בלאט 1 פון 1

שפעקעלירן: וואס גייט זיין "נאך" די גרויסע אינטערנעט אסיפה?

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 11:18 am
דורך ראשעקאל
לאמיר שפעקעלירן. וואס גייט זיך טוישען אין אונזער חרדישע וועלט נאך די גרויסע אסיפה?
איך מיין אז זאכן וועלן זיך קיין סך נישט טוישען. ווייל ס'איז באמת נישט דא וואס צו טין. אין א יאר נאך די אסיפה וועט מען שטיין און לאכן אז מ'זעהט נישט קיין שום חילוק וועגן די אסיפה.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 11:30 am
דורך יאנקל
איך גלייב אז די אסיפה וועט זיין גענוג גוט אויספלאנירט אז א ריזיגער ציבור וועט ווערן עמאציאנעל, און וועט אוועקגיין פון דארט מיט פעסטע החלטות זיך צו באווארענען פון דעם אינטערנעט. טראכט אריין, מ'דארף נישט זיין דער גרעסטער געני צו קענען נוצן אזא מעמד אויף צו שפילן מיט די געפילן. צענדליגער טויזנטער מענטשן וועלן שרייען "שמע ישראל", "ה' הוא האלוקים" - מ'וועט צוזאמען זאגן תפילת השל"ה וכו'. ס'וועלן דארטן זיצן מענטשן וועלכע וועלן זיך ארומקוקן און זען צענדליגער טויזנטער מענטשן פון פילע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, ס'וועט זיי ארומנעמען א געפיל פון "שאי סביב עינייך, וראי כולם נקבצו באו לך." גענוג מענטשן וועלן קומען מיט אן ערנסטקייט צו הערן וואס די רבנים האבן צו זאגן, און וועלן פון דארטן אוועקגיין דערהויבן.
דעריבער קען מען זיך גרייטן אז אין לויף פון עטליכע חדשים נאך דער אסיפה וועלן זיין מענטשן וועלכע וועלן זיין עקסטרעם לגבי דעם ענין פון אינטערנעט. איר וועט זיי בכלל נישט קענען דערציילן אז איר האט עפעס געזען אויף יו-טוב. זיי וועלן אייך אנקוקן ווי רשב"י וועלכער האט ביים ארויסגיין פון דער מערה געקוקט אויף אנשים שחורשים וזורעים את שדותיהם, און געזאגט "מניחין חיי עולם, ועוסקים בחיי שעה".
איך בין מסכים מיט ראשעקאל אז א יאר-צוויי נאך דער אסיפה וועט גארנישט זיין; ווייל אפילו א טאג נאך דער אסיפה גייען נישט זיין קיין ממשות'דיגע שינויים, חוץ א התעוררות אויף פילטערס און נישט צו נוצן דעם אינטערנעט נאר אויף דברים הכרחיים דווקא - וואס די זאכן זענען בעצם נישט די לייזונג פאר דעם גרויסן פראבלעם.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 11:51 am
דורך יידל
אן אינדיקאציע פון וואס גייט קומען: אויף אייוועלט האב איך געזען אז "קרעמער" (דער שמואל הלוי + באריסטא פון אייוועלט) האט געטוויט אז אין ליכט פון כינוס כלל ישראל נעמט ער אין באטראכט די מעגליכקייט פון פארלאזן די אינטערנעט.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 5:22 pm
דורך דבילה
יידל האט געשריבן:אן אינדיקאציע פון וואס גייט קומען: אויף אייוועלט האב איך געזען אז "קרעמער" (דער שמואל הלוי + באריסטא פון אייוועלט) האט געטוויט אז אין ליכט פון כינוס כלל ישראל נעמט ער אין באטראכט די מעגליכקייט פון פארלאזן די אינטערנעט.


ש"מ אז איין תוצאה פון די אינטערנעט אסיפה 'עט זיין אז ק"ש 'עט בליען...

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 7:22 am
דורך מנשה לוסטיג
יו נעווער נאוי

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 7:15 am
דורך אשכולות אויפוועקער
אויפגעוועט
דערנעטערט זיך די יארטאג