בלאט 1 פון 2

א איד פארלוירען אין מאנסי!!

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 12:36 pm
דורך סאשי פיש
א איד מיטען נאמען פרץ שאנטעג פעלט שוין זייט פרייטאג, פון די מאנסי - עירמאנט געגענט.
זייט מתפלל פאר פרץ יהודה בן מירל,
מען האט ארויסגעלייגט א באלוינונג פון 20 טויזענט דאלער פאר אינפארמאציע וואס וועט אים העלפען טרעפען.
A
A
image.jpg (222.85 KiB) געזען געווארן 4032 מאל

image.jpg
image.jpg (143.92 KiB) געזען געווארן 4031 מאל

מאנרא פאבליק סעפטי העלפט מיט די זוכעריי
image.jpg
image.jpg (308.07 KiB) געזען געווארן 4074 מאל

בארא פארק שומרים אויפען סצענע
image.jpg
image.jpg (290.52 KiB) געזען געווארן 4074 מאל

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 1:27 pm
דורך רויטע וואנצעס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=QjB8c40StJ4[/youtube]

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 2:07 pm
דורך סאשי פיש
מען האט יעצט ביי די פרעסע קאנפרענץ געהעכערט די באלוינונג פאר אינפראמאציע צו דרייסיג טויזענט דאלער.

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 11:33 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב נישט צוגעלייגט צופיל קאפ צו די מעשה , כ'האב געמיינט אז ס'האנדעלט זיך פון א נישט געזינטע מענטש ל"ע. אבער יעצט האב איך געזעהן א פרעס קאנפרענץ פון זיין ווייב און קינדער, און ס'רעדט זיך פון א געהעריגע מענטש א טאטע פון 7 קינדער. ס'איז גארנישט קיין וויץ. ער פעלט שוין כמעט א וואך
איך קען נישט העלפען מיט די זיכן, אבער א קאפיטעל תהילים קען איך זיכער. איינער ווייסט די נאמען ?

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 11:36 pm
דורך סאשי פיש
בילדער פון די זוכעריי,
מען זוכט מיט אן ערעפלאן!!

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 11:39 pm
דורך סאשי פיש
[tag]ראשעקאל[/tag]
זייט מתפלל פאר פרץ יהודה בן מירל,


נאך בילדער,
מערק אן ווי מען זוכט אום פורים, זעט ווי אזוי מען גייט אנגעטון

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 9:44 am
דורך מ גפני
ראשעקאל האט געשריבן:איך קען נישט העלפען מיט די זיכן, אבער א קאפיטעל תהילים קען איך זיכער. איינער ווייסט די נאמען ?

פרץ יהודה בן מירל, קרעדיט @סאשי פיש אינעם ערשטן תגובה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 11:40 am
דורך קאווע טרינקער
איך בין מסכים צו זאגן תהלים, אבער מיט איין תנאי, אז ווען מ'טרעפט אים זאל מען פארציילען די גאנצע מעשה.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 11:42 am
דורך שמעקעדיג
אזוי סעלפיש צו זיין?...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:20 pm
דורך סאשי פיש
איינער ווייסט ווי ער איז?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:48 pm
דורך טעפל
ס'איז דא עפעס א בעקראונד אין די מעשה?

נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 12:17 am
דורך sefish
די ווייב זאגט "קאם בעק עווירינטינג וויל בי אקעי" .... עפעס ליגט דא אונטער די ווערטער

נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 12:22 am
דורך רויטע וואנצעס
sefish האט געשריבן:די ווייב זאגט "קאם בעק עווירינטינג וויל בי אקעי" .... עפעס ליגט דא אונטער די ווערטער


ס'איז זיין שוועסטער. די סיבה פארוואס זי זאגט עס איז וועגן ער ליידט, ווי באשריבן איבעראל, פון שווערע דיפרעשען ה"י.

נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 12:27 am
דורך דער שכן
טעפל האט געשריבן:ס'איז דא עפעס א בעקראונד אין די מעשה?


יורד ל״ע..

נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 8:28 am
דורך פליקער
עס זעיט מיר אויס אז ער האט זיך אנגעליטן פון איר, אזוי ווי פון אירע ווערטער שרייט ארויס, ממילא האט ער גענימען דעים אוטא און ויסעו, איך גלייך נישט אז דעפרעסיע פירט איינעם אוועקציפארן, עס פירט איינעם זיך אוועקצישיקן צים אייביגען רי דורך שטריק אדער ביקס, חוץ אויב ער איז אריבער א הויכן בארג ווי דער בעל שם טוב, און איז ערגעץ אין א אפגרינד

יעדער לאזט איבער עפעס פינגער אפדריקן דורך איזי פעס, א קרעדיט קארד אקאנט, סוף כל סוף ברויך דאך א מאן לעיבן פראבירט מען צי לייזן אפאר דאלער,

דאמירן בעלמה

נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 11:14 am
דורך berlbalaguleh
די אייבישטער זאלל העלפן אז די אלע תפילות און מעשים טובים זאללן נתקבל ווערן און ער זאלל אפירקומען באיזה אופן ומצב שהוא. האפנטליך געזונטערהייט. דעיס הייסט אן אמת'ע עגונה און די קינדער זענען נעבעך לעבעדיגע יתומים. ממש אזוי ווי אין די מעשיות פון בעש"ט הק' און זיינע תלמידים, די צדיקי אמת וועלכע האבן מיט זייער רוח הקודש אפירגעזוכט א פארשוואונדענעם מאן. :D :) :? ;) :o

נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 12:38 pm
דורך פישלע העררינג
זיבן קינדער.

