בלאט 1 פון 2

היימישע-טעראר שאנד וואנט

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 6:26 pm
דורך אפטעמיסט
שטייענדיג הארט נאך שבת זכור, איז כדאי צו ווידמען אן אשכול צו פאראייביגען די פילצאליגע "אכשר דרא'יגע" מערכות שלא לשם שמים, און די אומשולדיגע קרבנות וואס זענען געפאלן א קרבן צו זיי.

אלה לחיי עולם, ואלה לדראון עולם!

עטרת בלעם

מיט בערך 10 יאר צוריק, מיט'ן עפענונג פונעם לוקסוריעזן חתונה זאל "עטרת אברהם" אין שטאט וויליאמסבורג, זענען די גאסן ווייס געווארן מיט פאשקעווילן און כתבי פלסתר קעגן די זאל און איר אייגענטימער, היתכן ער בויעט אזא שיינע זאל אין אזא מיאוס'ע שטאט.
צעהן יאר שפעטער שטייט די זאל מיט'ן גאנצען פראכט על אפם וחמתם פון דער אלטע דור א. ג. "קנאים" וועלכע האבן געטאן כל מה שביכלתם מקפח צו זיין פרנסה פון א איד.

גל פז:

ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער די שטורעמישע פראטעסטן און מאסן ראלי'ס, וועלכע זענען פארגעקומען פארענט פונעם ניי געבוירענעם מוזיק געשעפט "גל פז" אויף לי עוועניו.

די בעה"ב האבן אריינגעלייגט שווערע געלטער און געעפענט א שיין געשעפט'ל על דרך ישראל סבא, אבער די רשעי ישראל זענען מיט עקסטאז אריינגעשפרינגן אינעם מערכה, און מיט געניטשאפט געפירט אן אייער-און שפייאכטס קאמפיין, ביז דער "געמיינער אינג" איז געוועהן געצווינגן צו פארשפארן זיין מקור פרנסה. והעיר וויליאמסבורג נבוכה.

פרעס טראק:

ווער געדענקט נישט דעם "פרעס טראק" עפאכע?! שווערע הפגנות, א שטייגער ווי דאס וואס טוט זיך איצט אין אוקריינא, זענען דאן געוועהן נארמאל א יעדע נאכט. סיבה? א איד האט זיך געוואגט ארבעטן און מאכן פרנסה.
א קליין איידל "סאב אן וויעלס" איז פארוואנדעלט געווארן אין א גרויזאמער "פרעס טראק" און איז געווארן א ציל פאר פאשקעווילן און אייער, געווארפן דורך אומציוויליזירטע אידיש-רעדענדע טאליבאנער.

אזוי ווי אין דעם פריעדיגן פאל, האט דא אויך טעראר געזיגט, און דער אומשילדיגער "מאשקע" איז געבליבן אן קיין מקור הפרנסה.

111 לי עוועניו:

דאס מאל איז די קרבן געוועהן א פרוי. אן אשה כשרה האט געעפענט א באשיידענע געשעפט אויפן טרויעריג- בארימטן "לי עוועניו", אין וויליאמסטאן. דאס געשעפט'ל וואס האט געמאכט פעדעקעירס און מענעקעירס פאר ווייבער, איז וואנדאליזירט געווארן דורך אן אויפגעברויזטע מאסן וואס האט באקומען הרהורים נאר פונעם הערן דאס ציפער "111".

נאך בלויז עטליכע וואכן, האט דאס געשעפט פארשלאסן דער ריגל. ולקלאר היתה אורה.

***

דער עולם ווערט געבעטן צוצולייגן נאך מסרעכות, למען ידעו דור אחרון כי בסריחת הושבתי את בני ישראל.

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 6:39 pm
דורך קאווע טרינקער
לייג צו "מוסדות בעלזא" וויליאמסבורג.

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 7:38 pm
דורך נולד מאוחר
סדא צוויי האטעלן אין וויליאמסבורג וואס זיי פראבירן אןנטער ברענגען.
כמיין אז די טשאקלעד סטאר און פליישיגע רעסטעראנט אויף ליע עוו. האבן זיי אויך פראביערט.
סדא א לאנגע ליסט פון מסיבת, חול המעוד פלעיס, סליידס וואס זיי האבן אונטער געברענגט שטילערהייט.

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 9:26 pm
דורך לאליפאפ
[center]דער שטערן[/center]
גייט ווייטער אן ברוך השם, און האט נאך באקומען מער ליינער און אפילו געשוואוירענע אנהענגער נאכן מעסרכה וואס מ'האט קעגן איר דורכגעפירט אין ווילאמסטאון, אין נאמען פון רבנים ודומיהן. כן יאבדו כל אויביך השם.

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 9:45 pm
דורך דריידל
ס'דא א לאנגע ליסטע וואס זיי האבן נישט מצליח געווען ווי שמאלע געפאסטע קליידער וכדומה

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 10:03 pm
דורך בעל הבית
עירוב

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 10:23 pm
דורך דריידל
ס'מיר אויסגעקומען צו זיין פורים סיי און בארא פארק און ביי אין וויליאמסבורג, האב איך אבזערווירט אן אינטערעסאנטער פונקט. און ביידע געגענטער פארן ארום קארס און מאבילס מיט הויכהילכערס שפילענדיג לעבעדיגע מוזיק לכבוד היום. אבער בעת אין בארא פארק הערט מען היימישע פורימדיגע נגונים ווי ונהפך הוא אדער יודו לשם חסדו, וועט מען און וויליאמסבורג, עיר ציממערמאן הבירה, הערן "יש תקוה" וכדומה .

לדעתי לדעתי זאגט דאס זייער אסאך איבער די פארקרומטע וויליאמסבורגער חינוך. די בחורימלעך שלא נפתחו עיניהם לעבן מיט אזא צעמישקייט אז ס'איז א חידוש אז אפאר נארמאלע קומען נאך ארויס. פון איין זייט הערט מען זיך אן מיט דרשות קעגן אומאיידעלע ניגונים (וואס דאס איז גערעכט). אבער מ'לאכט זיך אויס פון דעם. און ווען עס קומט א געלעגנהייט ווי פורים געט מען זיך אויס ווי איינער זאגט צום צווייטן : אונז ווייס מיר דאך די אמת אז דאס איז סתם א joke.

אזא פנים טראגן די אלע מערכות

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 10:25 pm
דורך sefish
קען זיין פארקערט. פורים איז דאך ונהפוך היא. ווערט בארא פארק פרום און ווילי צווילדיוועט...

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 10:29 pm
דורך שטילע אינגערמאן
דריידל האט געשריבן: אבער בעת אין בארא פארק הערט מען היימישע פורימדיגע נגונים ווי ונהפך הוא אדער יודו לשם חסדו, וועט מען און וויליאמסבורג, עיר ציממערמאן הבירה, הערן "יש תקוה" וכדומה

העע? אין בארא פארק הערט מען ונהפוך הוא? אין יודו לד'? די מיינסט בארא פארק אין ברוקלין? דא אין נוא יארק? ווי איך וואין?
סארי. דא האט געראקט 2014 ניגונים "היינט איז יו"ט אין די וואכן" פון מיכאל אין beats פון גרינפעלד.

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 10:54 pm
דורך berlbalaguleh
sefish האט געשריבן:קען זיין פארקערט. פורים איז דאך ונהפוך היא. ווערט בארא פארק פרום און ווילי צווילדיוועט...

