ספר "מנהג ישראל תורה", הרב יוסף לעווי ז"ל

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10592 מאל

ספר "מנהג ישראל תורה", הרב יוסף לעווי ז"ל

שליחה דורך אבטולמוס »

מיט שאק האט מען היינט אויפגענומען די שלעכטע בשורה אז הרב יוסף לעווי, דער מחבר פון די באקאנטע ספרים "מנהג ישראל תורה", איז נפטר געווארן אין עלטער פון פופציג יאר.

הרב לעווי איז געווען געערט און געשעצט ביי אלע שוחרי ספרים, וועלכע האבן מיט דורשט דורכגעלערנט אלע זיבן חלקים פון דעם "מנהג ישראל תורה", און האבן כסדר ארויסגעקוקט אויף פרישע כרכים. זייענדיג א זון פון דעם גביר ניסן לעווי פון וויען, עסטרייך, האט הרב לעווי געקענט זיצן רואיג על התורה ועל העבודה. נאך אין זיינע צוואנציגער יארן האט הרב לעווי אנגעפאנגען מהנה צו זיין טויזנטער אידן מיט זיינע ווערק, און אין לויף פון די יארן זענען ארויסגעקומען זיבן חלקים אויף אורח חיים, יורה דעה און אבן העזר.

הרב לעווי'ס עלטסטער זון, הרב אפרים משה לעווי, גייט בדרכי אבות, און גיט ארויס דעם קובץ "נהרא ופשטא", וועמענ'ס פערטער גליון איז ערשינען פאריגע וואך. ער איז אויך דער מחבר פון ספר "מגן הבהיר" אויף מגן אברהם הלכות בציעת הפת.

"מנהג ישראל תורה" ווערט באטראכט ווי איינער פון די שטערקסטע חרדישע ספרים אויף עניני מנהג. כאטש הרב לעווי, זייענדיג גאר א פרומער און א שטארקער אנהענגער פון די סאטמארער השקפות פון ציונות און התבדלות, האט נישט עוסק געווען אין מחקר ריכטיג נאכצוגיין די מקורות פון מנהגים, האט ער אבער צוזאמענגענומען א געוואלד מיט חומר מפי ספרים וסופרים וואס רעדן פון מנהגים, און וואס ווארפן א ליכט אויף פארשפרייטע מנהגים.

צום ביישפיל, אז איינער וויל נאכגיין דעם אמת'ן מקור פון דעם מנהג פון שפילן דריידל אום חנוכה, איז "מנהג ישראל תורה" נישט דער אדרעס. אבער איינער וואס וויל זען וואו דער מנהג ווערט דערמאנט אין ספרי קודש, און וואספארא טעמים עס זענען צוגעטשעפעט געווארן דערצו, וועט מיט דעם ספר קענען שטילן זיין דורשט. הרב לעווי האט אויך עוסק געווען אין לימודי זכות אויף מנהגים, און פרובירט צו געבן פאר מנהגים א תורה'דיגן תוקף.

ווי אן אנציקלאפעדיע פאר מראה מקומות אויף מנהגים, ווערט "מנהג ישראל תורה" ציטירט ביי אלע שיכטן און קרייזן, פון די פרומסטע חרדישע אידן, ביז גאר מאדערנע און אפילו קאנסערוואטיווע אידן.

זכה ר' יוסף אז אין זיין קורצן לעבן האט ער זוכה געווען אוועקצושטעלן א רוחניות'דיגן שם ושארית ווי אן אויטאריטעט אויף מנהגי ישראל.

יהי זכרו ברוך.
בייגעלייגטע פיילס
MYT1.jpg
MYT1.jpg (18.07 KiB) געזען געווארן 2393 מאל
MYT.JPG
MYT.JPG (44.18 KiB) געזען געווארן 2393 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אבטולמוס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר