בלאט 1 פון 4
תוצאות פון מלמדים און עלטערן וואס שלאגן
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 11:59 am
דורך לאליפאפ
[אפגעטיילט] דורך די גבאים.
אויב האט איר געזען די ווידיאו ווי א מלמד פון סקווירא האקט אן א קינד אין קלאס, אט האט איר די תוצאות! (נעמען וועט איר שוין זען אין WhatsApp)
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 12:01 pm
דורך איך אויך
ניין כאנישט געזעהן ,לאלי דו האסט עס?
אגב ,זאג עם זיין זיפער איז אפען.
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 12:38 pm
דורך אפטעמיסט
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 1:56 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 2:00 pm
דורך פליקער
איך פארשטיי נישט די געפילדער, מנהסתם האט ער געקאפעט ביים מעמד הר סיני אז ער וויל נישט די תורה, דעריבער פארן זיי אפ,
ווי מיר גלייבן אז די גוים וואס האבן יא געוואלט, זענען די גרים, און אזוי פארקערט, וואס איז די חינוך אישו דא.
דעיס אז אין סקווער איז דא אזוי פיל פארפארענע, דעיס איז נאר א קא אינסעדענס, פאר די זעלבע סיבה פאר וואס אין רוסלאנד ווערן אזוי פיל מיסטערעיז פארסם'ט
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 2:21 pm
דורך שטילע אינגערמאן
לאליפאפ האט געשריבן:אויב האט איר געזען די ווידיאו ווי א מלמד פון סקווירא האקט אן א קינד אין קלאס, אט האט איר די תוצאות! (נעמען וועט איר שוין זען אין WhatsApp)
רבותי הערט אויף מיט די ב"ש.
איך האב געהאט א רבי א רוצח האט געפראסקעט קינדער יעדער טאג כאילו ס'קומט אזוי. מער ווי איין מאל וואס ער האט צובראכן גלעזער, אדער קינדער זענען אהיים געגאנגען בלעק ענד בלוי,
נישט קיין איין קינד פונעם גאנצע קלאס איז אראפ פון וועג, אלע חסידישע וואילע אינגערלייט,
איינער וואס וויל אראפ גיין פון וועג אין דארף עס אויף וואס אנצוהענגען, נישט מער געדאכט מיין מלמד האט מיך געגעבן א פאטש 8 יאר אין עלף חדשים צירוק, וועגען דעים דריי איך זיך היינט מיט שוקצה'ס אין מחלל שבת..
קאמאן סטאפ די קרעפ. די ווילסט זיך ענז'וין די האלסט דער לעבן איז בעסער? נאו פראבלעם. זיי מוחל לאז די מלמד ארויס דערפון.
בדרך אגב בין איך צופרידען אז די היינטיגע רבי'ס שלאגן שוין נישט, אין כ'האלט סאיז געווען ראנג פון מיינע רבי'ס פון טיילען קלעפ
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 2:51 pm
דורך שמעקעדיג
זעהט אויס נישט אלע יונגעלייט זענען אזעלכע שטילע ווי די, וד"ל
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 2:51 pm
דורך שרייבער
לאליפאפ האט געשריבן:אויב האט איר געזען די ווידיאו ווי א מלמד פון סקווירא האקט אן א קינד אין קלאס, אט האט איר די תוצאות! (נעמען וועט איר שוין זען אין WhatsApp)
ווער האט געכאפט די בילד אין חדר?
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 4:02 pm
דורך איך אויך
גראדע זעה איך ער גיבט עם צוויי בכלל נישט שטארקע פעטש (הלוואי וואלטן אונזערע מלמדים אונז געגעבן נאר אזעלכע פעטש) ,נא נא פון דעם פארט מען נישט אפ קאט די קרעפ.
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 4:32 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 4:33 pm
דורך לאליפאפ
שרייבער האט געשריבן:לאליפאפ האט געשריבן:אויב האט איר געזען די ווידיאו ווי א מלמד פון סקווירא האקט אן א קינד אין קלאס, אט האט איר די תוצאות! (נעמען וועט איר שוין זען אין WhatsApp)
ווער האט געכאפט די בילד אין חדר?
איינער וואס הייסט יענקי שמעלצער האט געכאפט די ווידיא
איך אויך האט געשריבן:גראדע זעה איך ער גיבט עם צוויי בכלל נישט שטארקע פעטש (הלוואי וואלטן אונזערע מלמדים אונז געגעבן נאר אזעלכע פעטש) ,נא נא פון דעם פארט מען נישט אפ קאט די קרעפ.