נעה. ווילי איז צו ווילדעוועט א גאנץ יאר. פארשטייטצעך נישט א יעדער איינער. אבער גענוג א גרויסער חלק אז ס'קומט אויס צו טיילן אויך....די עיקר איז אז מ'לאזט אזעלכע חיות רעות ווי הערשל קלאר און יואלי צימעמרמאן ווילדעווען אן א קאנטראל... :twisted: :evil: :roll: :x :P :oops: :cry: :( :o :shock: :roll: :evil:

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 10:58 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:לייג צו "מוסדות בעלזא" וויליאמסבורג.

ניין. ס'איז דאך דא מאכניווקא. פון וועימען קהילתינו הקדושה האלט יא. פארשטייצעך כדי לנגח בעלזא.... :lol: :roll: :? :x :P :cry: :roll: :o

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 11:16 pm
דורך berlbalaguleh
ר' אפטעמיסט: א ייש"כ פאר אויסרעכענען אט די אלע פאלשע מערכות וועלכע ווערן אנגעפיהרט דורך א באנדע ליידיגגייער וועלכע ווערן משוגע מיט'ן טאג. און זיי ווערן נאך געשטיצט דורך די אנדערע היפאקריטן וועלכע מאכן א פרום פנים אז זיי קעמפן לשם שמים. אויב אזוי וויל איך פרעיגן א קשיא. אויף בעדפארד עוועניא איז דא א סטאר וועלכע לייגט ארויס גרויסע סיינס מיט בילדער פון בגדי נשים (פרויען קליידער, בלע"ז). און דער נאמען פון א פרוי, ר"ל, פוי פוי פוי איז זיך מתנוסס אויף גרויסע שילדן, סיינס, בלע"ז. וואו צענדליגער טויזנטער ערליכע אידן יראים ושלמים גייען אדורעך. ואין פוצה פה ומצפצף. קיין איין קול קורא איז נאכנישט ארויסגעקומען. קיין איין פאשקוויל איז נאכנישט געווארפן געווארן. און קיין איין איד אשר אש קנאת ה' בוער בקרבו האט נאכנישט אנגעשפריצט די סיינס מיט רויטע אדער שווארצע פארב? אלא מאי. מוז זיין אז איצא שייגעץ האט באקומען באקשיש (שוחד, בלע"ז) ווייל ס'איז דאך א דבר ידוע אז ער איז א גרויסער שונא בצע (פאר געלט, פארשטייצעך.) אדער הערשל קלאר האט אריינבאקומען אן אפותיקי אז ער זאל קענען אראפלייגן נאך א דאון פעימענט פאר איינס פון זיינע בנים... :? 8-) :roll: :lol: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( :o

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 6:25 am
דורך לאליפאפ
דריידל האט געשריבן:ס'מיר אויסגעקומען צו זיין פורים סיי און בארא פארק און ביי אין וויליאמסבורג, האב איך אבזערווירט אן אינטערעסאנטער פונקט. און ביידע געגענטער פארן ארום קארס און מאבילס מיט הויכהילכערס שפילענדיג לעבעדיגע מוזיק לכבוד היום. אבער בעת אין בארא פארק הערט מען היימישע פורימדיגע נגונים ווי ונהפך הוא אדער יודו לשם חסדו, וועט מען און וויליאמסבורג, עיר ציממערמאן הבירה, הערן "יש תקוה" וכדומה

דו חלומ'סט פיין. פאר וועלכע ריזן טראכסטו אז בארא פארקע ישיבות געפונען זיך אין בארא פארק און ווילאמסבורגע אין ווילי? איבעראל האסטו א געמישעכץ פון סאטמאר באבוב סקווירא פאפא ספינקא נייטרא וכו' פון מאנראו מאנסי ספרינג וועלי אוסינינג מאונט קיסקא און וואס נישט.. טאטאלע ערוב!

