בלאט 1 פון 1

ring a round of rosy

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 12:21 am
דורך פליקער
רינג א ראהנד אף רויזי,
א פאקעט פול אפ פאזי,
עשעס עשעס
ווי אלל פאלל דאהן.


יעדער קען דעים ניגון, אלע קינדערלעך דרייען זיך ארים דערמיט געוועינטלעך, איז דעיס דער ערשטער זינג וואס א קינד זינגט, יעדער ארים איז דערפין פריילעך, יעדער האט הנאה ווי מען דרייט זיך ארים און מען פאלט אויף דער ערד, מען לאכט, מען רעקארדירט עס, מען טיט דאס נאך א מאל, ביז מען וואקסט דאס אויס.

ווייסט איינער וואס דער באדייט פינעם אזוי באקאנטען פאלקס לידעל, ווי ביטער איז ווען מיר ווערן געוואויער די באדייט.

אינעם פערצענטן יאר הינדערט, האט אויס געבראכן א געפערליכע מגיפה, מען האט דאס געריפן דער שווארצער טויט, און משך פון צוויי יאר האט דאס אויסגעהרג'ט איבער צוואנציג מיליאן מענטשן, אריבער גאנץ יאראפ, עס האט געטוישט די דעמאגראף פון גאנץ אייראפע.

בעסילעס יערסיניעס פעסטיס דאס איז די טויטלעכע באציל, האט פאר יארן געריט אין די וואסערן פון סענטרעל אזיע, אין די בליט פון ווילדע ראטן און מייז, און אין פארשידענע אנדערע ווילדע באשעפענישן,

אין יאר 1338 האט פאסירט דארט א שטיקל טריקעניש מיט א ערד ציטערניש, וואס דאס האט אויפגעשאקעלט די חיה'לעך און געצווינגען זיי צי מאכן אנטלויפן, און די באסילעס איז געגאנגען אין גלות אריין,

פון דארט איז עס געגאנגען דורך די מייז און די פליגען וואס האבן זיך געפיטערט דורך מייז, אריבער ל"ע צי מענטשען וואס זענען געווארן געביסן דורך די פליגן, אויסגעשפרייט צי טשיינע, אינדיע, צי מצרים, אזיע, ביז אכט יאר האט דער שווארצער מארד מאשין אנגעקימען קיין קריימיע, דער באפעלקערינג אויף די בארטענעס פינעם מעדיטרעיניען סי האט געהערט פינעם מיסטערעיזן מגיפה וואס באזשעוועט, קיינער האט דאן נישט ג'חלום'ט אז דאס קען אנקימען קיין אייראפע.

קאפפע, די קריימיע,

אין קאפפע א שטאט אין די קריימיע ארים גענימען מיט א ריזיגען מויער, ביים בארטן פינעם מיטטעלענדישן ים, האבן זיך געפינען א גרופע איטאליענער סוחרים, נאכן ווערן פארטריבן דורך די מיסלעמעינער לאקאלע שכנים, האבן זיך אריינגשטיפט אינעם פארמויערטער שטאט קאפפע אויפן שווארצען ים, אינעם שטעטל האט אויסגעבראכען געשלעיגן צווישן די קריסטליכע איטאליענע סוחרים, מיט די לאקאלע מוסלעמעינער איינוואוינער, עס האט דערפון אויסגעבראכן א שיינע מלחמה צווישן די שטרייטענדע צדדים, ווי די מוסלעמעינער האבן געריפן הילף פינעם לאקאלען מאנגאהל פרינץ, זיי האבן זיך פארפאנצערט אינעם שטאט, אזוי איז דער באלאגערינג אנגעהאלטן א יאר אן קיין זיג פאר קיין איין צד.

די זעלבע צייט וואס די באלאגערינג איז אנגעגאנגען און פילען שוואונג, איז אויך די מגיפה געקימען נעינטער, און אנגעהויבן אויסמארדען די מוסלעמעינער סאלדאטן, וואס האבן געלאגערט אויפן שטאט, זיי האבן געמיזט ציריקציען און אויפגעיבן אויף די באלאגערינג, ציליב די געוואדיגע מאס אויסגעשטארבענע סאלדאטן.

