פסח איז אויפן וועג מיט א לענדסלייד, כמיין מען קען גנבענען די ווארט פון אלול אויף פסח "די אייער צוטערן ווען עס קומט צום יאנטעב פסח..." אקיצור דרעולם גרייט זוך מיט א פרישקייט לעידי פינגערס איטיסי, דריי קאלערדיגע סחורה כווייס נישט צו מען קען עס בכלל אנרופען קעיק..., אדער גאר קאלערפול אייער שפייז אבער דרעיקר איז אז מען צאלט פאר אזאנס טארט טייערער ווי א געבראטן שטיקל סטעיק, מיינע קינדער זענען שוין אנגעצויגן וואס וועט דא זיין,
זיי געדענקען לעצטע יאר ווען כבין געגאנגען צו מיין שווער ביים סדר אדער אנדערע סעודות זענען זיי ארויס הינגעריגער ווי זיי זענען אריין וואס קען איך טאן מיט זיי?
כזאל זיי מיט געוואלד אריינשטופען די פאלטשע פיש??
אדער גאר געבן צו זויפן די בארשט??
מיין שווער איז באמת אן אפגעהיטענער סיריעסלי נישט פון די סעקטער וואס ברויכן סאינטערנעט נאר פאר פרנסה ער מיינט עס ענרסט! און איך האב פאר אים דאס פולסטען ריספעקט ווייל ער מאכט נישט די אלע בלאשותעריי אבער איין זאך קום איך זיך נישט אויס מיט אים און איך קען אים נישט פארשטיין, דאס איז די נושא פון די פסח'דע פיצה אדער סיריעל ביי אים איז דאס א חוק ולא יעבור אין וואס זאל איך טאן אז לצערי איז דאס די איינציגסטע זאכן וואס מיינע קינדער קענען עסן יא דאס איז די סיטש סאיז קרעיזי באט איטס דע פעקט! קען מיר איינער מסביר זיין וואס מען וויל פון די תינוקת שלא חטאו?
אלע שרייען וועגן דעם אבער וואס האט דאס מיט אידישקייט א שייכות? ווער האט מחליט געווען אז מען דארף עס מאכן שווערער ווי סעאיז? פארוואס האלט נישט סאחדעס ביים געבן א הכשר אויף די סארט סחורה פארוואס האט זיך עס אפגעשטעלט ביי פאטעיטע טשיפס? מיט וואס קוקט פסח אויס מער פסחדיג נאר מיט דריי קאלערדיגע און נישט מיט קיין פיצה אדער סיריעל איך האב גראדע געפרעגט מענטשן וואס זענען יא אביסל אויפגעקלערט אינעם ענין זיי האבן מיר אלע גענטפערט אז זיי פארשטייען א חילוק אין זיי האבן צוגעלייגט משום חשש אז נאכאביסל גייט מען שוין מאכן פסחדיגע ברויט א-סעאיז שוין דא ב-אויב ווילסטו די קינדער זאלן זעהן א חילוק פון פסח אין א גאנץ יאר, אין אז די פיר קשיות זאל גיין מער געשמירט האב איך פאר דיר נייעס מיט די דריי קאלערדיגע קעיק האסטו שוין אלעס אוועקגעמאכט קאט די קרעפ, זיי פארשטייען נישט קיין חילוק אין איך ביידעוועי פארשטיי אויך נישט אבער ווען איך ברענג עס אריין און שטוב פסח פיל איך אביסל שלעכט אין איך פיל עס פאר א שטיקל קריים אינעם יאנטעב קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס? איז טאקע דא עפעס א ריזענעבל פראבלעם איז די אייבישטער נישט צו פרידען פון דעם עכ"פ מער ווי דריי קאלערדיגע? אדרבא כבעט אבער נאר ווער סעהאט צו ענטפערן זאל ענטפערן וד"ל
קען מיר איינער העלפן?? כבין אביסל צומישט מיטן פסח
- פסיכאלאג
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 89
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2013 9:42 am
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
קען מיר איינער העלפן?? כבין אביסל צומישט מיטן פסח
The question is not who will let me, its about who will stop me. I would rather choose heaven, were ever the hell that is