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 8:27 am
דורך איינגעמיירעט
דריידל האט געשריבן:ס'מיר אויסגעקומען צו זיין פורים סיי און בארא פארק און ביי אין וויליאמסבורג, האב איך אבזערווירט אן אינטערעסאנטער פונקט. און ביידע געגענטער פארן ארום קארס און מאבילס מיט הויכהילכערס שפילענדיג לעבעדיגע מוזיק לכבוד היום. אבער בעת אין בארא פארק הערט מען היימישע פורימדיגע נגונים ווי ונהפך הוא אדער יודו לשם חסדו, וועט מען און וויליאמסבורג, עיר ציממערמאן הבירה, הערן "יש תקוה" וכדומה .

לדעתי לדעתי זאגט דאס זייער אסאך איבער די פארקרומטע וויליאמסבורגער חינוך. די בחורימלעך שלא נפתחו עיניהם לעבן מיט אזא צעמישקייט אז ס'איז א חידוש אז אפאר נארמאלע קומען נאך ארויס. פון איין זייט הערט מען זיך אן מיט דרשות קעגן אומאיידעלע ניגונים (וואס דאס איז גערעכט). אבער מ'לאכט זיך אויס פון דעם. און ווען עס קומט א געלעגנהייט ווי פורים געט מען זיך אויס ווי איינער זאגט צום צווייטן : אונז ווייס מיר דאך די אמת אז דאס איז סתם א joke.

אזא פנים טראגן די אלע מערכות

איך בין געווען און בארא פארק אגאנץ פורים, זאלסט מיר מוחל זיין, איך האב קיין נארמאלען מאביל נישט געזעען.
צולאזטע uneducated teenagers, ארויס פון די cages, האבען זיך ארומגעדרייט און אלע גאסען,די קולות האט מער געשטימט מיט ברונקס low class, אהן קיין טעם.

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 8:45 am
דורך קאווע טרינקער
איך בין געווען אין ביידע ירושלים'ס דאמעריקא, און אנדעקט גאר אן אינטערסאנטע מציאות: סיי אין בארא פארק און סיי אין וויליאמסבורג זענען דא סיי צולאזסטע גרופעס און סיי ווילדע גרופעס, און אין תוך פון יעדע גרופע זענען דא איידעלע, לעבעדיגע, און אויך פארשלאפענע בחורים - אדער ווי דער איינגעמיירעטער רופט אן אלע אידן וואס זענען אינגער פון אים "uneducated teenagers".
דער איינציגסטער חילוק פון בארא פארק און וויליאמסבורג איז, אין וויליאמסבורג זעהט מען נאר שיינע טייערע פארטי מאבילס, אבער אין בארא פארק, עטליכע מוסדות'ן נוצען די פשוט'ע געלע חדר באס, אזוי אז די צדקה געלט גייט נישט פאר די באס קאמפאני.

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 11:03 am
דורך היסטאריקער
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' אפטעמיסט: א ייש"כ פאר אויסרעכענען אט די אלע פאלשע מערכות וועלכע ווערן אנגעפיהרט דורך א באנדע ליידיגגייער וועלכע ווערן משוגע מיט'ן טאג. און זיי ווערן נאך געשטיצט דורך די אנדערע היפאקריטן וועלכע מאכן א פרום פנים אז זיי קעמפן לשם שמים. אויב אזוי וויל איך פרעיגן א קשיא. אויף בעדפארד עוועניא איז דא א סטאר וועלכע לייגט ארויס גרויסע סיינס מיט בילדער פון בגדי נשים (פרויען קליידער, בלע"ז). און דער נאמען פון א פרוי, ר"ל, פוי פוי פוי איז זיך מתנוסס אויף גרויסע שילדן, סיינס, בלע"ז. וואו צענדליגער טויזנטער ערליכע אידן יראים ושלמים גייען אדורעך. ואין פוצה פה ומצפצף. קיין איין קול קורא איז נאכנישט ארויסגעקומען. קיין איין פאשקוויל איז נאכנישט געווארפן געווארן. און קיין איין איד אשר אש קנאת ה' בוער בקרבו האט נאכנישט אנגעשפריצט די סיינס מיט רויטע אדער שווארצע פארב? אלא מאי. מוז זיין אז איצא שייגעץ האט באקומען באקשיש (שוחד, בלע"ז) ווייל ס'איז דאך א דבר ידוע אז ער איז א גרויסער שונא בצע (פאר געלט, פארשטייצעך.) אדער הערשל קלאר האט אריינבאקומען אן אפותיקי אז ער זאל קענען אראפלייגן נאך א דאון פעימענט פאר איינס פון זיינע בנים... :? 8-) :roll: :lol: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( :o