אבער דער פרינץ איז אויפגעקימען מיט א רשעות'דיגער פלאן, אין זיין פינסטערן מוח האט אויפגעבליצט א וואפן פון מעס דיסטראקשן, צי פארסאמען די גאנצע שטאט, ער האט אויפגעשטעלט קעטעפאלטס ארים די שטאט, אין אריבער געווארפן די טויטע קערפער פון די פארסם'טע סאלדאטן אריין אינעם שטאט, די וואס האבן זיך געפינען אין שטאט האבן געשאַלט און ג'יובל'ט ווען עס האט אנגעהויבן רעיגענען טויטע קערפער פין הימל אראפ, אבער ביז א קארצער צייט איז די וואסער סאפליי געווארן פאר סם'ט דורך די קערפער וואס זענען געפאלען אין די טייכן, און די ליפט געווארן פארסם'ט דורך די פארסם'טע קערפער וואס זענען געפאלן פין הימל חמרים חמרים, די מענטשן האבן אנגעהויבן שטארבן אין די שטאט איינס ביי איינס, די שיפס לייט פון די שטאט, האבן זיך ארויפגעזעצט אויפ זייערע שיפן, מיט די ציל ציריק אהיים קיין איטאליע.

פארענדיג אהיים דעים לאנגען וועיג, נישט וויסענדיג אז זיי האבן אויפן שיפ א אימזעיבארע מחלה וואס די מייזלעך אויפן שיף האבן ארים געפירט, זענען זיי זיך געשווימען אויפן ים מיטן טויטליכן אינהאלט, און זיי האבן אויפן וועיג אהיים געהאלטן און איין אויסשטארבן, אויפן וועיג אויפן מעדיטרעיניען שיפל'ט די פאר סם'טע שיף, זיי האבן פראבירט צי אנקערען אויפ יעדען פארט אויפן וועיג אהיים צים ציל פונקט, אבער קיינער האט זיי נישט ציגעלאזט, נאכן זיך דערוויסען אז זיי שטארבן דארט און די מאסן, האט מען זיי פארטריבן ווי א טייול, ובפרט ווען עס איז שוין געוועין שמיעות לא טובות אז א מגיפה איז שטארק אקטיוו, ביז אקטובער 1347 האט דער שיף צי מזל געאנקערט די פארט אוו מעסינע, איטאליע, די פארט ארבייטער האבן פראבירט צי האלטן די שיפסלייט איזאלירט, זיי זאלן נישט קימען און בארירינג מיט קיינעם, אבער די מייזלעך האבן זיך דורך די אנקער שטריק זיך אריין געכאפט אין מעסינע איטאליע, און דערמיט ג'סטעמפלט די גורל פון א דריטל אייראפע, אפילו מען האט פארטריבן די שיפ תיקף דערנאך, אבער עס איז געוועין צי שפעיט, ווייל די באפרייטע מייזלעך האבן זיך געווידמעט און געמערט.

די מגיפה האט אנגעהויבן בוזשעווען, גאר שרעקליך איז געוועין די פחד, ווען סיי ווער האט זיך געפארעט מיט די טויטע, אדער נאר געוואוינט אינעם זעלבען הויז איז אויך געווארן געטייט, ווען איינער האט געזעין א רויטער בליסטער די מוס פון א ניס, איז געוועינטלעך ביז דריי טאג מייסטענס פינף טאג, געוועין טויט, עס האט אויס געזעין ווי דער סוף פינעם וועלט קימט, עס איז געוועין אזויפיל טויטע, אז מען האט נאר באגראבן הינדערטער אויפאמאל, און דערנאך זענען די באגרעיבער נאכגעשטארבן, שיפן האבן פארשפרייט די מגיפה פין פארט צי פארט, איבער גאנץ איטאליע, גאנצע שטעיט זענען גאווארן לער, פיל מיט טויטע קערפער איבעראל, שיפן האבן זיך אפגעפינען איבעראל מיט יעדן דערוף טויט.

