בלאט 1 פון 4

שמעון ד'זיגאן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 2:34 pm
דורך שטילע אינגערמאן
באלט נאכן קרוג איז געווען א געליציאנע איד מיטן נאמען ד'זיגאן.
ווען א היינטיגע בדחן שטעלע זיך אויף רעדן זאגט ער איבער אסאך וויצען פון ד'זיגאן בעיקור אויף די וויצען וואס די עולם לאכט.
חוץ פון דעים האט שמעון געוויסט גוט ווי אזוי אראפ צו לייגן א וויץ אז מ'זאל זיך קענען ווארפן פאר געלעכטער.
אזוי ווי איך פארשטייי איז ער אראף פון וועג נאכן מלחמה, אין וועגן דעים אסאך אפגעלאכט פון השי"ת אין אויך זאכן וואס זענען ביי אונז טייער.
וועדען דעים זענען אסאך פון זיינע טרעקס נישט אויס געהאלטן.

איך בין אבער נייגריג פון ווי שטאמט ער? טאמער ער איז געווען א חסידיש איד, ווער זיינע עלטערען זענען געווען, אין טאמער ער האט איבערגעלאסט היימישע דורות, אדער קונדער ליידער נישט היימיש.

דא האט איר א יו טוב קליפ פון ד'זיגאן
https://www.youtube.com/watch?v=E7MVpiP2AUI

https://www.youtube.com/watch?v=3mhq9Szof8M

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 2:51 pm
דורך איש עברי
ברם ייזכר לטוב רבי שמעון שהיה העולם שמם עד שבא רבי שמעון והחייה עצמות היבשות.

איך קען נישט פארגעסן ווי א עלטערע מלחמה איבערלעבער האט מיר פארציילט מיט טרערן אין די אויגן ווי נאכ'ן קריג האט ער געטראפן א נחמה אין שמעו'לע מיט זיינע וויצן, ער איז געווען א אויסגעלאשענע נשמה נאכ'ן פארלירן אלעס און איז געוועהן דעפרעסירט, ביז די השגחה עליונה האט אראפגעשיקט דעם שמעו'לע וואס האט אויפגעמונטערט דעם עולם, און אריינגעגבן א טעם אין לעבן,

איך ווייס נישט פארוואס מיר קומט עפעס נישט צו לאכן פון זיינע וויצן,
גראדע לעצטנס שפילט מען איבער שימעלע'ס טעאטער שטיק אין די ישראל'דיגע טעלעוויזיע, ווי אלס שימעלע שפילט דער באקאנטער שפילער דוב'עלע גליקמאן וואס מיר אלע קענען אלס שלום שטיסל פון די "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:08 pm
דורך אפטעמיסט
איינע פון זיינע גוטע שטיקלעך:

"ס'שטייט אין די תורה אז מרים הנביאה האט געשפילט אויפן פויק פאר די אידן, כא! א גרויסע מציאה. קען מיר אפשר איינער זאגן ווער ס'איז אינטערעסירט צו זעהן א פינעף טויזענט יעריגע נקבה שפילן אויף א פויק?!?!

ויה"ר שיהא שפתותיו דובובות בקבר אמן כן יהי רצון.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:14 pm
דורך שטילע אינגערמאן
אפטעמיסט האט געשריבן:איינע פון זיינע גוטע שטיקלעך:

"ס'שטייט אין די תורה אז מרים הנביאה האט געשפילט אויפן פויק פאר די אידן, כא! א גרויסע מציאה. קען מיר אפשר איינער זאגן ווער ס'איז אינטערעסירט צו זעהן א פינעף טויזענט יעריגע נקבה שפילן אויף א פויק?!?!

ויה"ר שיהא שפתותיו דובובות בקבר אמן כן יהי רצון.


מער ווייניגר אזוי.....

