אין די לעצטערע יארן האט באואינג (אמעריקאנע קאמפאני) געהאט א שטארקע אויבערהאנט איבער עירבאס (אייראפעאישע קאמפאני), בעיקר אין די גרעסערע, ברייטערע פליגערס. דער באואינג 777, וועלכע איז ארויסגעקומען ארום 20 יאר צוריק איז געווען, ווי פארשטענדליך, גאר א מאדערנער פליגער אנטקעגן זייערע פארגייער. כאטש די 2 ריזן ארבעטן כסדר שווער צו קאמפיטן איינער מיטן צווייטן פאר די שענסטע און בעסטע, און ווען איינער פון זיי ערצייגט א נייע פליגער וועט דער קעגנער צושטעלן עפעס דערקעגן מצדם – האט עירבאס דאס מאל גארנישט געענטפערט, נאר געבליבן מיט זייערע עלטערע פליגערס. זייער וויזיע איז געווען אז די מארקעט נויטיגט זיך אין דער צוקונפט אין א גאר גרויסן, סופער-דזשאמבא פליגער, נאך גרעסער פון דעם גיגאנטישן 747 פון באואינג, און איינמאל זיי ערצייגן אזא מעכטיגן פליגער, וועלן זיי זיין אין ביזנעס און לאכן פון דער וועלט.
זיי האבן דאן אנגעהויבן ארבעטן אויף דעם מאסיוון 2-שטאקיגן A380, וועלכע האט ערשטוינט יעדן איינעם, און איז כהיום יום די גרעסטע פאסאזשיר פליגער אויף דער וועלט, און קען ענטהאלטן (אויב מען וויל דווקא) איבער 800 פאסאזשירן! כאטש אין רוב עראפלאנען שטעלט מען עס אויס אין פארשידענע קלאסן, פאר א ס"ה פון "בלויז" 500 פאסאזשירן.
אבער ווי סוקסעספול דער עראפלאן האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין בנוגע דעזיין און אינזשענירינג, איז די ביזנעס סטראטעגיע געווען א מיאוס'ע דורכפאל און א גרויסע בראך. זייערע אנאליסטן האבן זיך גענארט, און די אוויאציע וועלט איז גאנץ ווייניג געווען אינטרעסירט אין אזא ריזיגן עראפלאן, וועלכע רוב עירפארט'ס איבער די וועלט קענען ניטאמאל אויפנעמען, און די וועלכע יא, האבן געדארפט איבערארבעטן זייערע טעקסי וועגן און ראנוועי'ס, בנוסף צו רע-ארגאניזירן און אויסשטעלן אנדערש די עירפארטס אז די געיט-וועיס זאלן קענען פארנעמען אזא ריזיגע מאסע מענטשן אויף אמאל, א זאך וואס איז קיינמאל נישט געווען בעפאר. און די סעילס פאר דעם פליגער זענען געווען פיל נידריגער ווי געראכטן, און דערמיט געמאכט דעם טייערסטן אינוועסטמענט אין די אוויאציע היסטאריע פאר א שטוינענדן דורכפאל. עס זעהט נישט אויס לעת עתה אז דער טייערער פראגראם וועט זיך אמאל אויסצאלן.
דערווייל האט באואינג פארגעזעצט ווייטער, און אנגעהויבן ארבעטן אפאר יאר צוריק אויפ'ן נייעם מיד-סייז 787 דריעמליינער עראפלאן (וועלכע וועט מיט די צייט ערזעצן דעם עלטערן 767). דער עראפלאן, וועלכע איז ארויסגעקומען קרוב צו 3 יאר צוריק, איז געמאכט פון א לייכטן קאמפאזיט פלעסטיק מאטעריאל, און גאר סאפיסטיקירטע פארגעשריטענע ענזשינ'ס, וואס אינאיינעם טוט דאס רעדוצירן ארום 20% געז פער פאסאזשיר, וואס דאס איז געווען א געוואלדיגע דורכברוך אינעם עולם האוויאציע, בפרט די לעצטערע יארן ווען די גאז פרייזן זענען געווען הימל-שרייענד הויך. און דעריבער זענען די עירליינס געווען גאר ענטוזיאסטיש פאר דעם נייעם 787, און די ארדערס זענען געקומען ווי מצה וואסער. און אחרי ככלות הכל, כדי נישט צו בלייבן שולדיג פאר עירבאס מיט זייער דורכגעפאלענעם A380, האבן זיי ערצייגט א נייע פארגעשריטענע און פארגרעסערטע ווערסיע פונעם 747 דזשאמבא (גערופן 747-8, דער נומער 8 צייגט אז דער פליגער טוט זיך אידענטיפיצירן מיט דעם נייעם 787 דריעמליינער, און אסאך נייע טעכנאלאגיע נאכקאפירט פון יענעם דעזיין). די סעילס פונעם נייעם 747 איז גראדע אויך גאר שוואך. הפנים די עירליינס ווילן ענדערש 2 מאטארדיגע פליגערס וועלכע פארנוצן ווייניגער געז.