דאס אידישער פאלק, איז ליידער געפאלן קרבן צי די וועלכע האבן באשילדיגט אז אידן האבן פארסם'ט די וואסער, מען האט בימים ההם אויסג'הרג'ט פיל אידען, די שמועה אז די אידן הויפטן פון טאלעידא האבן פארשפרייט די מחלה דורך פארסמען דאס וואסער בכדי צי הרג'נען וואס מער קריסטן האט געשלאגן ווארצלען, מען האט ארעסטירט די אידישע הויפטן, מען האט זיי פארפייניגט דורך אינקוויזיטארן, זייערע ארויסגפרעסטע הודאות ווי א איד אגימעט איז זיך מודה oct. 20 1348 איז פארשפרייט געווארן דורך בליט דארשטיגע לאקאלע קריסטן, די נייעס מיט רציחות איז געפארן דורך שווייץ קיין דייטשלאנד, ווי גאנצע אידישע געיגענטער מיט מענער פרויען און קינדער זענען פארברענט געווארן, אין שטראסבורג איז די גאנצע קהילה חרוב געווארן דורך די גויאישע באפעלקערינג, און שבת קודש feb. 14 1349 האט מען ארויפ געלייגט צוויי טויעזנט אידישע קינדער אויף א האלצערנע מזבח, און אינטערגעצינדען רח"ל, מיט א אויסריף אז ווער עס וועט זיך טויפן וועט ווערן פארשוינט, מען האט געטויפט קינדער קעיגן די ווילן פון זייערע עלטערן, זייער פארמעיגן האבן די לאקאלע געפלינדערט, די באערדע וואס איז געוועין קעיגן שענדען די אידען האט מען פארטריבן, אבער עס האט נישט גענימען לאנג ביז זיי זענען אויך געפאלן דורך די פּלעיג מגיפה, פארצייכענט איז אז איבער זעכצען טויעזנט אין שטראסבורג זענען געפאלן און דעים יאר צים פלעיג.

נישט קיין סאך האט ציגעהאלפן די פאקט אז אידישע קינדער זענען מער געשטארבן דורך די מערדער'ס ווי פינעם מגיפה, ווייל בדרך כלל האבן די אידן אלע מאל געהאט א ריינערע לעיבן'ס שטייגער, צים ביישפיל, אידן וואשן זיך כסדר אפ די הענט, עס קען נישט דורך גיין א טאג אן זיך וואשן צעינליגע מאל, אנגהויבן ביי נעיגל וואס, יעדעס מאל וואס מען גייט ארויס, צים דאווענען, צים עסן, אזוי ווייטער, לכבוד שבת יו"ט א שויער, מקווה יעדען טאג אויב מען איז א חסיד, אדער ווען מען ברויך, ווידער א גוי קען דורך גיין יארן איידער ער וואשט אפ זיינע שמיציגע הענט, אויך די וועיג וויאזוי אידן האבן באגראבן די מתים במגפה לויט די אידישע מסורות, אפגעוואשן און איין געוויקלט די מתים אין תכרוחים האט אויך פארמיטן אז זיי האבן ווייניגער ארימגעשפרייט די מגיפה, אבער די גוים האבן דאס געניצט פאר זייערע בליט בלבלים.

די אפיציעלע פאזיציע פינעם פויפסט באניפעיס, איז געוועין אז די אידן זענען ריין פון שילד,אבער היות כאאס איז געוועין איבעראל, מען האט געזיכט שילדיגע, איז געוועין נאטראל אז אידן זענען די שילדיגע, ספעציעל נאך די ארויסגעפרעסטע הודאות וואס שנעל רייטער האבן פארשפרייט פון שטאט צי שטאט, און געריפן די לאקאלע רוצחים צי מארדן די אידן.

