס נישט. LED באלבס קאסטן זייער טייער נאר עס צאלט זיך אויס במשך הזמן וואס די לעקטער ביל איז נידריג. אבער טשענדעליר באלבס וואס ברענען נאר שבת, קען עס געדארן אפאר יאר אז עס זאל זיך אויסצאלן.

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 9:05 am
דורך קאווע טרינקער
דריידל האט געשריבן: אבער טשענדעליר באלבס וואס ברענען נאר שבת,.

נישט ביים ראש הקהל, וואו מיינסטו האלט ער די טעגליכע קהל מיטונגס?

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 9:18 am
דורך דריידל
וואסארא פנים האט עס אז די טובי הקהל קומען זיך צאם און מ'זוצט מיט led באלבס?

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 10:31 am
דורך יידל
האום דיפאו האט אויך א גאנצע אויס וואל פון על אי די באלבס.

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 12:27 pm
דורך ידען
וויפיל קאסט אזעלעכע led bulbs?

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 1:07 pm
דורך נולד מאוחר
אורה זו led bulbs ?
עטס האטס שויו יוצא געווען די מצוות היום?

נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 10:42 pm
דורך its me
ידען האט געשריבן:וויפיל קאסט אזעלעכע led bulbs?

About ten a pc

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 3:39 pm
דורך מ גפני
איך האב געקויפט ביי RAINBOW LIGHTING פאר $14 א שטיקל ס'איז אבער נישט אזוי שיין

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 4:04 pm
דורך signout
די זאכען ווערן ביליגער די קומענדיגע יארען, עס לוינט צו ווארטען

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 5:37 pm
דורך elter-zeide
דא קענמען באשטעלען באלבס פאר 3 דאללער בערך, מינימאם 30 באלבס, פרי דעליווערי, איר מיסט קודם וויסען דע סייז פין דע שרויף פון דע באלב, עס איז בערך שטארק ווי א 25ר באלב אין עס ניצט נאר 3 וואטץ, ממש גאר נישט,


http://www.dhgate.com/product/x30-dhl-h ... 2608991047

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 10:46 am
דורך מ גפני
פון ווי ווייס איך די ריכטיגע בעיס סייז?

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 12:59 pm
דורך חכם עתיק
מ גפני האט געשריבן:איך האב געקויפט ביי RAINBOW LIGHTING פאר $14 א שטיקל ס'איז אבער נישט אזוי שיין



זייער טייער. די יודישע געשעפטן פארקויפן א פעקל פון 3 פאר 30 דאללער.

ביי קאסטקאו קען מען האבן פאר 20 דאללער.

דרך אגב. עס איז אזוי שטארק, אז עס איז שווער צו קוקן דערויף.

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 1:17 pm
דורך [NAMELESS]
איינער האט אפשר א לינק ווי מ'קען זעהן די באלב'ס?

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 2:16 pm
דורך ברוך שאמר
דריידל האט געשריבן:לענ"ד לוינט זיך עס נישט. LED באלבס קאסטן זייער טייער נאר עס צאלט זיך אויס במשך הזמן וואס די לעקטער ביל איז נידריג. אבער טשענדעליר באלבס וואס ברענען נאר שבת, קען עס געדארן אפאר יאר אז עס זאל זיך אויסצאלן.

אזוי רעט אין טראכט א קליגער מאן

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 2:48 pm
דורך berlbalaguleh
דריידל האט געשריבן:וואסארא פנים האט עס אז די טובי הקהל קומען זיך צאם און מ'זוצט מיט led באלבס?

ווען מ'עט מיר קומען זאגן אז אין די שענדעליערס פון די ענגלישע קעניגן'ס פאלאץ ברענען ל.אי.די. באלבס, 'עלעך וויסן אז ס'איז אנגענומען... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :o

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 3:44 pm
דורך outspoken
elter-zeide האט געשריבן:דא קענמען באשטעלען באלבס פאר 3 דאללער בערך, מינימאם 30 באלבס, פרי דעליווערי, איר מיסט קודם וויסען דע סייז פין דע שרויף פון דע באלב, עס איז בערך שטארק ווי א 25ר באלב אין עס ניצט נאר 3 וואטץ, ממש גאר נישט,


http://www.dhgate.com/product/x30-dhl-h ... 2608991047


ווייסט איינער דע סייז פין די שרויף פון די באלב? און וואסערע קאלאר איז די מערסטע ענדליך צו די נארמאלע באלבס?

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 4:57 pm
דורך מצטמק ויפה
Warm white
Base type: E12

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 7:01 pm
דורך מ גפני
מאך זיכער אז דאס שיינט גענוג שטארק

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 10:02 pm
דורך berlbalaguleh
מ גפני האט געשריבן:מאך זיכער אז דאס שיינט גענוג שטארק

און מאך זיכער אז דיין קרעדיט קארט איז נישט "מעקס'ד אוט. ווייל אזויפיל באלבס האב איך אין מיין שענדעליער19X30 = $570.00. ... :? 8-) :lol: :roll: :oops: :o

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 10:50 pm
דורך קליגער אינגערמאן
ס'איז פינקט אזוי שיין ווי די געהעריגע\אלטמאדישע ?

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 10:53 am
דורך חכם עתיק
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:ס'איז פינקט אזוי שיין ווי די געהעריגע\אלטמאדישע ?


שענער אין א געוויסע זון. און קאסט ביליגער אין עלקטרא