בלאט 1 פון 2
אידישע סינגלס און Parody ניגונים!
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 11:52 am
דורך לאליפאפ
די אשכול איז פאר סינגלס. דאס איז א זאך וועלכע איז גאר פארשפרייט אינעם גויש'ן עולם הנגינה אבער האט זיך אלעמאל אויך געפינען ביי אונז און ווערט יעצט שטארק פארמערט ביי אונז, דאס ארויסגעבן א גאנצן אלבום מיט מערערע לידער איז א זאך וואס ווערט באטראכט אלץ פרימיטיוו און אין א וועג ווערטלאז.
אין די היינטיגע עפאכע איז א דיסק נישט קיין שטארקע מקור חיונה פאר א בעל מנגן, ממילא האט זיך פארשפרייט די געדאנק פון ארויסגעבן אן אייצלנעם ליד אויף א מאל, אממערסטנס איז דאס בחינם, און ברענגט אסאך פאפולאריטעט פאר די ארויסגעבער.
דא אין שטיבל איז נאך נישט פארהאן אן אשכול אויסצושמועסן אזוינע איינצלעך, ממילא ווערן זיי פארפאלן פון די פעדערס פון די חברי השטיבל, איז גוט אז אין דעם אשכול זאל מען קענען אויסשמועסן אלעס איבער איינצלעך (סינגלס) פון ארגינעל אידישע מקורות און היימישע קאמפאזירער און זינגער.
ווי אויך האט זיך לעצטנס פארמערט די סטייל אז געוויסע נעמען א עלטערע צו א יונגערע גוי'שע לידל און מ'איז מיט געוויסע שמות און כוונות דאס אינגאנצן מהפך און מטהר און מ'ברענגט אריין דעם תנועה תחת כנפי השכינה, ווי שוין באקאנט פון די צייטן פון הרה"ק ר' אייזיקל קאליב'ער ולמעב"ק זכותם יגן עלינו, איז די אשכול אויך א פלאץ אהערצוברענגען די פרישע סחורה און אויסשמועסן בטוב טעם ודעת די היסטאריע דערפון, און ווער איז די בית דין וואס האט עס גע'טובל'ט.
איך הייב אן מיט דוד גבאי'ס נייע סינגל "בורא עולם" וואס איז ארויס די וואך, פארפאסט דורך ייצי וואלדנער, בייגעלייגט האט איר א
דאונלאעד לינק פאר דעם ליד.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 1:34 pm
דורך סלינקי
דודי קנאפלר (א נייע שטערן?) מיט א פרישע סינגל "עננו" אויך פארפאסט דורך ייצי וואלדנער לכבוד א חבר'ס חתונה
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=3Khq6DSVvds[/youtube]
Parody - א כוס א דזשאמבא!
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 7:43 pm
דורך לאליפאפ
א כוס א Jumbo איז ארויס געקומען לכבוד פורים 2014 דורך אברהמי קאליש, תולי ברילל, און יואלי ווייס, א חוט המשולש וואס זענען נישט ניי אינעם געביט פון מקרב זיין גוי'שע תנועות צו אידישע קינדער בעיקר אין פארעם פון לידער פאר חתונות!
דאסמאל זענען זיי אויפגעקומען מיט א אלטן לידל וואס איז אנגערופן Coco Jumbo און דאס קונצליך פארדרייט צום פורים קלינגעדיגן כוס א דזשאמבא..
דא האט איר א
דאונלאעד לינק פאר ווער ס'וויל נאך אריינכאפן עפעס שמחה דעם חודש אדר, און בייגעלייגט איז די קאווער פונעם Parody!