און jan 1349 איז די גאנצע אידישע קווארטל פון די שטאט באסעל ארויף על מוקד האש על קידוש השם, נאכגעפאלגט האבן די שטעיט נירענבורג, אגעסבורג, מיוניק, פרייבורג, קעניגסבורג, רעיגנסבורג, אלעס איז פארברענט געווארן, אויך איז באוויסט אז די גאנצע שטאט ווארעמס, האט מחליט געוועין זיך צי נעמען זייערע לעיבן'ס אליין, אין מערץ 1349, אין מיינץ האבן אידן געפריווט צי שטעלן א ווידערשטאנד, געהרג'ט צוויי הינדערט רוצחים, אבער ליידער האט דאס אויפגערייצט מער רוצחים, ווען זיי זענען ציריק געקימען פאדערן נקמה, האבן זיי אויסג'הרג'ט איבער 6000 אידישע קינדער אינעם שוידערליכן טאג 1349 August 24, אלע דריי טויעזנט אידען פון די שטאט עראפורט זענען אויסג'הרג'ט געווארן, ביז די יאר 1350 איז שוין כמעט נישט געוועין קיין איין איד אין דייטשלאנד.

די קריסטלעכע אויבערהארן וואס האט ציליב די מצב פארשפרייט קלאנגען אז דעי מגיפה קימט ציליב אייגענע זינד, דער פויבסט האט געשיקט בריווען איבעראל אפצישטעלן די רציחות, אבער ליידער דער באפעלקערינג האט דאס נישט געקויפט, מען האט זיי אויך נישט פארשוינט, אויך דאקטוירים האבן געליטן געפערליכע בזיונות, ווייל זיי זענען געוועין ווערט א רעיטעך, יעדער האט פראבירט מיטלן פון עסען צילאזטע גאלד ביז לייגען פרעש אויפן וואונדן.

די גרויסע מגיפה האט גערידערט ביז 1388 מיט די הויעך פונקט צווישן 1348-1349 דער נאך איז עס ציריק געקימען יעדע עטליכע יאר, אבער שוין קיינמאל אויף אזא שרעקליכער פארנעם, ווי אויסראטן צוואנציג ביז פינף און צוואנציג מיליאן מענטשן.

די קרעינק האט פארשאפט די רויטע גרויסע באבל, וואס האט געהאט א געפערליכער שלעכטער גראך, אויפ וואס מען פלעיגט לייגן רויזן, אז דער גיטער שטארקער רויז גראך זאל איינעמען די שלעכטער ריחות, אויך פלעיגט מען ברעינגען א געהעינגל פון די שארפע בלים וואס הייסט פאזי, וואס איז זייער גינסטיג פארן נאז, ווען דער פאציענט האט זיך גענימען ניעסן האט דאס געמיינט גסיסה, ביז דער פאציענט איז געשטארבן, פארשטייט זיך אז בשעת דער פאציענט האט א ניעס געטיען און מיט א קליין שפריצעלע אויף די ארימיגע, האבן אלע אויפן ארט באקימען נישט נאר אחד משישים, נאר די פילע גיפט פינעם מחלה, און אזוי ווייטער, די פרימיטיווע האבן נישט געהאט קיין שום אהנינג ווי אזוי עס פארשפרייט זיך די מחלה, אדער ווי אזוי מען פארמינערט די מחלה פארשפרייטונג.

ערשט יארן שפעיטער סוף נייצטען יאר הינדערט, האט מען זיך געכאפט ביים קאפ אז עס כאדעוועט זיך אין מייז, און מען ווערט געביסן פינעם פליג.

ווערסיעס פינעם גראם האט זיך געביטן פון ארט צי ארט, צים ביישפיל עינגלאנד גייט עס עי טישו עי טישו ווי אלל פאלל דאהן, מרמז זיין דעים סניז, ווי די עינגלענדער בעיטן א טישו, אפילו מען ווייסט אז מען איז א גוסס, וואס דער נאך פאלט מען א נפטר, נפטר פיפטר, אבער א טישו זאל זיין.

אמעריקע זינגט מען עשעס עשעס ווי אלל פאל דאהן, אלעס בערך מרמז זיין די גרעסטע מגיפה אין היסטאריע.

פארוואס זאג איך עס אייך?