עס האט צוטון ווער דער בעה"ב איז וד"ל

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 11:18 am
דורך signout
אפטעמיסט האט געשריבן:שטייענדיג הארט נאך שבת זכור, איז כדאי צו ווידמען אן אשכול צו פאראייביגען די פילצאליגע "אכשר דרא'יגע" מערכות שלא לשם שמים, און די אומשולדיגע קרבנות וואס זענען געפאלן א קרבן צו זיי.

אלה לחיי עולם, ואלה לדראון עולם!

עטרת בלעם

מיט בערך 10 יאר צוריק, מיט'ן עפענונג פונעם לוקסוריעזן חתונה זאל "עטרת אברהם" אין שטאט וויליאמסבורג, זענען די גאסן ווייס געווארן מיט פאשקעווילן און כתבי פלסתר קעגן די זאל און איר אייגענטימער, היתכן ער בויעט אזא שיינע זאל אין אזא מיאוס'ע שטאט.
צעהן יאר שפעטער שטייט די זאל מיט'ן גאנצען פראכט על אפם וחמתם פון דער אלטע דור א. ג. "קנאים" וועלכע האבן געטאן כל מה שביכלתם מקפח צו זיין פרנסה פון א איד.

גל פז:

ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער די שטורעמישע פראטעסטן און מאסן ראלי'ס, וועלכע זענען פארגעקומען פארענט פונעם ניי געבוירענעם מוזיק געשעפט "גל פז" אויף לי עוועניו.

די בעה"ב האבן אריינגעלייגט שווערע געלטער און געעפענט א שיין געשעפט'ל על דרך ישראל סבא, אבער די רשעי ישראל זענען מיט עקסטאז אריינגעשפרינגן אינעם מערכה, און מיט געניטשאפט געפירט אן אייער-און שפייאכטס קאמפיין, ביז דער "געמיינער אינג" איז געוועהן געצווינגן צו פארשפארן זיין מקור פרנסה. והעיר וויליאמסבורג נבוכה.

פרעס טראק:

ווער געדענקט נישט דעם "פרעס טראק" עפאכע?! שווערע הפגנות, א שטייגער ווי דאס וואס טוט זיך איצט אין אוקריינא, זענען דאן געוועהן נארמאל א יעדע נאכט. סיבה? א איד האט זיך געוואגט ארבעטן און מאכן פרנסה.
א קליין איידל "סאב אן וויעלס" איז פארוואנדעלט געווארן אין א גרויזאמער "פרעס טראק" און איז געווארן א ציל פאר פאשקעווילן און אייער, געווארפן דורך אומציוויליזירטע אידיש-רעדענדע טאליבאנער.

אזוי ווי אין דעם פריעדיגן פאל, האט דא אויך טעראר געזיגט, און דער אומשילדיגער "מאשקע" איז געבליבן אן קיין מקור הפרנסה.

111 לי עוועניו:

דאס מאל איז די קרבן געוועהן א פרוי. אן אשה כשרה האט געעפענט א באשיידענע געשעפט אויפן טרויעריג- בארימטן "לי עוועניו", אין וויליאמסטאן. דאס געשעפט'ל וואס האט געמאכט פעדעקעירס און מענעקעירס פאר ווייבער, איז וואנדאליזירט געווארן דורך אן אויפגעברויזטע מאסן וואס האט באקומען הרהורים נאר פונעם הערן דאס ציפער "111".

