פורים אין וויין שטיבל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8971 מאל

פורים אין וויין שטיבל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

[tag]יואב[/tag] איז פארשטעלט ווי א מאנקי, ער איז שוין צומישט איבער ברוך מרדכי אליינס אבער ער זאגט נאך מבינות אויף וויין, באגלייט מיט א שרעקליך נאז פארטייבענדע אלקאהאל גערויך.

[tag]קאווע טרינקער[/tag] איז די בעסערע טיפ, עם פאסט נישט צו טרינקען, אבער ער שלאגט זיך מיט זיין שוואגער אויב די מוסד וואס ער גייט פאר זענען גנבים.

[tag]שמעקעדיג[/tag] קושט יעדער וואס קומט נאר אריין צו זיין שווער'ס פארטי, אזאש מ'האט עם געדארפט אוועקשלעפן, ווען ער האט אנגעהויבן קושן זיין שוויגער.

[tag]ברסלבער[/tag] טרינקט אבער מיט א שיעור, מ'דארף איבערלאזן פלאץ פאר'ן טיש ביים מוהרא"ש. ער איז אויך דער וואס לויפט ארום אויף 13 מוחה זיין אויף די נ נח קאפלעך, ס'עסט עם מער אויף ווי די אויסגעוועפטע אלקאהאל אינעם שילשול התחתון.

[tag]מאראנצןזאפט[/tag] מאכט א טיקילא פון וויין, ליקער, מארנצןזאפט, אין עפל סדר. אז איר ווילט עם זעהן, ער ליגט לעבן די מקוה בור אין סטיטשין די פופציגער, צוגעדעקט מיט נאסע מקוה האנטוכער.

[tag]די פינטעלע איד[/tag] שטייט ביים קרית יואל'ע בית החיים אנגעטוהן מיט תכריכים, ער דערשרעקט יעדער קאר וואס פארט דורך, און בעט פאר עטענשען און געלט.

[tag]אפטעמיסט[/tag] טיילט געלט אין גרויסן, מאכט זיך שיכור, ווען ער האט באמת נאר געגאנבעט אפאר טשאקלאד פילד אלקאהאל באליס, פון א משלוח מנות.

[tag]לעיקוואד[/tag] טרינקט א גאנץ יאר חוץ פורים. פארוואס מאכן א חילול השם אויף אזא דערהויבענע טאג.

[tag]היימישער ליטוואק[/tag] זוכט נאך א עני מהודר, יין מהודר, און א שלאף מאשין מיט א הכשר פון טעג. ווער ס'קען העלפן מיט איינע פון די דריי, ביטע עם שיקן אן אישי.

[tag]berlbalaguleh[/tag] האט מען ארויסגעווארפן פון פורים טיש אין ביהמ"ד נאך ער האט אנגעהויבן האקן אויף רבנים. יעצט ליגט ער אין די האלוועי אויפן וועג ארויף צום ווייבער שוהל אנגעבראכן כשתילי זיתים סביב. די פרויען האבן מורא צו קומען צום טיש ביז מ'ריקט אוועק דער שיכור.

[tag]הוגה[/tag] ליגט אויפן קאוטש, לערנט מלבי"ם און מהר"ל אויפן מגילה, די בעל הערט נישט אויף צו קלינגען אבער ער הערט גארנישט. זיין ווייב זאגט אים אז איינער [tag]זר זהב[/tag] אויף קראטשעס, איין אויג פארדעקט, מיט בלויז געציילטע ציינער שטייט ביים טיר, ער פליט צום טיר ווי א ווינט.

[tag]גנדי[/tag] האט נישט קיין געדולט פאר די פורים אין שטאט, ער איז געפארן צום קאנטרי, אבער נעווער עגען. גיבערס בחורים האבן אטאקירט זיין קאר אויפן 42. אויסגעליידיגט די קעשענע, אים אנגעטרינקען, אויסגעטוהן, און געטובלט אינעם קיימישער טייך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר