בלאט 1 פון 1

נהפך לאבל מרת העניא רחל מאשקאוויטש

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 3:33 pm
דורך פליקער
א אינג ווייבעל 24 יאר מרת העניא רחל מאשקאוויטש בת ר' יעקב שמוא-ל פריילעך, איז אוועק פון די וועלט נאך א קארצע צייט וואס זי האט געזאגט אז איר אטעם טויג נישט, זי איז גענימען געווארן עטליע מאל אין שפיטאל וואס האבן איר אהיים געשיקט, ביז די לעצטע מאל וואס מען האט איר גענימען צי קארנעל דארט איז שוין געוועין כלו כל הקיצין, זי איז טרענספערירט געווארן קיין קאלאמביען פרעס. ווי זי איז שוין געוועין און א גאר שווערע מצב פון וועלכן זי איז אויסגעגאנגען נעבעך, גאר הארץ רייסענד איז געוועין די לוויה ווי די משפחה קען זיך נישט איבערקימען פינעם גרויסן בראך, טייל האבן עס טאקע נישט אויסגעהאלטן און געחלישט ווין די מיטה איז אריין געקימען, פחדים נוראים איז די מעשה, נישט דא קיין ווערטער פאר אזא בראך.

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 3:34 pm
דורך שמעקעדיג
שרעקליך. ווען איז זי אוועק, היינט? שושן פורים?
איבערגעלאזט דורות?

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 3:35 pm
דורך פליקער
אוועק ביום פורים

איבערגעלאזט צוויי קינדער

די לוויה איז געוועין מוצאי פורים, ביי געלטצעילער שיל אויף העיווארד צווישן בעדפרד און ווייט

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 3:37 pm
דורך שמעקעדיג
טאקע נהפך לאבל מחולינו.
א פחד וואס וועט זיין מיט אונז. מיר זענען שבור ורצוץ.

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 3:39 pm
דורך מ גפני
ווער איז איר מאן? וועלכע מאשקאוויטש

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 4:52 pm
דורך גאלד
שרעקליך!
לעצטע וואך איז פלוצלינג אוועק א גאר חשוב'ע יונגע פרוי, מאמע פון 8 קינדער, 37 יאר אלט, ראשיא מינקאוויטש, א טאכטער פון משפחת ליבערמאן הנכבדה, 17 געשוויסטער, פון קראונהייטס, דורות חב"ד חסידים, געוואינט אין אטלאנטע דשארדשע ווי זי איז געווען א גאר טעטיגער שליחה פאר חב"ד דארטן, מענטש וואס האבן איר געקענט זענען אויפגעשוידערט עד דוכדוכה של נפש, אזוי פלוצלינג, א נפש יקרה, איבערגעלאזט איר מאן מיט פיצלעך קינדער, די יונגסטע איז 2 יאר,

רבוש"ע טאטעניו געטרייער!
קוק אראפ פון הימל אין לעש שוין אויס דאס פייער!!
שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות!!
שיק שוין משיח אויף משלוח מנות!

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 4:54 pm
דורך קאווע טרינקער
וואס שרייעסטו צום רבוש"ע:
רבוש"ע טאטעניו געטרייער!
קוק אראפ פון הימל אין לעש שוין אויס דאס פייער!!

אז דו אליינס הייצט אן די פייער:
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!