אויסער דעם וואס די נייע פליגערס זענען גינסטיג פאר די עירליינס, איז עס ווי פארשטענדליך אויך פיל בעסער און געשמאקער פאר די פאסאזשירן, מיט מער אפענע לופטיגע קאבינעס, באקוועמערע זיצן, גרעסערע שאפעס אויבן, פארט שטילער, בעסערע קוואליטעט לופט און יומידעטי קאנטראל, גרעסערע פענצטער, מען קען טוישן די לייטינג צו פארשידענע קאלירן און נאכמאכן טאג/נאכט (וואס העלפט אקעגן דזשעט-לעג), פארגעשריטענע ענטערטעינמענט סיסטעמ'ס מיט גרויסע סקרינ'ס, א.א.וו.
עירבאס האט זיך געטראפן אין א דילעמא. די איינציגסטע קנאקעדיגע פליגער איז דער גרויסער 380 און דער פארלאנג איז שוואך, און ביי באואינג איז ביזנעס בומינג! (נישט אז באואינג האט זיך נישט געהאט אירע פראבלעמען און ביטערע שווערע חבלי לידה ביז דער 787 איז ערשינען כלול בהדרו, און ביז ממש לעצטנס האט זי זיך געפלאגט מיט די באטעריע סומאטאכע וועלכע האט פאראורזאכט רויך און פייער אינעם קאבינע; אבער דער פלאג האט זיך סוכ"ס אויסגעצאלט). אלזא האט עירבאס אנגעהויבן פעסט ארבעטן אויף א שפאגל נייעם עראפלאן וועלכע זאל זיין שוה בשוה מיט די נייעסטע פון באואינג – דאס איז דער נייער A350. בלויז איין שטאק, פלאץ פאר ארום 270 ביז 370 פאסאזשירן (ווענדט זיך וועלכע מאדעל, עס איז פאראן 3, 800-900-1000). למען האמת האט שוין עירבאס לאנג בעפאר גע'חלומ'ט צו ארבעטן אויף דעם פליגער, אבער מחמת סיבות שונות איז עס קיינמאל נישט געווארן אפראווד ביי די באהערדע, זיי האבן קודם געוואלט צוריקזעהן געלט פונעם גרויסן A380 בעפאר מען אינוועסטירט אויף א נייעם; אבער נאכן זעהן ווי באואינג רוקט זיך פאראויס און זיי בלייבן אינטערשטעליג, האבן זיי געגעבן דעם אקעי, והדבר יצא מפי המלך, מען זאל גיין ווייטער מיטן פראגראם, און מיעטן אדער ביעטן דעם 787.
ווי געווענליך האט עס אויך געליטן שוועריגקייטן ביים אנהויב, עס האט זיך פארשלעפט עטליכע מאל, אבער פארגאנגענע וואך, האט די אראבישע קאטאר עירוועיס זוכה געווען צו ערהאלטן דעם ערשטן A350, וועלכע וועט שוין פליען דעם קומענדיגן יאנואר. עירבאס האט שוין ערהאלטן 778 ארדערס אויף דעם נייעם פליגער.
גענוי ווי דער 787, איז דער A350 א דורכברוך אינעם עולם האוויאציע, מיט די מאדערנסטע טעכנאלאגיע. נייע סארט פליגלען (געדרייעט ביים עק), מער קאמפאזיט מאטעריאלן ווי דער 787 וואס מאכט עס גרינגער און שפארט די עירליין 25% גאז פער פאסאזשיר, אנשטאט די 20 פראצענט אינעם 787. אין פארגלייך צו דעם 787 זענען די פענסטער פונעם A350 נאך ברייטער (אויפן 787 איז עס העכער אבער שמאלער), פארמאגט מער סארטן ליכטיגקייטן, גראדערע ווענט וואס מאכט שפירן מער לופטיג און ברייט, און אביסעלע שטילער.
A350.jpg
בשעת די שורות ווערן געשריבן, ארבעט באואינג אויף די קומענדיגע-גענעראציע 777, וועלכע וועט זיין לענגער און ברייטער, און ארייננעמען ארום 400 פאסאזשירן, און וועט עווענטועל ערזעצן סיי דעם 747 דזשאמבא עראפלאן און סיי דעם יעצטיגן 777. עס וועט זיך רופן 777X, וועט אימפלעמענטירן אלע פארגעשריטענע טעכנאלאגיע פון דעם 787 מיט נאך נייערע טעכנאלאגישע מיטלען וועלכע ווערן אויספרובירט, ער וועט זיין דער לענגסטער פאסאזשיר פליגער, ווי אויך גאר ברייט – און כדי דער פליגער זאל נישט האבן קיין פראבלעם מיט די עקזיסטירענדע שמאלערע וועגן אין די עירפארטס, וועלן די פליגלען זיך קענען ארויפדרייען אדער זיך איינצוימען בשעת עס איז אויף דער ערד. עס איז ערווארטעט צו אנהויבן פליען אין יאר 2017 אדער 2018, און דערליווערן צו די עירליינס אין 2020 - אויב עס וועלן זיך נישט מאכן פרישע אומפאראויסגעזעהנע קאמפליקאציעס, ווי עס פאסירט רוב מאל.
הנה ימים באים.
דא האט איר א פריוויאו פון דעם קומענדיגן 777X, וואס באואינג ארבעט דערויף.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Fop6Qu2CN0E[/youtube]