מלאך מיכאל טרעפט א איד אין זאגט עיהם אז מ'ווילן וויסל אין עולם האמת טאמער די אידן ווילן משיח,
זאגט דער איד " פרעגסט מיר? גיי צירוק ארויף אין דריי נישט קיין קאפ. אונז דארפן נישט משיח, די ווייסט ווואס אלץ איז דא אויף דער ווועלט? קאסינא. שיקצעות וגו' אי אפשר לפורטים כי רבים הם"
זאגט מלאך מיכאל וואס רעדזטו? די ווייסט וואס מיינט עסען א סעודת לוויתן? אין זעהן מרים הנביאה טאנצט?
זאגט דער איד "הע? פאר דעים דארף איך משיח? צו זעהן א פיר טויזעט יעריגע פרוי הייבט א פיס?"

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:25 pm
דורך איש עברי
לגופו של ענין ער איז געבוירן ביי א פרומע משפחה אין לאדש ער איז אין זיין יוגנט אראפ פון וועג

נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 12:11 am
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 8:27 am
דורך לאליפאפ
נאך די מלחמה?????? ער איז געווען פארן מלחמה מיין איך, עכ"פ אזוי האבעך אלץ געוואוסט. אביסל נאך די מלחמה אויך אין ארץ ישראל אבער כמיין פאר די מלחמה איז ער געווען ריזיג.

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 3:07 am
דורך משה נתן
איינער ווייסט אפשר א פלאץ ווי איך קען דאוינלאדן אלע זיינע סידיס ?
(בחונם)

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 8:19 pm
דורך berlbalaguleh
אפטעמיסט האט געשריבן:איינע פון זיינע גוטע שטיקלעך:

"ס'שטייט אין די תורה אז מרים הנביאה האט געשפילט אויפן פויק פאר די אידן, כא! א גרויסע מציאה. קען מיר אפשר איינער זאגן ווער ס'איז אינטערעסירט צו זעהן א פינעף טויזענט יעריגע נקבה שפילן אויף א פויק?!?!

ויה"ר שיהא שפתותיו דובובות בקבר אמן כן יהי רצון.

אבער ווען זי האט געשפילט אויפ'ן פויק איז זי נישט געוועין פינעף טויזנט יאר אלט.
ס'איז דא א סאך פרומע תורה'ס אויף דעים. איינס וואס איך געדענק איז, אז מרים האט פארדעים געשפילט אויפ'ן פויק ווייל ס'איז דאך באוואוסט אז "קול באשה ערוה",האט זי געשפילט אויפ'ן פויק אז מ'זאלל נישט הערן איהר קול...ודו"ק...!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 8:23 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:http://en.wikipedia.org/wiki/Shimon_Dzigan

לויט ווי איך האב געהערט האט ער שוין געשפילט אין אידישן טעאטער נאך פאר די וועלט מלחמה...!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:52 pm
דורך לאליפאפ
berlbalaguleh האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:http://en.wikipedia.org/wiki/Shimon_Dzigan

לויט ווי איך האב געהערט האט ער שוין געשפילט אין אידישן טעאטער נאך פאר די וועלט מלחמה...!

כמו שכתבתי לעיל

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:29 pm
דורך ציבעלע-קיגל
אפטעמיסט האט געשריבן:איינע פון זיינע גוטע שטיקלעך:

"ס'שטייט אין די תורה אז מרים הנביאה האט געשפילט אויפן פויק פאר די אידן, כא! א גרויסע מציאה. קען מיר אפשר איינער זאגן ווער ס'איז אינטערעסירט צו זעהן א פינעף טויזענט יעריגע נקבה שפילן אויף א פויק?!?!

ויה"ר שיהא שפתותיו דובובות בקבר אמן כן יהי רצון.


אפגעהארגעט!