[אויפן בילד פונעם העכסטן אויף לינקס און אראפצור זענען:
אברהמי קאליש - וויליאמסבורגע בחור
יואלי ווייס - בארא פארקער יונגערמאן
תולי ברילל - בארא פארקע בחור]
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 7:45 pm
דורך sefish
ליידער, אינגאנצן ווי דער גוי. זיי זאגן אויך דארט דעם ש*ט ווארט
ותמיד נספר - שרולי וויינבערגער
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 7:56 am
דורך לאליפאפ
ותמיד נספר איז געווארן קאמפאזירט דורך שרולי וויינבערגער א טאלאנטפולער זינגער און קאמפאזירער, און איז ארויסגעקומען נעכטן נאכט לכבוד זיין אייגענע חתונה, די סינגל איז געזינגן דורך דעם באקאנטן יואלי גרינפעלד און געשפילט דורך די סימפיני ארקעסטרא, אט איז פאר אייך א
דאונלאעד לינק.
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 6:30 am
דורך לאליפאפ
וואס האלט דער עולם וואס דרייט זיך אין מוזיק פארום?
איז אינטערעסאנט צו לייגן אלטע סינגלס און Parody'ס אדער נאר מכאן ואילך? לאמיר הערן וואס איר האלט.
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 12:36 pm
דורך ודי למבין
לאליפאפ האט געשריבן:וואס האלט דער עולם וואס דרייט זיך אין מוזיק פארום?
איז אינטערעסאנט צו לייגן אלטע סינגלס און Parody'ס אדער נאר מכאן ואילך? לאמיר הערן וואס איר האלט.
אין צוויי באזונדערע אשכולות.
שכח!
חד פינגווין חד פינגווין!
נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 8:29 pm
דורך לאליפאפ
דאס מאל איז עס די זמירות קווייער וועלכע האבן געבראכן די שטילקייט מיט א שניידנדע פאראדיע און מוזיק ווידיא אויף די פינגווין טאנץ - חד גדיא
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=6jCNAXcOsDc[/youtube]
פאלגנד האט איר די ווערטער וועלכע זענען גאר קונצליך און מייסטערליך אויסגעגראמט אויפן טאקט!
נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 8:49 pm
דורך יואליש
הערליך און קריעטיוו! די חד גדיא טאנץ.
אויב איז דאס ציגעלע ביים ענדע א עכטע, איז קאמיש אז א ליד ווי גאט אליין קומט זיך אנעמען פאר א ציג פון פעלד זאל פארוואנדעלט ווערן אין א סיבה צו וויי טוהן א ציג. אויב איז דאס נישט קיין עכטע ציג, וואלטן זיי געברויכט לייגן א דיסקלעימער, נאו גאוטס ווער הארמד אין דע פראדאקשאן או דיס ווידיאו.
דאס לעכטעלע - CME
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 7:41 pm
דורך לאליפאפ
חיים מאיר ערפס, המכונה CME, קומט ארויס מיט א ווארעמען סינגל - דאס לעכטעלע. פרעזענטירט דורך אברהמי בערקאו, איך האף עס דא אהערצולייגן ווען עס קומט אן צו מיר.
Bring Back Our Boys - גד אלבז
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 8:51 pm
דורך לאליפאפ
לאור די פארכאפונג פון די דריי בחורים אין ארץ ישראל, האט גד אלבז אין א גאר פלינקן מאוו, ארויסגעגעבן א סינגל Bring Back Our Boys, וואס פיטשערט אויך דעם מזרחי זינגער נפתלי כלפה,
דאונלאעד דא.
אליך ה' - מיילעך זינגער
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 9:07 pm
דורך לאליפאפ
אויפגייענדער שטערן און חתונות זינגער מיילעך זינגער האט ארויסגעגעבן א סינגל וועלכע איז איין ניגון פון זיין קומענדיגער אלבום אויף וועלכע ער ארבעט יעצט, מוזיק ערעינדזשמענט און פרעזענטעישן דורך שימי סקלאר. דא האט איר א
דאונלאעד לינק.
