בלאט 1 פון 2
סייענטיפישע סיבה פאר בריאת העולם
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 8:56 pm
דורך רויטע וואנצעס
אונז ווייסמיר אלע מפי ספרי קבלה און ספרים הק', די סיבה פאר בריאת העולם. נהמא דיכסופא, רוצה להשפיע, אין מלך בלא עם וכדומה. וואס איך בין אבער נייגעריג צו וויסן איז וואס, אויב עפעס, האט די סייענטיפישע קאמיונעטי צו זאגן איבער די סיבה פארוואס ס'דא א וועלט. וויאזוי, האבן זיי שוין אסאך געזאגט און געשריבן, שרייבן זיי אויכעט עפעס איבער די סיבה פאר בריאת העולם?
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 8:57 pm
דורך sefish
די סייענטיסטן זאגן אז אן בריאת העולם וואלט נישט געווען קיין סייענטיסטן...
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 8:59 pm
דורך פישלע העררינג
שיין.
נניח אז זיי האלטן אויך אז עס איז להנות בהם לבני אדם, איז דאס אבער נאר אלא מסובב אדער אפילו אלץ סיבה?
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 9:03 pm
דורך ביבער
פאר די זעלבע סיבה וואס די פייגל האט אראפגעמאכט אויף דיין היט און רעקל.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 9:04 pm
דורך רויטע וואנצעס
פישל'ע העררינג האט געשריבן:שיין.
נניח אז זיי האלטן אויך אז עס איז להנות בהם לבני אדם, איז דאס אבער נאר אלא מסובב אדער אפילו אלץ סיבה?
נניח אז זיי האלטן טאקע אזוי, פארוואס זאל דער בינג בענג האבן אזא סיבה?
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 9:07 pm
דורך ביבער
נאך איין סטעפ ווייטער און מען מעקט פאר מינות.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 9:09 pm
דורך איך אויך
[tag]גבאי שני[/tag] מען קען שוין יעצט אויך רואיג אוועקפירן צום כפירה'דיגן העמק דבר פארום.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 9:11 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]ביבער[/tag] ווי קומט אריין מינות. די ציל פון די אשכול איז נישט אויפצוווייזן אז זיי זענען גערעכט. פונקט פארקערט. אויב ס'איז צו טיף און קרום פאר אייך, אדער גאר מינות, ס'דא אנדערע אפטיילונגען. ביטע נישט אנמאכן ווי דער פייגל.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 9:28 pm
דורך ביבער
דו פרעגט וואס די סייענטיסטן האלטן אבער ווילסט נישט סזאל זיין כפירה? אתמהה!
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 9:33 pm
דורך מאטי
ס'איז נאריש צו פרעגן סייענטיסטן א סיבה צו בריאת העולם. סייענס באשעפטיגט זיך צו פארשטיין חוקי הטבע/פיזיקס, און נישט פילאזאפיע.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 9:37 pm
דורך רויטע וואנצעס
ביבער האט געשריבן:דו פרעגט וואס די סייענטיסטן האלטן אבער ווילסט נישט סזאל זיין כפירה? אתמהה!
די זהר זאגט ניהמא דיכסופא, ראשונים זאגן אין מלך בלא עם. די זהר איז א כופר ווייל ער האלט אנדערש ווי די ראשונים? להבדיל חכמי האומות וואס חז"ל זאגן אויף זיי, חכמה בגוים תאמין, בין איך פשוט נייגעריג וואס זיי האלטן איז די סיבה פאר די באשאף פון אזא וועלט מלא נפלאות. מ'רעדט נישט דא ווער, מרעדט דא פארוואס.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 9:47 pm
דורך ביבער
די תירוץ אויף דעם איז אז אן א מסובב איז נישט קיין סיבה, שי"ט העפפענס ווי מזאגט אויף אידיש.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 9:53 pm
דורך רויטע וואנצעס
מאטי האט געשריבן:ס'איז נאריש צו פרעגן סייענטיסטן א סיבה צו בריאת העולם. סייענס באשעפטיגט זיך צו פארשטיין חוקי הטבע/פיזיקס, און נישט פילאזאפיע.
לאמיך איבערשיקען די פאסט צום ריכטיגן אדרעסס, וואס זאגט סעקולער פילאזאפיע צום שאלה?
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 10:13 pm
דורך ביבער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:ס'איז נאריש צו פרעגן סייענטיסטן א סיבה צו בריאת העולם. סייענס באשעפטיגט זיך צו פארשטיין חוקי הטבע/פיזיקס, און נישט פילאזאפיע.
לאמיך איבערשיקען די פאסט צום ריכטיגן אדרעסס, וואס זאגט סעקולער פילאזאפיע צום שאלה?
שיק צו וועם דו ווילסט, לאמיך וויסן ווען דו פארשטייסט שוין די סייענטיפישע סיבה פאר בריאת העולם.
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 7:47 am
דורך פליקער
וואס ווילסטע פון די סייענטיסטן, וואס זענען זיי שילדיג אז עס איז געוועין א ביג בענג, אז די גאזן האבן זיך פערצאפאל באהאפטן, אז די אטאם'ס וואס האבן אימשילדיגערהייט קורסירט איש על אטאמיתו האבן זיך באהאפטן ווייל די פארצעס פון נאטור האט אזוי געוואלט, מיר ברויכן זיך פשוט פרייען אז זיי האבן געקענט מרוב חכמתם געוואויער ווערן די אלע זאכו, ברויכסטע נאך סיבות
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 9:12 am
דורך קאווע טרינקער
ווער זאגט ס'איז בכלל מעגליך צו וויסן?
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 10:35 am
דורך געפילטע פיש
איך פארשטיי נישט די שאלה. א סיבה איז נאר דא אויב ס'דא א מסבב, די סייענטיסן האלטן דאך נישט פונעם מסבב, ולסיבה מה זו עושה?
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 10:57 am
דורך רויטע וואנצעס
אמת, אסאך אדער רוב סייענטיסטען האלטן נישט פון א מסבב, אבער די גרויסע, איינשטיין מיט שפינאזע זאגן אז זיי ווייסן נישט קלאר, און זיי קומען צו מסקנות וואס זענען נישט דוקא כופר אין א מסבב. די שאלה באמת ווי מאטי האט שוין מעורר געווען, איז מער פילעזאפיש ווי סייענטיפיש. די שאלה איז וואס זאגט פעלעזאפיע אדער טהיאליזשי איבער די סיבה.
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 1:42 pm
דורך עסקן בדברים
פעלעזאפיע האט נישט קיין סיבה פאר בריאת העולם. אויב זיי גלייבן אז ס' שייך אז ס' דא א סיבה וועלן זיי זאגן אז מענטשן קענען נישט אנהייבן צו פארשטיין אזעליכע ענינים
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 1:45 pm
דורך יאיר
האדם לא נברא אלא להתענג. הפך בה והפך בה דכולא בה.
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 4:31 pm
דורך הוגה
יאיר האט געשריבן:האדם לא נברא אלא להתענג. הפך בה והפך בה דכולא בה.
שטימט נישט מיט די מציאות...
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 5:12 pm
דורך סודני
עיין במורה נבוכים , חלק א פרק ס״ט ״כך גזרה חכמתו״
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 6:12 pm
דורך ביבער
הוגה האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:האדם לא נברא אלא להתענג. הפך בה והפך בה דכולא בה.
שטימט נישט מיט די מציאות...
נישט אויף דעי וועלט כמובן. אדער אפשר יא? יאיר איז דא עפעס וואס מיר פארפאסן?