ער רעדט מיט א מלאך וועגען וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען.
זאגט ער... משה רבינו זאגט תורה... מרים הנביאה טאנצט...
פאר דעם דארף איך ווארטען? צו זעהן א 5,000 יעריגע אידענע הייבט א פיסל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 10:32 am
דורך Kool man
את חטאי אני מזכיר, איך פלעג הערען זיינע קאסעטען אין די יוגענט, ער'ז א מנובל, און א עקעלדיגע אפיקורס, און רעדט צאם כל דבר אסור על ה' ועל משיחו, אביסעל גוטע ווערטער, עפ"י רוב אויסגעמישט מיט שמאלציגע ניבול פה, אבער ס'רוב מאהל קומט עס גארנישט צום לאכען נאר צו וויינען, איצט פוילט ער ערגעץ אין א קבר אין מיטעל מזרח :|

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 10:38 am
דורך סאשי פיש
א ברינעם פון ווי דו האסט גענומען וואסער,ווארף נישט דארטען א שטיין.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 10:41 am
דורך פישלע העררינג
את חטאיך של היום תזכיר לך היום. אסור לספר אחר מיטתו של אדם, און בפרט א איד וואס האט מיטגעמאכט שבעה מדורי גיהנום און נאך אפאר יאר אין סיביר'ישע גיהנום, און נאך אלעמען האט ער נאך באוויזען ארויפצוברענגען א שמייכעל אויף די לעפצן פון די עצמות יבישות נאכ'ן קריג.

אל תדון את חבירך עד שתגיע ח"ו למקומו.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 10:45 am
דורך Kool man
סאשי פיש האט געשריבן:א ברינעם פון ווי דו האסט גענומען וואסער,ווארף נישט דארטען א שטיין.


א ברונעם וואס איז פאר'סמט זאלסטו ווארענען אלעמען חלילה נישט צוצוגיין

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 10:47 am
דורך Kool man
פישל'ע העררינג האט געשריבן:את חטאיך של היום תזכיר לך היום. אסור לספר אחר מיטתו של אדם, און בפרט א איד וואס האט מיטגעמאכט שבעה מדורי גיהנום און נאך אפאר יאר אין סיביר'ישע גיהנום, און נאך אלעמען האט ער נאך באוויזען ארויפצוברענגען א שמייכעל אויף די לעפצן פון די עצמות יבישות נאכ'ן קריג.

אל תדון את חבירך עד שתגיע ח"ו למקומו.


וואו איז די מקור אז ס'יז אסור לספר אחר מיטתו של אפיקורס, כ'האף ער'ט אמאהל תשובה געטוהן, אפשר בפתחו של גיהנם, אבער ליידער איז ער עד היום הזה א נעבעך א מחטיא את הרבים, כ'שוין אים זייער שטארק, אבער ס'מאכט אים נישט אויס שייגעץ :ugeek:

נ.ב. כ'אב אים נישט דן געוועזען, כ'אב געזאגט דברים כלויתן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 10:49 am
דורך סאשי פיש
אויב איך מעג פרעגן וואס איז די אפטייטש פון די ווארט ״שייגעץ״ ?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 10:56 am
דורך סאשי פיש
Kool man האט געשריבן:
סאשי פיש האט געשריבן:א ברינעם פון ווי דו האסט גענומען וואסער,ווארף נישט דארטען א שטיין.


א ברונעם וואס איז פאר'סמט זאלסטו ווארענען אלעמען חלילה נישט צוצוגיין

דו נישט. אפשר א צווייטער יא!

משה רבינו האט נישט געשלאגען די טייך ביי דם. און נישט די שטויב ביי כינים.

זוך דיך אנדערע מצוות, א דאנק.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:09 am
דורך Kool man
סאשי פיש האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן וואס איז די אפטייטש פון די ווארט ״שייגעץ״ ?