זיי נישט אזוי נעראו, קודם קוקט נישט אויס ווי דאס קליפ הייבט זיך אן ביים ערשטן פראסק ווייל ס'קינד קייכט שוין ביים אנהייב און ס'איז גאנץ ברור אז די מלמד'ס הענט טוען שוין גוט וויי ביי יענעם שטאפל ווי דו הייבסט אן מיטצוהאלטן די אטאקע. און פארשטייט זיך אז נישט פון דעי צוויי פעטש איז ער אפגעפארן נאר פון די ברוטאלע באהאנדלונג דורך די יארן. אופען אפ ע ביט.
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 4:36 pm
דורך לאליפאפ
און זיין טאטע איז געווארן אנגעהאקט פון דעם מלמד'ס טאטע און פארדעם האט זיין חינוך נישט געטויגט.. שוין איך גיי נישט פאר יעדן מסביר'ן עקסטער אבער דעיס איז ביטער שעדליך.
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 4:44 pm
דורך איך אויך
אה פריער האב איך געזעהן די קליפ נאר אין קליין ,יעצט זעה איך די קליפ גרעסער זעהט מען ווי ער וויינט און אויך מערקט מען די אנדערע קינדער איז די בושות גרעסער.
אבער מיט דעם אלעם לאלי ידידי איז נאריש צו ציען א פעראלעל פון זיין יעצטע התנהגות צו יענע מלמד און גראדע בינעך היפש אפען.
דער ווידעא
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 4:48 pm
דורך היימישער ליטוואק
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 4:52 pm
דורך ביבער
אוי האט דאס געקלונגען, די באקן איז אים נאך יעצט רויטליך.
אגב איז מיר שוין אויך פארענטפערט געווארן פון ווי מנשה האט גענומען זיין נאמען צעףראסקעט.
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 5:33 pm
דורך שמעקעדיג
איך ווער שוואך ווען איך זעה עס.
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 5:38 pm
דורך [NAMELESS]
היימישער ליטוואק האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=jEsdZIFMXBk&feature=player_detailpage
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=jEsdZIFMXBk[/youtube]
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 5:41 pm
דורך ברסלבער
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:לאליפאפ האט געשריבן:אויב האט איר געזען די ווידיאו ווי א מלמד פון סקווירא האקט אן א קינד אין קלאס, אט האט איר די תוצאות! (נעמען וועט איר שוין זען אין WhatsApp)
רבותי הערט אויף מיט די ב"ש.
איך האב געהאט א רבי א רוצח האט געפראסקעט קינדער יעדער טאג כאילו ס'קומט אזוי. מער ווי איין מאל וואס ער האט צובראכן גלעזער, אדער קינדער זענען אהיים געגאנגען בלעק ענד בלוי,
נישט קיין איין קינד פונעם גאנצע קלאס איז אראפ פון וועג, אלע חסידישע וואילע אינגערלייט,
איינער וואס וויל אראפ גיין פון וועג אין דארף עס אויף וואס אנצוהענגען, נישט מער געדאכט מיין מלמד האט מיך געגעבן א פאטש 8 יאר אין עלף חדשים צירוק, וועגען דעים דריי איך זיך היינט מיט שוקצה'ס אין מחלל שבת..
קאמאן סטאפ די קרעפ. די ווילסט זיך ענז'וין די האלסט דער לעבן איז בעסער? נאו פראבלעם. זיי מוחל לאז די מלמד ארויס דערפון.
בדרך אגב בין איך צופרידען אז די היינטיגע רבי'ס שלאגן שוין נישט, אין כ'האלט סאיז געווען ראנג פון מיינע רבי'ס פון טיילען קלעפ
ווי דער עולם זאגט שוין, איז עס נישט די פאר פעטש, עס איז די גאנצע פארדעם און נאכדעם.
און באמת איז דאס נאך טיפער. עס איז נישט דוקא די פעטש, עס איז די טאָן מיט וואס אידישקייט ווערט איבערגעגעבן. קינדער קען מען נישט פאפן, זיי ווייסן גוט וואס דער מלמד איז באמת. אמאל זענען געווען אמת'ע ערליכע מלמדים יראי ה', זיי זענען טאקע געווען קריגס געליטענע און גע'רצח'ט די קינדער, אבער זיי האבן באמת געמיינט דעם אייבערשטן. ווען עס קומט אבער א מלמד וואס ער אליין האלט ביי גארנישט, און ער געבט אויס זיין כעס און רציחה אויף די קינדער, דאן באקומען די קינדער זייער א צומישטע מעסידזש וואס שאדט זיי זייער שטארק.
