בלאט 1 פון 4

לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 12:26 am
דורך סאשי פיש
יעצט קומט אריין די נייעס אז די באקאנטע זינגער ווי מען רופט אים לוי פאלקוויטש גרייט זיך שוין ערענסט ארויסצוגעבען זיין ערשטע סידי.

אויסער איינמאל וואס פרייליך בענט האט אים גענומען צו זינגען אויף זייער סידי וואס איז נאר געווען א קאלעקציע פון אלטע ניגונים.

ער האט אנגעפאנגען זיין קאריע ביי שירה קווייער אבער מען האט גלייך געזען אז ער באלאנגט נישט דארט נאר ער קען וואקסען אסאך העכער, ער זינגט אסאך מיט פרייליך בענט.

אויפען בילד רעכטס: די באקאנטע נייע שטערן אין די עולם הנגינה ובפרט בעולם הבדחנות אברהם מרדכי שווארץ.
לינקס מיט די אראנטשירער יואלי דיקמאן מיט יוסי רובין.

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 1:28 pm
דורך לאליפאפ
סאשי פיש האט געשריבן:אויפען בילד רעכטס: די באקאנטע נייע שטערן אין די עולם הנגינה ובפרט בעולם הבדחנות אברהם מרדכי שווארץ.
לינקס מיט די אראנטשירער יואלי דיקמאן מיט יוסי רובין.

ביסט אפשר לעבן א שפיגל?

רעכטס צו לינקס: יוסי רובין, יואל דיקמן, לוי פאלקאוויטש (אזוי ווי דו רופסט נישט ליפא - אלעזר ליפא), און אברהם מרדכי שווארץ.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:59 pm
דורך טעפל
לוי מיט יואלי דיקמאן, דאס דארף זיין פיינע נייעס!!

נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 8:50 pm
דורך גאנצל
איז אפשר איינער נעכטן געווען ביי די דינער פון מקוה u s a וי ר' לוי יצחק מיט ר' רברהם מרדכי האבן געדארפט אראפצולייגן עפעס א גוט'ס

איז עס טאקע געלונגען?

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 10:51 am
דורך פיקציע
באקומען די מקוה יו עס עי פרעזענטעישאן, לוי יצחק זינגט בלויז עטליכע שטיקלעך סאלא, אבער איז זייער פיין.

אגב ווייסט איינער אויף וועלכע טאן זיי זענען ביים סוף?

נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 12:31 pm
דורך משבק
געהרט יעצט אז לוי פלאנט ארויסצוקומען תיכף נאך דריי וואכן

נשלח: זונטאג יולי 13, 2014 12:51 pm
דורך משבק
לוי מיט א נייע קנייטש און די ניגון השבעתי http://www.youtube.com/watch?v=nyQ7WVkZzsg

נשלח: זונטאג יולי 13, 2014 1:09 pm
דורך קליגער אינגערמאן
זייער קיוט געזינגען... אבער נאטירלעך/אריגינעל איז נאך אסאך שענער..

נשלח: זונטאג יולי 13, 2014 9:05 pm
דורך דברים ככתבן
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:זייער קיוט געזינגען... אבער נאטירלעך/אריגינעל איז נאך אסאך שענער..

ווייסט פארוואס? שא זאג נישט קיינעם ער קען פשוט נישט זינגען.

נשלח: זונטאג יולי 13, 2014 11:01 pm
דורך מאטי
ס'איז נישט קיין פרישער קנייטש, ער פאלואט פשוט דעם אומקאנווענסיאלע "מיינאר קארד" וואס די קווייער זינגט אונטער...
דאס איז ארגינעל פונעם סידי.

נשלח: זונטאג יולי 13, 2014 11:25 pm
דורך רויטע וואנצעס
שוין לאנג נישט געזעהן שירה אין אזא דעפרעסטע צופארעניש. זענען פארלוירן ווי אזוי מיט צו גיין מיט דעם אומערווארטענע השבעתי סטייל.

נשלח: זונטאג יולי 13, 2014 11:46 pm
דורך ברעט מענינג
דאס פאסט מער פאר יואלי גרינפעלד אזוי צו זינגען

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 12:27 am
דורך משבק
וועמענס דורכפאל ביי 32? http://www.youtube.com/watch?v=RUJlr7EJ5hI

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 12:52 am
דורך קליגער אינגערמאן
משבק האט געשריבן:וועמענס דורכפאל ביי 32? http://www.youtube.com/watch?v=RUJlr7EJ5hI

זיי זענען פשוטע יומענבינס.. פרעה האט נישט געמאכט קיין מיסטעיקס...

נשלח: פרייטאג יולי 25, 2014 2:37 pm
דורך משבק
דברים ככתבן האט געשריבן:
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:זייער קיוט געזינגען... אבער נאטירלעך/אריגינעל איז נאך אסאך שענער..

ווייסט פארוואס? שא זאג נישט קיינעם ער קען פשוט נישט זינגען.

הלוואי זאלן אלע "נישט קענערעס" אויסזען אזוי ווי אים

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:57 pm
דורך סאשי פיש
לוי פאלקוויטש איז יעצט אין ארץ ישראל וועגן זיין נייע סידי. אויפן בילד זעט מען די ארענזשיר יואלי דיקמאן!

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:59 pm
דורך כוכב
אה אה. דער אלטער סאשי איז צוריק. נעתר לבקשתינו.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 11:00 pm
דורך סאשי פיש
ווי אויך האט ער זיך געטראפען מיטען בעל מחבר פון די באקאנטע ״הסתרה״ ניגון יואלי קליין.
(מיט די שווארצע בארד)

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 11:52 pm
דורך מצטמק ויפה
די ניגון אני ישנה, אדער ווי אנדערע קענען עס אין אידיש "מאורות נתן" פון יואלי קליין, גייט זיין אויפן אלבום אי"ה.

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:06 am
דורך סאשי פיש
מיינסט דאס ?
די ווערטער
“אני ישנה וליבי ער, קול דודי דופק: פתחי לי”
פתחי לי, יעצט פאר מיר, עפענט אויף דיין טיר, פתחי לי.
קלאפ, קלאפ, קלאפ ביים טיר, קלאפ, קלאפ רעדט צו מיר, קלאפ, קלאפ, איך בין מיט דיר, קלאפ, איך קלאפ צו דיר.

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:11 am
דורך מצטמק ויפה
יאפ! לכתחילה האט ער עס געמאכט אויף אנדערע ווערטער פאר ישיבת מאורות נתן, און הערשט נאכדעם האט ער עס ארויפגעלייגט אויך אויף אני ישנה.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:51 pm
דורך לאליפאפ
מצטמק ויפה האט געשריבן:יאפ! לכתחילה האט ער עס געמאכט אויף אנדערע ווערטער פאר ישיבת מאורות נתן, און הערשט נאכדעם האט ער עס ארויפגעלייגט אויך אויף אני ישנה.

וואטש עס דא

wow

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:17 pm
דורך משבק