אל כבוד ידידי היקר סאשי פיש, נאר אביסעל וואס מיינט שייגעץ {בא"י: שגץ, במאנרא: שייגאץ} :
אמר רבי חנן בר רבא הכל יודעין כלה למה נכנסה לחופה אלא כל המנבל פיו אפילו חותמין עליו גזר דין של שבעים שנה לטובה הופכין עליו לרעה. אמר רבה בר שילא אמר רב חסדא: כל המנבל את פיו מעמיקין לו גיהנום. – מסכת שבת, ל"ג, ע"א

א. מִי שֶׁמְּדַבֵּר נִבּוּל פֶּה, בְּיָדוּעַ שֶׁלִּבּוֹ חוֹשֵׁב מַחֲשָׁבוֹת אָוֶן.
ב. עַל יְדֵי נִבּוּל פֶּה בָּא חֲנֻפָּה.
ג. בַּעֲווֹן נִבּוּל פֶּה צָרוֹת וּגְזֵרוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת, וּבַחוּרֵי יִשְׂרָאֵל מֵתִים, חַס וְשָׁלוֹם, וִיתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת צוֹעֲקִים וְאֵינָם נַעֲנִין.
ד. הַמְנַבֵּל פִּיו, אֲפִלּוּ חוֹתְמִין עָלָיו גְּזַר דִּין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה, הוֹפְכִין עָלָיו לְרָעָה, גַּם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵיהִנּם, גַּם לַשּׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק.
ה. חָמוּר הַאוֹמֵר בְּפִיו מִן הָעוֹשֶׂה מַעֲשִֶׂה. ספר המידות-ניבול פה חלק א

דארפסט נאך מראה מקומות אויף א אפיקורוס אויכעט אז ר'הייסט א שייגעץ, אדער רשע אויב ס'דיר בעסער?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:16 am
דורך Kool man
סאשי פיש האט געשריבן:
Kool man האט געשריבן:
סאשי פיש האט געשריבן:א ברינעם פון ווי דו האסט גענומען וואסער,ווארף נישט דארטען א שטיין.


א ברונעם וואס איז פאר'סמט זאלסטו ווארענען אלעמען חלילה נישט צוצוגיין

דו נישט. אפשר א צווייטער יא!

זיי נישט ברוגז, נישט גערעדט צו די זאך

משה רבינו האט נישט געשלאגען די טייך ביי דם. און נישט די שטויב ביי כינים.

ווייל משה רבינו איז שולדיג געוועזען הכרת הטוב פאר די וואסער, משא"כ דא וואס דער באם האט נישט מער ווי פאר'סמט מיין יונגע קאפ [אזוי ווי נאך טויזענטער יודישע קעפ] בין איך אים שולדיג א גוטען קאפע פון די הונטען

זוך דיך אנדערע מצוות,

די הדרכה וואס איך זאל טוהן וועל איך נעמען ביי גרעסערע פון דיר, אולי ואפשר קען איך דיר זאגען צוהערען דיינע אייגענע ווערטער, און דו זאלטס אויכעט זוכען אנדערע מצוות ווי זיך אננעמען פאר א אפיקורס און לאנגיעריגע מחטיא את הרבים, כ'אב נישט באמערקט די רעספעקט און כבוד פאר אנדערע עהרליכע און פרומע יודען שומרי תורה ומצוות
א דאנק.

נישטא פארוואס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:26 pm
דורך שלמה המלך
דער הייליגער חפץ חיים האט נאך אזוי ליב געהאט א איד ווי אונז אלע, און אויסגעלערענט און אליין דן געוועהן איעדען יוד לכף לכות, עכ"ז זאגט ער קלאר די הלכה אז אויף אן אפיקורס טאר מען נישט דן זיין לכף זכות נאר אדרבה ווי מער רעדען שלעכטש אויף אים.... ער זאגט מ'דארף ניטאמאל מברר זיין צי ער איז טאקע געוועהן א אפיקורס אדער נישט... סאררי אבער אזוי זאגט די חפץ חיים!
(נ.ב. מיין באבע פלעגט הערן די ראדיו און דאדורך זיך מחזק געוועזעהן מיט זיינע וויצען - אבער ער איז פארט געוועהן אן אפיקורס און א לץ! ללא ספוק)

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 4:14 pm
דורך סקרן
שמעון דזיגאן האט עדות געזאגט צום באבובער רב אז זיין ברידער ר' חיים יהושע איז ג'הרגט געווארן אין קריג
אבער באבובער רב האט נישט געוואלט מקבל עדות זיין פון א לץ