בלאט 1 פון 2
נייע סידי "דוד ושלמה" (קאליש און גערטנער)
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 1:40 pm
דורך לאליפאפ
בעצם האב איך שוין באריכטעט איבער דעם דיסק אין די נייע סידי'ס אשכול, אבער וויבאלד איך וויל אביסל אויסשמועסן דעטאלן האב איך דיסיידעד צו ווידמען אן אשכול דערפאר.
לויט ווי איך פארשטיי איז גערטנער מער א שיינע קול און קאליש איז מער מוזיקאליש ממילא האט די עיקר דיסק מער א שייכות צו דודי'ן ווי צו שלומי. נאר פאר מארקעטינג איז בעסער אז דודי קאליש איז נישט מארח שלומי גערטנער נאר זיי געבן ארויס מלפנים אינאיינעם.
דוד ושלמה איז א קאלעקציע פון 11 ניגונים, די ערשטע ניגון -וועלעך אייך אויסזאגן א סוד - איז א סוד ווער עס האט קאמפאזירט, אינעם בוקלעט שטייט אין אינישעלס מ.ש.פ. אבער ווען מיינס א באקאנטן האט געשטעלט די פראגע פאר שלומי גערטנער האט ער זיך נישט געיאגט צו ענטפערן ווער עס האט קאמפאזירט די קאמישע 'פאטעיטא' ליד.
די דריטע ניגון בענקעניש איז אנגעצייכנט לחן: עממי, באלד וועלעך גוט זוכן בין העמים ווי דעי ניגון שטאמט פון... און טאמער טרעף איך וועל איך מיט אייך שעירן.
דערוילעם איז פארבעטן אהער מיט די גלעזלעך אויסצושמועסן דוד ושלמה און אלס ארום.
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 3:47 pm
דורך לאליפאפ
געטראפן די "עממי"... ניגון פון די גרופע "Spice Girls"
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=3wkuqRFXNvI[/youtube]
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 10:10 pm
דורך לך לך
שפכי כמים איז עפעס משוגע ציווערן
נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 1:15 pm
דורך טעפל
לך לך האט געשריבן:שפכי כמים איז עפעס משוגע ציווערן
לחן: ר' דוד קאליש, ווארט נאר מ'זאל געוואר ווערען ווער ס'האט דאס פארפאסט..
אבער עס איז הערליך!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 1:22 pm
דורך חביבי
אהער מיט א לינק פון ווי מען קען דאונלאדען דעם סי די (נישט פאר געלט)
נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:19 pm
דורך מ גפני
כ'האב ליב די טרעק נומבערס אינעם ביכל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 11:53 pm
דורך פאטעטע קוגל
דודי קאליש איז איינער מיט זעלטענע מוזיקאלישע טאלאנטן, סיי אין ווארימקייט אין הארמינייזען, אבער עס האט אים גענומען א שיינע פאר יאר צו כאפן וואס דער עולם וויל הערן פין אים, נישט קיין הענטעלעך אדער רעפ אין אידיש, נאר א שיין ווארימע שטיקל שפכי כמים אדער יוסי גרין'ס אמנם, א שיין אינטער ברים, אבער דיסקא מוזיק איז נישט פאר דודי, (לדעתי האט ער זיך אפגעלאסט פין דעם ווען ער האט זיך צוקריגט מיט זיינס א שותף).
אבער דודי האט איין מעדזער פראבלעם, ער קען נישט ארויס געבן א סידי בשלימות, ער האט עפעס אזא מאדענע הנאה אריין צו לייגן איין צודרייטע ניגון, אזוי ווי פאטעטע (אגב עס האט גארנישט מיט מיר) אדער אז קוצץ לקוצץ, אדער די מלחמה ניגון פין רעכטס לינוקס (פארענטשעס).
בקוצר דודי האט אסאך וואס צו פארקויפן איך ווארט שוין אויפן סידי דודי מיט פינקי,
נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 8:31 am
דורך לאליפאפ
פאטעיטע קוגל האט נישט ליב די ניגון פאטעיטא...
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 12:42 am
דורך שמעקעדיג
איך גלייך די איידיע אויפן דעקל פון די גיטאר.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 10:19 am
דורך לאליפאפ
דיזיין אויפן קאווער איז געמאכט געווארן דורך א געוויסע 'קריעיטיוו' אין אנטווערפן.. כ'ווער משוגע ווי טאלאנט באהאלט זיך צומאל!!
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 4:20 pm
דורך ודי למבין
שטעלט זיך די שאלה, אויב מ'האט שוין עלטאן דזשאן ווי ער זינגט דע שאוי מאסט גאו אן, פארוואס דארף מען הערן ווי גערטנער זינגט "שפיל"? (מיט ענדליכע ווערטער, נישט מער און נישט ווייניגער...)
http://youtu.be/0079I9MqSNw
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 4:26 pm
דורך יין שרף
ווייל עלטער פעטער דזשאן הער איך נישט, און קאליש יא...
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 4:56 pm
דורך ודי למבין
ווען גערטנער און קאליש וואלטן צוזאמען צוגעקומען כאטש צו די פיס קנעכל פון דזשאן, מיילא. אבער גיב אים כאטש די קרעדיט???!!!
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 5:19 pm
דורך טעפל
ודי למבין האט געשריבן:ווען גערטנער און קאליש וואלטן צוזאמען צוגעקומען כאטש צו די פיס קנעכל פון דזשאן, מיילא. אבער גיב אים כאטש די קרעדיט???!!!
ער וויל נישט ממש צעטעלעך אין אלע וויליאמסבורגע גאסען..
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 10:28 pm
דורך לאליפאפ
טעפל האט געשריבן:ודי למבין האט געשריבן:ווען גערטנער און קאליש וואלטן צוזאמען צוגעקומען כאטש צו די פיס קנעכל פון דזשאן, מיילא. אבער גיב אים כאטש די קרעדיט???!!!
ער וויל נישט ממש צעטעלעך אין אלע וויליאמסבורגע גאסען..
זייער שווער צו באהאלטן אזעלכע זאכן נאו דעיס!
נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 2:36 am
דורך משה נתן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 7:33 am
דורך לאליפאפ
דאס איז די ארידזשינעל פון שפיל
Queen - Show must go on
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=4ADh8Fs3YdU[/youtube]
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 9:32 pm
דורך moshav zekeinim
דער סידי איז א גאר געלונגענער רעקארד ברעיקינג אין די חסידיק מוזיק. אין די לעצטיגע צענליגע יארן איז כמעט נישט געלונגען פאר איינעם צו דערליווערן א גענצליך נייער סטייל וואס זאל רעדן צום עולם. און דאס האט דער סידי דורך געבראכן.
New Release
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 10:12 am
דורך יואליש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=te4Lmux6GeE[/youtube]
Re: נייע סידי "דוד ושלמה" (קאליש און גערטנער)
נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 12:33 pm
דורך טענעסי
Re: נייע סידי "דוד ושלמה" (קאליש און גערטנער)
נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 12:36 pm
דורך טענעסי
Re: נייע סידי "דוד ושלמה" (קאליש און גערטנער)
נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 2:10 pm
דורך טענעסי
דער זינגער הייסט psoy korolenko און זינגט אסאך יידישע ניגונים , ער האט אן אלבום "אינטרנשיונל" (2008) פון אלטע יידישע ניגונים
נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 3:00 pm
דורך ודי למבין
גאר גוטע דזשאב, טענעסי! ווי האסטו דאס געטראפן?