נאך בלויז עטליכע וואכן, האט דאס געשעפט פארשלאסן דער ריגל. ולקלאר היתה אורה.

***

דער עולם ווערט געבעטן צוצולייגן נאך מסרעכות, למען ידעו דור אחרון כי בסריחת הושבתי את בני ישראל.

די אשכול איז די שטערקסטע חיזוק פאר הערשל קלאר, מען זעהט קלאר אז די וואס האבען נישט באצאלט אדער די וואס האבען נישט געהאט בעקאפ פין א געוויסע קרייז האבען געליטען והא ראי' עטרת אברהם האט ער אפגעלאזט אין די צייט וואס אנדערע זאלען וואס האבען אסאך ווייניגער פראבלעמן פירט ער נאך אלס מערכות

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 11:32 am
דורך איינגעמיירעט
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך בין געווען אין ביידע ירושלים'ס דאמעריקא, און אנדעקט גאר אן אינטערסאנטע מציאות: סיי אין בארא פארק און סיי אין וויליאמסבורג זענען דא סיי צולאזסטע גרופעס און סיי ווילדע גרופעס, און אין תוך פון יעדע גרופע זענען דא איידעלע, לעבעדיגע, און אויך פארשלאפענע בחורים - אדער ווי דער איינגעמיירעטער רופט אן אלע אידן וואס זענען אינגער פון אים "uneducated teenagers".
דער איינציגסטער חילוק פון בארא פארק און וויליאמסבורג איז, אין וויליאמסבורג זעהט מען נאר שיינע טייערע פארטי מאבילס, אבער אין בארא פארק, עטליכע מוסדות'ן נוצען די פשוט'ע געלע חדר באס, אזוי אז די צדקה געלט גייט נישט פאר די באס קאמפאני.

[tag]קאווע טרינקער[/tag]
ווער האט דיר פארציילט ווי אלט איך בין.
אפשר בין איך פון די חדר יונגלאך וואס קוקען מיט אויסגעצויגענע פארגאפטע אויגען אויף די מאבילס.
און אפשר בין איך דער צולאזטער אדער איידעלער בחור און די מאביל.
מאכען סטעיטמענטס פון השערות קומט לאו דווקא פון חכמה.
און אויב די פילסט אז סדא בחורים ביי אונז וואס באקומען א עדעזשקעזשין און האבען תוכן, וואלט איך געוואלט זאלסט מיר מגלה זיין וואו איז דאס.

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 11:54 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
דאס איז אלעס איז מערכות פין דער מ' יארן אין ווייטער האט מען שוין מער ווייניגער אויסגערעכנט אבער פין פאר דעם קען מען נאך גאר אסאך צולייגן

וואס איז מיט קלויזנבורג
וואס איז מיט סקאליע
וואס איז מיט מענדל וועכטער
וואס איז מיט דער סאדא וואסער פסח פין ר' שלום אלי' פעלבערבוים
א.א.וו.

אלעס איין שטיק בלאף בלא בלא בלא

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 1:40 pm
דורך פלעין יודיש
OORA'S יונגעל מיט פאות אינטער די אויער
פלייש געשעפט אנגעספרעיט בלויז פארן האבן א פיקטשער פון א רייצענדער שטיקעל בשר וכו' וכו'