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 9:53 am
דורך פלעין יודיש
לאליפאפ האט געשריבן:חיים מאיר ערפס, המכונה CME, קומט ארויס מיט א ווארעמען סינגל - דאס לעכטעלע. פרעזענטירט דורך אברהמי בערקאו, איך האף עס דא אהערצולייגן ווען עס קומט אן צו מיר.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=W549iyHn7DM[/youtube]
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 8:08 am
דורך כוכב
די ווערטער זענען זייער גוט געשריבן און די גראמען זענען זייער שיין.
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 9:50 am
דורך outspoken
שיין, אבער ס'סאנד צו ברסלב.
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 6:41 am
דורך לאליפאפ
outspoken האט געשריבן:שיין, אבער ס'סאנד צו ברסלב.
מה הקשר?? קיין מילה ברסלב.
אברמי קאליש מיט תולי ברילל - באשעפער איך בין דיינס
נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:01 pm
דורך יין שרף
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=yxiV8gFUjfw[/youtube]
די זון איז פארביי מיט איר לעצטע שיין
אלס וואס איך שפיר איז וויטאג און פיין
פינסטערע טעג איינס נאכאנאנד
קיין שום טויש פון נעכטן ביז היינט
קער איך צו דיר
ווי אויפן רושיגען ים איינער אליין
קוק דיך אום אויף מיר
ווי נאר א טאטע קען פארשטיין
איך רעד צו דיר
דו ביסט אלס וואס איך האב
ווייל איך גלייב און דיר
השם אחד
און הארץ צישאסן דיפרעסט און פארקלעמט
עה ״נישט איך״
אינדרויסן א שמייכעל אלעס פארשוועמט
פאריאגט בייטאג
שלאף נישט נעכט
צו יענעם׳ס מיינונג
פארקויפט ווי א קנעכט
קער איך צו דיר
ווי אויפן רושיגען ים איינער אליין
קוק דיך אום אויף מיר
ווי נאר א טאטע קען פארשטיין
איך רעד צו דיר
דו ביסט אלס וואס איך האב
איך גלייב און דיר
השם אחד
ווי וואלט איך געווען
ווי אזוי אויסגעזעהן
ווען די שטייסט נישט ביי מיין זייט
די ביסט מיט מיר
אין די וועסט אייביג זיין...
ה׳ אחד
איך בלייב מיט דיר
ווי צימישט און פארלוירן
איך וועל נאר אמאל זיין
ווייל איך ווייס ביי מיר
אז די האסט יא א פלאן
ווען איך פארשטיי נישט צי דיר
פארשטייסטו צו מיר
קער איך צו דיר
ווען אין הארץ איך שפיר
ווי איך בין גארנישט ווערט
ווען אלס וואס איך זעה
ווייזט מיר נאר פארקערט
I turn to you
No matter where or what
I believe in you
Hashem Echad
I turn too youuuuuuuuuu
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 8:16 pm
דורך לאליפאפ
די ניגון איז א פארעדי פון I Turn To You פון Melanie C.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 9:11 pm
דורך לאליפאפ
אין אזא אשכול וואלט איך נישט אויסגעלאזט דעם אזוי אויפגעפיקטן לידל השם מלך דורך בעני און גד אלבז:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=z9mxV2KXclE[/youtube]
דאס איז א קאווער פונעם פראנצויזישן ניגון סע לא ווי:
(אכטונג: נשים)
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=5dWeeUIZFgA[/youtube]
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 9:28 pm
דורך איך אויך
לאלי כ'מיין עס פעלט דיר די הבנה וואס די ווארט 'פאראדיע' מיינט.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 10:43 pm
דורך לאליפאפ
איך אויך האט געשריבן:לאלי כ'מיין עס פעלט דיר די הבנה וואס די ווארט 'פאראדיע' מיינט.
כרגע איז עס מיין איינציגסטע וועג זיך אויסצודרוקן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:14 am
דורך סלינקי
דאכט זיך מיר מ׳רופט דאס א cover
נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:37 am
דורך לאליפאפ
סלינקי האט געשריבן:דאכט זיך מיר מ׳רופט דאס א cover
געטראכט דערפון, שכוח פארן באשטעטיגן.