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 12:30 am
דורך מצטמק ויפה
[tag]פליקער[/tag] זיי ביטע מער מסביר די ניגון מיט די אינהאלט פונם ארטיקעל.
עס קוקט אויס ווי די האסט פארלוירן נערווען די לעצטע פאהר ליניעס.

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 12:32 am
דורך פישלע העררינג
"פארוואס זאג איך עס אייך?"

כדי להוציא מלבם של אלו האומרים אז דאס איז א קריסטליכע קירכע הימנע.

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 1:53 am
דורך פליקער
יעדע זאך ברויך מען דיר מסביר זיין
דער רינג איז דער וואונד וואס איז רינדיג
דער איז ארים גענימען מיטן רויז אוועק נעמען די ריח רע
אויך מיט א פאקעט פון פאזי, ווי שוין מסביר געוועין אז פאז איז דער בלים וואס איז זייער געשמאק פאר די נאז לעכער
וואס נאך ברויך מען דיר אריין לייגן אין מאהל,
א טישו וועיגן דער סניז, אדער עשעס, ווי מיר ווערן אש און פארך
ווי אלל פאל דאהן פגרים מתים
אה יעצט כאפ איך שוין

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 7:59 am
דורך הרבישראל
פישל'ע העררינג האט געשריבן:"פארוואס זאג איך עס אייך?"

כדי להוציא מלבם של אלו האומרים אז דאס איז א קריסטליכע קירכע הימנע.

ס׳איז מסתבר אז די קירכע האט עס יא געמאכט ווייל אין יענע יארן איז אלעס געגאנגען דורך די קירכע ממילא האט עס געדארפט ווערן עפראווד ביי די גלחים

רינג

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 8:03 am
דורך הרבישראל
קוקט מי אויס אז ביז די חסידים זענען געקומען אויף די וועלט האבן זיך די אידן געוואשן אין די גוים נישט (גיי זאג פאר די אידן וואס מיינען אז זיך ארום וואשן איז א עבירה אז זיי זענען ווי די גוים פונעם מיטלאלטער )

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 9:56 am
דורך פליקער
עס איז שווער צי זאגן אז דאס איז געוועין א קירכישער הימנע, הגם עס זענען דא וואס לייקענען אינעם גאנצען ציזאמענשטעל, אז דער ניגון האט נישט מיטן מגיפה, איז עס אבער דאך די לאגישסטע מיינינג

נאך איין פינקט כמו א פיעס צים ארטיקל, דער פויבסט האט איבער געלעיבט די מגיפה, אויף זייער א אינטערעסאנטער וועיג, מען גלויבט אז ער האט יא געכאפט וואס דא גייט פאר, זיינע לייב דאקטוירים האבן אים רעקאמענדירט אז ער זאל זיך פארבריקירן אז קיינער זאל צינעם נישט קענען קימען זעיגענען.

האט ער זיך איינגעשפארט אין א הויף ארים גענימען מיט פייער וואס האט געפלאקערט פאר פיר חדשים און א צי, מיטן פויבסט און די מיטן, פארשטייט זיך אז נישט די פליגן און נישט די מייזלעך האבן געגליסט דורך צי גיין דעים פייער, און אזוי האט ער אפגעראטעוועט זיין לעיבן.

אבער רוב גלחים וואס האבן זענען אנגעגאנגען מיט די טעיגליכע ווידוי פרעפלען זיך ציילעמען צים מת, זענען אנגעשטעקט געווארן און ג'פגר'ט זעלבסט, ביז עס איז געקומען צים קלימאקס , אז מען האט געציטערט פון א טויטער ווי פינעם טייוול, אזוי זענען גאנצענע שטעיט געבליבן געשאנדערט, אנגעפילט בלויז מיט מתים, וואס קיינער האט ניטאמאל באגראבן.

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 2:06 pm
דורך berlbalaguleh
פליקער: ייש"כ פאר ברענגען דעים אינטרעסאנטן מאמר לגבי דער אפשטאם פונ'ם וועלט-בארימטן סאנג. נאר די מזל איז אז ס'האט זיך נאכנישט געטראפן גויים אין די היינטיגע צייטן וועלכע גלייבן אז די אידן האבן יא אין די יארן פון מיטלאלטער. אנדערש איז אבער מיט דעם היסטארישן בלוט בילבול, וואס ס'איז נאך דא היינט גויים וועלכע גלייבן אז די אידן האבן געהרג'ט גוי'אישע קינדער כדי צו נוצן זייער בלוט פאר די מצות. אט די גויים וועלכע גלייבן יא אינ'ם היסטארישן בלוט בילבול האלטן זיך פאר גאנצע אינטעלעקטואלן און האבן אפילו טיטלען ווי פארפעסאר'ן. און זיי זענען בטובם הגדול מסביר אז נישט אלע אידן האבן געהארג'עט גויי'אישע קינדער כדי צו צאפן זייער בלוט, נאר געוויסע טיילן פון די אידישע באפעלקערונג. ס'איז אפילו דא א "אידישער" פראפעסאר, א זון פון א ראביי, וועלכער האט אין א בוך מסביר געוועהן אז ס'איז פאראן א שטארקע מעגליכקייט אז אידן האבן יא גענוצט בלוט אין די מצות. פארסמ'ט די ברונעמ'ס :roll: :? :P :oops: :cry: :( :evil: :twisted: :o :shock:

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 4:10 pm
דורך הרבישראל
איז דא א וועב זייטל פין די זון פונעם ראבינער ?

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 5:07 pm
דורך ברסלבער
הרבישראל האט געשריבן:איז דא א וועב זייטל פין די זון פונעם ראבינער ?

http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7% ... 7%90%D7%A3

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 5:14 pm
דורך פישלע העררינג
[tag]פליקער[/tag], איך האב דיך שוין נעכטן נאכט געלייקט, אבער איך וויל דא סתם אריינווארפן א געלע סטיקי נאוט דיך צו לאזן וויסן ווי שיין און מסודר דיין היסטאריע לעקציע לייענט זיך.

לו יהא אז דיין מעשה האט גארנישט ציטוהן מיט דעם ניגון, איז עס נאך אלץ א וויכטיגע שטיקל היסטאריע, גאר שיין אראפגעלייגט.

יישר כח.

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 9:26 pm
דורך פליקער
די ניגון אריינמיש איז נאר געוועין געצילט צי ברעינגן דעים ליינער צי ליינען, ווען נישט דאס וואלט קיינער נישט געליינט מער ווי פאראגראף 1
אזוי האט מען געליינט עטליכע פאראגראפען ביז מען איז איינגעשלאפן פאר לאנגזאמקייט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 9:58 am
דורך מ גפני
פליקער האט געשריבן:די ניגון אריינמיש איז נאר געוועין געצילט צי ברעינגן דעים ליינער צי ליינען, ווען נישט דאס וואלט קיינער נישט געליינט מער ווי פאראגראף 1
אזוי האט מען געליינט עטליכע פאראגראפען ביז מען איז איינגעשלאפן פאר לאנגזאמקייט

האלט דיך נישט אזוי קליין, אפילו ווען די שרייבסט ווען בלויז וועגן א מגיפה וואס האט אוועקגעלייגט מיליאנען מענטשן וואלט מען עס אויך געליינט אן איינשלאפן דערויף, האסט עס זייער שיין אראפגעלייגט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:58 pm
דורך דולה ומשקה
נאך דעם וואס מיר ווייסען שוין אז די ווערטער "we all fall down" גייט ארויף אויף מיתה רח"ל, וויל איך בעטן מ'זאל דאס אויסלאזען פונעם ניגון און ענדערש אנ-נעמען דע בריטישע נוסח
We all jump up,
!With a 1-2-3

פארפאלן מיר לעבן און 'אכשר דרא'

https://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q ... NnnVW_YeoA

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:03 pm
דורך איך אויך
נאך בעסער איז צו זינגן די אידישע ווערסיע מיר זענען געווען ברוגז וכו. מיר זענען חברים צוריק.
הנח להם לישראל אם אינם נביאים בני נביאים הם.