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 5:42 pm
דורך פישלע העררינג
אין סקווירא פארשט מען יעצט אויס - לויט דער סדר פון די זיצן - ווער עס איז דער ווידעא כאפער, ס'טייטשט קומען מיט א קאמערא אין קלאס?! די הנהלה זאגט שטרענג אז ווען דאס קינד וועט אפירקומען וועט ער זוכה זיין צו צוויי קלינגענדיגע מתנות יד פון דער מלמד. עקספיריענס האט ער דאך שוין...
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 6:25 pm
דורך קרעקער
איך קוק איבער די יוטוב איינמאל און נאכאמאהל און כדערמאן זיך ווי מיינע רביס פלעגען הארגענען 10000 מאל מער ווי דער מלמד מיט א רציחה
איך קען אבער נישט פארשטיין איין זאך, לאמיר לייגען אין די זייט חינוך שמינוך, ווי אזוי ווערט מען אזא רוצח? איך וואלט אין מיין לעבען נישט געקענט שלאגען א קינד אזאנע מערדעליכע מכות, אפילו ער טוט דעס ערגסטע אין די וועלט, ער איז דעך א קליין קינד, און דו ביזט א ריזיגע טאטע מיט שטארקע ביינער וואס האקט אריין אן רחמנות מיטען גאנצע כח
צו ווערט מען א מערדער ווען מען ווערט א מלמד? אדער ווערט מען א מלמד ווייל מאיז א מערדער?
איז עס א תאוה צו שלאגען קינדער?
א שאד א שאד אין מיינע צייטן איז נאכנישט געוועהן קיין קעמרעס אפצוכאפען די רציחות פון די מלמדים
איך האף נאר אז דאס וועט איינמאל פאר אלעמאל אפשטעלען, איך קען נישט טראכטען אויב מיין קינד זאל כאפען אזאנע שלעק
און זאל דעס זיין למען ישמעו ויראו יעדער מלמד וואס שלאגט קינדער מיט רציחה דארף אויסגעפראקט ווערען אזוי ווי א מאלעסטער, זאלען זיינע קינדער און איינקלעך עד סוף כל הדורות וויסען אז ער איז געוועהן א רשע און שלעגער וואס האט געמקלט קינדער, ער זאל זיך כאטש נישט ארומדרייען אין שוהל מיט א שיינע בארד, ער איז א קינדער בוטשער
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 6:34 pm
דורך שמעקעדיג
איך בין אלל די וועי מיט דיר קרעקער, אבער עס איז נישט אזוי פשוט "אפילו ער טוט דאס ערגסטע אויף דער וועלט", עס זענען פאראן קינדער אזוינע צרה-לייט וואס אן אנדער שפראך פארשטייען זיי נישט און נאר אביסל פון די סחורה מענטשלט זיי אויס.
אודאי טאר דאס נישט זיין אויף א דעילי בעיסיס אזוי ווי מיר זענען אויפגעוואקסן, אבער פאר עפעס א ריעזאן איז פאראן אזא זאך ווי מעניש זיין א קינד,
און דאס אז יענער איז א קליין קינד און דער איז א שטארקע טאטע איז נישט קיין אויסרייד, פארקערט, דאס איז מחסדי ה' ומנפלאות הבריאה אז מען זאל זיך קענען אנייצע געבן מיט די קליינע שטינקערס, שטעל דיר פאר אז דאס קינד איז אזא גרויסער ברייט-בייניגער ווי דער מלמד...
איך ברענג פשוט ארויס די אנדערע צד פון די מטבע, נישט אז איך גיב גערעכט פאר די מאסן רציחות פון וועלכע איך אליינס בין א קרבן.
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 6:46 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג, דו ווייסט אליינס אז איינער וואס קען חינוך, פארשטייט צו נפש הילד, דארף נישט צוקומען צו פעטש, ס'דא סאך בעסערע און מער ווירקזאמע וועגן צו דיסיפלינירן א קינד. טיילען אזעלכע פעטש ווייזט מער איבערן מלמד ווי אויפן קינד.
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 7:17 pm
דורך קאווע טרינקער
זעהנדיג דעם קליפ, קומען ארויף זיכרונות פון אמאל....
כ'כאפ זיך יעצט אז כ'האב א גוטע תירוץ צו פארן אראפ...
פוטסטעפ'ס נעמט אן פערציג יעריגע?