א הויז.

אזא טייערע קאר.

ווער קען זיי אויסהאלטן? די פינאנציעלע לאסט אויף א היינטיגע טאטע איז אין לשער ואין לתאר. ווען אונז האבן ווען אזעלכע שוואכע נערוון ווי איהם וואלטן אונז אלע אנטלאפן.

ווי אהין? שאלה זו נשאלה לצדיקים וכו' למלאכי השרת וכו' לשכינה הקדושה וכו'

נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 2:54 pm
דורך היימישער ליטוואק
בעש"ט מיט עגונה'ס???!!@#@. בערל, וואט אר יו טאלקינג עבאוט??

נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 3:37 pm
דורך berlbalaguleh
היימישער ליטוואק האט געשריבן:בעש"ט מיט עגונה'ס???!!@#@. בערל, וואט אר יו טאלקינג עבאוט??

ווי ס'זעט אויס האט מען ביי אייך אין די ליטא ניט גורס געווען קיין מופתים און רוה"ק. נאר ס'געווען אמאל (בערך מיט 250 יאר צוריק) א איד, ר' ישראל לייזערסון ע"ה וועלכער איז אויפגעוואקסן ביי עלטערן וועלכע זיינען שוין גיווען אלטע מענטשן ווען ר'איז געבוירן. און ער האט פארברענגט א סאך צייט בהתבודדות מיט דער נאטור. ווען ער איז אויפגעוואקסן האט ער באקומען א טיפערע פארשטענדעניש איבער אלע ברואים און געוויקסן אויף דער וועלט. ער האט אויך געהאט א שטארק ברענעדיגע אהבת ישראל. אין זיינע דערוואקסענע יארן האט ער איינגעזען אז די ליטוואקעס/מתנגדים האלטן זיך פאר אן עליטע און זיי קוקן אראפ מיט בזיון און השפלה אויף די פשוטי עם, וועלכע האבן ליידער נישט זוכה געווען צו לערנען תורה. ס'איז געווען א גרויסע סכנה אז א גרויסער טייל פונ'ם אידישן פאלק זאל ח"ו אוועקפאלן צוליב די אויבנדערמאנטע סיבות. האט ער געגרינדעט א באוועגונג וועלכע ער האט גערופן "חסידות". איינזעענדיג אז ביי הקב"ה איז פונקט אזוי חשוב א פשוט'ע תפילה פון אן ערליכן איד ווי די סוגיות פון "נגעים ואהלות" פון די עליטע. ער האט מקרב גיווען די ערליכע פשוט'ע אידן און געמאכט סעודות פאר זיי און געזינגען הארציגע ניגונים און מחזק גיווען. ער האט טאקע געליטן שטארקע רדיפות פון די ליטוואקעס/מתנגדים. זיי האבן איהם זאגאר געלייגט אין חרם. נאר ער האט זיך נישט דערשראקן. אדרבה. כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ. ס'האבן זיך פארמערט זיינע תלמידים וועלכע האבן געגרינדעט צווייגן פון חסידות אין אלע שטעט פון פאדאליע, פוילן און רוסלאנד. זיינע (ר' ישראל'ס) תלמידים זענען צוגעקומען צו גאר גרויסע מדריגות. בעיקר צוליב זייער אהבת ישראל. און זיי האבן באוויזן "מופתים" מיט רוח הקודש. פיל מאל, ווען ס'האט זיך געטראפן א פאל ווי א מאן איז פארשוואונדן געווארן אן קיין שפור, און איבערגעלאזט די ווייב און די קינדער ווי אויפ'ן וואסער. האבן די צדיקים, תלמידי הבעש"ט הק' געגעיבן עצות און פאראויסגעזאגט אוואו מ'קען אפגעפונען דעם פארשוואונדענעם מאן. נאר אלס ליטוואק, מוזט איר נישט גלייבן.... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :o

נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 5:11 pm
דורך סאשי פיש
מען זוכט!

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 4:16 pm
דורך שעפטל
געטראפן!!! אבער ברוך דיין האמת!

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 4:20 pm
דורך ברסלבער
ברוך דיין האמת.
עפעס מער דיטעילס?

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 4:21 pm
דורך מ גפני
שעפטל האט געשריבן:געטראפן!!! אבער ברוך דיין האמת!

מ'האט אים געטראפן אין די קאר אין הערימאן סטעיט פארק, די קאר איז אראפגעפאלן אין א טיפע קליפ