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 2:20 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריקער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' אפטעמיסט: א ייש"כ פאר אויסרעכענען אט די אלע פאלשע מערכות וועלכע ווערן אנגעפיהרט דורך א באנדע ליידיגגייער וועלכע ווערן משוגע מיט'ן טאג. און זיי ווערן נאך געשטיצט דורך די אנדערע היפאקריטן וועלכע מאכן א פרום פנים אז זיי קעמפן לשם שמים. אויב אזוי וויל איך פרעיגן א קשיא. אויף בעדפארד עוועניא איז דא א סטאר וועלכע לייגט ארויס גרויסע סיינס מיט בילדער פון בגדי נשים (פרויען קליידער, בלע"ז). און דער נאמען פון א פרוי, ר"ל, פוי פוי פוי איז זיך מתנוסס אויף גרויסע שילדן, סיינס, בלע"ז. וואו צענדליגער טויזנטער ערליכע אידן יראים ושלמים גייען אדורעך. ואין פוצה פה ומצפצף. קיין איין קול קורא איז נאכנישט ארויסגעקומען. קיין איין פאשקוויל איז נאכנישט געווארפן געווארן. און קיין איין איד אשר אש קנאת ה' בוער בקרבו האט נאכנישט אנגעשפריצט די סיינס מיט רויטע אדער שווארצע פארב? אלא מאי. מוז זיין אז איצא שייגעץ האט באקומען באקשיש (שוחד, בלע"ז) ווייל ס'איז דאך א דבר ידוע אז ער איז א גרויסער שונא בצע (פאר געלט, פארשטייצעך.) אדער הערשל קלאר האט אריינבאקומען אן אפותיקי אז ער זאל קענען אראפלייגן נאך א דאון פעימענט פאר איינס פון זיינע בנים... :? 8-) :roll: :lol: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( :o


עס האט צוטון ווער דער בעה"ב איז וד"ל

היסטאריקער: ייש"כ. איך האב געוואוסט דעים תירוץ. (איך האב אויס נייגעריגקייט אויסגעפארשט די גאנצע פרשה, און כ'האב באקומען די ריכטיגע ענטפערס.). ומעשה שהי' כך הי' (אויב דו ביסט אינטרעסירט צו הערן די אלע שטותים בפרטי פרטיות). איינס פון מיינע תפקידים (מלשון ויפקד המלך פקידים) אלס באס דרייווער איז געווען צו ברענגען די בחורים צו די ישיבה אין ב.פ. גאר פריה פארטאגס אין די ימי השובבי"ם. איז מיר אויסגעקומען צו ווארטן פאר מיין ערשטן סטאפ פונקט אקעגנאיבער דעם סטאר אויף וועלכן די גרויסע (געמיינע? לשיטתם) סיינס זענען זיך מתנוסס. האט מיר זייער שטארק געשטערט דער פאקט אז אין די עיר הקדושה ווילי קומען פאר אלערליי מחאות אקעיגן אומשולדיגע מענטשן און סטארס על לא עוול בכפם. און דא איז דא לכאורה א שטארקע סיבה צו אנפיהרן מחאות, פאשקווילן און טעראר כיד הבריונים הטובה עליהם. דאך איז שא שטיל. מ'הערט נישט קיין קול ענות במחנה. נאר היינט ווייסן מיר שוין ב"ה דעם תירוץ. ואין מגלין אלא לצנועין.... :lol: :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :P :oops: :cry: :( :o :shock:

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 4:10 pm
דורך איך אויך
איך בין געניג צנוע?

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 4:28 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:איך בין געניג צנוע?

יא. כ'עלל דיר פארציילן שטילערהייט (כ'האף קיינער הערט נישט.). די בעלת הבית פונ'ם געשפט איז א טאכטער פון הרב הצדיק, לוחם מלחמות ה'. ר' יאסל וואלדמאן שליט"א פון מאנדרא. און וויבאלד ער טרעיט אויף די הינער אויגן פונ'ם ראש פון די אהרונים (און פון ברך משה זי"ע. דער זכות זאלל איהם אוודאי ביי שטיין.) מעיג זיין משפחה טון וואס זיי ווילן, אין ווילי-טאון. נאר ס'איז נישט זיכער אז מ'האט ליתר שאת (מלשון שאת וספחת) נישט אריינגעריקט פאר איצא שייגעץ א שיינע מטבע לא יחרץ געלט. ממילא ווייסן שוין די אנדערע כלבים אויכעט נישט צו ביללן. :? 8-) :lol: :roll: :twisted: :evil: :cry: :( :o :shock: :mrgreen: