בלאט 1 פון 4

קאמפלימענטן וכו' וגו' ודוק וק''ל וד''ל

נשלח: מוצ"ש מערץ 22, 2014 11:35 pm
דורך כוכב
אן אשכול וואו מגייט גיסן קאמפלימענטן לרצחה.
צומאל מערקט מען א ניק וועמען ס'קומט זיך א גלעט אין די בארד (קרעדיט: אפטע) זאל זיין אן אדרעס ווי.
לעצטענס דרייט זיך דא א [tag]שטילע אינגערמאן[/tag] מיט א ציפעדיגע סענס אוו יומער, כמעט יעדע תגובה זיינע קאסט מיר א אשפג
שטילע וואסער גראבען טיף, די גיי נאר אן פול פארס.

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 12:46 am
דורך מאראנצןזאפט
א קאמפלימענט פאר [tag]כוכב[/tag] פאר'ן גרינדן דעם פאסיגן אשכול.
א קאמפלימענט פאר [tag]ביבער[/tag] פאר'ן מקיים זיין דעם לא תגורו מפני איש.
א קאמפלימענט פאר [tag]שאולי[/tag] פאר'ן נישט באגראבן זיין האר אויפשטעלנדע לעבנס געשיכטע אונטער א ים פון פיין און אנגסט, נאר דאס ארויפברענגען צום אויבערפלאך שילמדו תועים בינה .

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 1:22 am
דורך דריידל
קאמפלימענט פאר [tag]כוכב[/tag] פאר עפענען די אשכול
קאמפלימענט פאר[tag]מאראנצןזאפט[/tag] פאר קאמפלימענטן כוכב

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 1:28 am
דורך כוכב
א קאמפלעמענט פאר דריידל פארן קאמפלעמענטן מאראנץ פארן קאמפלימעננטן כוכב.
חחחחח אויס דעיס א גוטס.

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 1:30 am
דורך רויטע וואנצעס
ער טוט וואס א דריידל דארף צו טוען.

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 1:34 am
דורך שמעקעדיג
כוכב האט געשריבן:אן אשכול וואו מגייט גיסן קאמפלימענטן לרצחה.

וואס מיינט קאמפלימענטן לרצחה? רחמנא ליצלן

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 1:36 am
דורך כוכב
צל לרחצה וקל ודל ודוק.

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 2:14 am
דורך שמעקעדיג
איך וויל דא אויסדרוקן מיין קאמפלימענט און לאוו אטאקע צו אונזער זקן החבורה, בערל באלעגאלע. יעדע תגובה'לע זיינע באשטייט פון שיינע עפיזאדן און זיסע אנעקדאטן, ווערטלעך מיט מליצה'לעך, מיט אן אמת'ן טעם זקנים, אפילו ווען ער בייזערט זיך קאסט עס א שמייכל, און ווער רעדט נאך פון די סמייליס וואס זענען כתרי ריעין דלא מתפרשין, ווען איך זעה א סמיילי אין א צווייטנס תגובה שרייעט זיך מיר ארויס פון מויל מיט פאטאס: "סמיילי סמיילי ווי איז דיין בערל"? :roll: :) :P

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 2:18 am
דורך שטילע אינגערמאן
כוכב האט געשריבן:לעצטענס דרייט זיך דא א @שטילע אינגערמאן מיט א ציפעדיגע סענס אוו יומער, כמעט יעדע תגובה זיינע קאסט מיר א אשפג
שטילע וואסער גראבען טיף, די גיי נאר אן פול פארס.

כ'האב טרערן אין די אויגן פאר שמחה.
ווער האט אמאל געגלייבט אזא שטילע ווי [tag]שטילע אינגערמאן[/tag] וועט אמאל מאכן מענטשען שמייכלען?
כ'ווייס נישט וועם צו דאנקען אבער א דאנק קאווע שטיבעל אין אלע חשובע ניק'ס בין איך געווארן אסאך ווייניגער שעמעדיג,
כ'האב אנגעהויבען מיט לייגן א תגובה איין מאל א וואך מיט ציטערדיגע הענט אין נאך א שטיק צייט שוין איינמאל א טאג, אין היינט נישט מער געדאכט שרייב איך ווואס איך וויל.
לאמער האפן אז דאס וועט האבן א השפה אויף מיין ריעל לייף, אין אפשר איין טאג וועל איך זיך ערלויבען צו ענטפערן אמן הויך אויפן בעל תפילות ברכות,
שקויח [tag]כוכב[/tag] אויפן קאמפלימענט. מיין וואך האט זיך שוין אנגעהויבען מיט די רעכטע פיס.

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 2:35 am
דורך טיטאניק
עס האט זיך גענדיגט מיטען רעכטען פיס
די וואך הייבט זיך אן מארגען צוועלעף אזייגער שחרית מנין

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 3:12 am
דורך דריידל
שמעקעדיג האט געשריבן:איך וויל דא אויסדרוקן מיין קאמפלימענט און לאוו אטאקע צו אונזער זקן החבורה, בערל באלעגאלע. יעדע תגובה'לע זיינע באשטייט פון שיינע עפיזאדן און זיסע אנעקדאטן, ווערטלעך מיט מליצה'לעך, מיט אן אמת'ן טעם זקנים, אפילו ווען ער בייזערט זיך קאסט עס א שמייכל, און ווער רעדט נאך פון די סמייליס וואס זענען כתרי ריעין דלא מתפרשין, ווען איך זעה א סמיילי אין א צווייטנס תגובה שרייעט זיך מיר אויס פון מויל מיט פאטאס: "סמיילי סמיילי ווי איז דיין בערל"? :roll: :) :P


איך ווינדער מיך שוין לאנג פארוואס בערלבעלעגלה לייגט נישט די סמייליס אין זיין חתומה אזוי וועט ער דאס נישט דארפן אריינקלאפן ביי יעדע תגובה באזינדער.

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 6:08 pm
דורך berlbalaguleh
דריידל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:איך וויל דא אויסדרוקן מיין קאמפלימענט און לאוו אטאקע צו אונזער זקן החבורה, בערל באלעגאלע. יעדע תגובה'לע זיינע באשטייט פון שיינע עפיזאדן און זיסע אנעקדאטן, ווערטלעך מיט מליצה'לעך, מיט אן אמת'ן טעם זקנים, אפילו ווען ער בייזערט זיך קאסט עס א שמייכל, און ווער רעדט נאך פון די סמייליס וואס זענען כתרי ריעין דלא מתפרשין, ווען איך זעה א סמיילי אין א צווייטנס תגובה שרייעט זיך מיר אויס פון מויל מיט פאטאס: "סמיילי סמיילי ווי איז דיין בערל"? :roll: :) :P


איך ווינדער מיך שוין לאנג פארוואס בערלבעלעגלה לייגט נישט די סמייליס אין זיין חתומה אזוי וועט ער דאס נישט דארפן אריינקלאפן ביי יעדע תגובה באזינדער.

ווייל ר'איז א פארצייטישער יוד און א יעדע טעכנישע זאך איז איהם קשה כקריעת ים סוף. :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :o

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 9:12 pm
דורך כוכב
און די קאמפלימענט פונעם טאג גייט פאר: [tag]לאליפאפ[/tag].
און א אומעטיגע טאג וואס [tag]שמעקעדיג[/tag] האט שוין ווייטער געהאט צו וויינען אויף צרות ישראל און [tag]עפל סדר[/tag] און [tag]בעלזער חסיד[/tag] האבן זיך געקלאפט אין פלייצע איינער די אנדערע און אלעס אנדערש איז געפאפן, האט לאליפאפ געעפענט א זיסע אשכול איבער פאראדיס.
צום ערשט ווען ער האט אנגעהויבן רעדן פון אידישע סינגלס בין איך געווארען אווערלי עקסייטעד, כאמעך אבער באלד בארואיגט.

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 9:22 pm
דורך לאליפאפ
כוכב האט געשריבן:און די קאמפלימענט פונעם טאג גייט פאר: [tag]לאליפאפ[/tag].
און א אומעטיגע טאג וואס [tag]שמעקעדיג[/tag] האט שוין ווייטער געהאט צו וויינען אויף צרות ישראל און [tag]עפל סדר[/tag] און [tag]בעלזער חסיד[/tag] האבן זיך געקלאפט אין פלייצע איינער די אנדערע און אלעס אנדערש איז געפאפן, האט לאליפאפ געעפענט א זיסע אשכול איבער פאראדיס.
צום ערשט ווען ער האט אנגעהויבן רעדן פון אידישע סינגלס בין איך געווארען אווערלי עקסייטעד, כאמעך אבער באלד בארואיגט.

עלאעל!! האסט נישט באמערקט אז ס'איז אין מוזיק נישט אין מאחורי?

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 11:19 pm
דורך רויטע וואנצעס
כוכב האט געשריבן:ווען ער האט אנגעהויבן רעדן פון אידישע סינגלס בין איך געווארען אווערלי עקסייטעד.


:lol: :lol: :lol:

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 12:01 am
דורך כוכב
און די קאמפלימענט פונעם טאג גייט געוויס פאר [tag]אבטולמוס[/tag] וועלכער האט אהערגעשטעלט אן עבודה תמה ונשגבה מיט'ן צייגן ווי ווייט די וואס פרעדיגן צאי לך בעקבי הצאן זענען פארקראכן און טוען אלס מער אפנויגן פון די פשוט'ע מענטשליכע סאציאלע באציאונגען פון אבותינו ורבותינו עלי דרך לא דרך שלא שערום.
א ישר כוחם.

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 12:14 pm
דורך טעפל
און פאר [tag]כוכב[/tag]'ן אן עקסטערע קאמפלימענט פאר'ן אינזין האבען דעם עולם דא..

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 7:53 pm
דורך כוכב
די שטים בודקעס זענען נאך אפן, ווער האט אן איבערזיכט, וואס זאגט דער עולם, וועמען דארף מען היינט קאמפלעמענטירן?

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 8:21 pm
דורך כוכב
און די קאמפלעמענט פון די טאג גייט פאר [tag]שמעקעדיג[/tag] וועלכער האט מיט זיין נשיאת חן דערגרייכט זיבן טויזנט לייקס.
יעדע פון די לייקס פארציילט אונטער זיך א געשיכטע פון א חבר וואס האט אויסגעדרוקט הכרת הטוב פאר א גוט ווארט אן עצה טובה, א פשרה אינמיטן א היציגן ויכוח, אדער סתם א דאנק פארן ארויפברענגען א שמייכל אויף די לעפצן.

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 9:49 pm
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:און די קאמפלעמענט פון די טאג גייט פאר [tag]שמעקעדיג[/tag] וועלכער האט מיט זיין נשיאת חן דערגרייכט זיבן טויזנט לייקס.
יעדע פון די לייקס פארציילט אונטער זיך א געשיכטע פון א חבר וואס האט אויסגעדרוקט הכרת הטוב פאר א גוט ווארט אן עצה טובה, א פשרה אינמיטן א היציגן ויכוח, אדער סתם א דאנק פארן ארויפברענגען א שמייכל אויף די לעפצן.

טוה א טובה און זיי נישט מפריז בשבחו פון אינזער באליבטן הרב שמעקעדיג. ווייל ער זיצט דא. (קוק.) (שרעק דיך נישט שמעקי. מיין קעמרע ארבעט נישט ביז דיין דירה. ס'נאר א ווערטל.). און זיין פנים איז רויט פאר בושה. ער פילט אזוי ווי א איד וועלכער שטייט ביי א ישיבה דינער און איז גרייט איבערצונעמען א "פלעק" פון די הנהלת הישיבה. מיט'ן נארישן (אנטשולדיגט) שמייכל אויפ'ן פנים. ער הערט אויס דעם גאנצן "שבחין אסדר" און בלינקט נישט מיט א אויג. אפילו ווען דער טשערמאן שרייט אויס הויעך, אז א חוץ פון זיין א גרויסער בעל צדקה וחסד און ת"ח, פארשטייצעך. און עניו. (און וואס נישט?) איז ער נאך א הצנע לכת. (אליין געהערט ביי א מלוה מלכה.) און ר'רירט נישט מיט קיין אבר. ס'איז ממש צו באוואונדערן. אבער דאך. וויפיל קען דען א מענטש אויסהאלטן?! :roll: :lol: :P :oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :o

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 10:03 pm
דורך שמעקעדיג
ר' בערל, איין בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער, דיין גאנצע לאנגע תגובה קען מען דיסקרייבן מיט איין סמיילי: :oops:

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 1:22 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:ר' בערל, איין בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער, דיין גאנצע לאנגע תגובה קען מען דיסקרייבן מיט איין סמיילי: :oops:

מהאי טעמא האמיר טאקע געלייגט פון די "פארשעמט" סמייליס בשפע. דו זאלסט כאטש זיין א מיליאנער.... :lol: אבער מ'מוז דאך אביסל ארויסברענגען דעם דבר ה' ביים דינער לטובת מוסדותינו הק'... :D :) ;) :roll: :lol: :o :מלאך :רח"ל :רח"ל :רח"ל :קלאטש :קלאטש :קלאט

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 10:22 am
דורך טעפל
[tag]כוכב[/tag] אפשר היינט פאר'ן בעלעגלה????