דער טאג בוך פון רבקה ליפשיץ

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

דער טאג בוך פון רבקה ליפשיץ

שליחה דורך בן תמליון »

עס איז אזוי שווער! זייער זייער שווער!... מיר זענען אלע אין טינקל.. איינער שטופט אונז... און שטופט.. מיר קענען נישט צוריק האלטן.. מיר זינקען... גאט העלף אונז ארויס פון דא!!! ליידער קומט נאך נישט קיין הילף... ווער ווייסט אויב עס וועט קומען אין צייט? אוי אלעס איז אין גאט'ס האנט!... וואס קענען מיר טוהן?... עס איז פינסטער און פארנעפלט ארום אונז!... עס איז שרעקליך טונקל און פארנעפלט.. דער נעפל גייט אריין אין מיין הארץ.. איך קען קוים אטעמען... אוי אוממעגליך.. מיר גייען זיך שטיקן.. אוי אביסל פרישע לופט.. אוי ווי שטארק מיר בענקען זיך נאך דיר. גאט! גאט! עס איז טראגיש הילפלאז.


זיבעציק יאר צוריק אין לאדזשער געטא, האט א 14 יעריק מיידל רבקה ליפשיץ, עלנד פאריתומה'ט אין לאדזשער געטא, האט געשריבן א טאג בוך פון אקטאבער 43' ביז אפריל 44' מיט אירע געדאנקען, געפילן, בענקענישן ווייטאגן און האפענונגען. רבקה האט מיטגענומען איר טאג בוך ביים ענטגילטיגן דעפאטירונג קיין אוישוויץ. דער ביכל האט געטראפן א רוסישע דאקטערין פון די רויטע ארמיי צווישן די אש פון די קרעמאטוריומס. דער טאג בוך איז געבליבן אין רוסלאנד ביים דאקטערין נישט וויסנדיק די ווערט פון דעם ביכל, עס איז אריבער צו אירע קינדער. נאך 70 יאר זענען די הארצריינסדע ווערטער פון א אינג מיידל ליידנדיק פון הונגער און קעלט, בענקענדיק נאך אירע עלטערן און געשוויסטער, דא פאר אונז צו ליינען.

רבקה איז געווען די עלטסטע טאכטער פון יאנקל און מרים שרה ליפשיץ, מיט פיר קלענערע געשוויסטער. ווען רבקה שרייבט דעם טאג איז זי שוין איבער דריי יאר אין געטא. דער טאטע איז געשטארבן אין יוני 41' נאכן ברוטאל ווערן צאמגעשלאגן פון די נאציס. די מאמע איז אוועק אין יולי 42' פון הונגער און מחלות. די קינדער זענען געווארן אדאפטירט ביים פעטער יוחנן א רב אין לאדזש, און מומע. יוחנן איז דעפאטירט געווארן קיין חעלמנא אין '42, די מומע הדסה איז געשטארבן אין געטא פון קרענק. רבקה'ס געשוויסטער אברמ'יק און תמר'קע זענען דעפאטירט געווארן ביי א אקציע אין 42'. געבליבן איז רבקה אליינס מיט די קוזינעס און איר טאגבוך. לאדזשער געטא איז געווען אייגנארטיק ווי יעדער האט געארבעט פארן רייך אונטער די אויפזיכט פון חיים מרדכי רומקובסקי, גערופן ליצמאנשטאט.

רבקה איז געווען א שטרענג רעליגעז קינד. גאט איז איז שטענדיק אויפן הארץ. זי פלעגט נאך אנטייל נעמען אין בית יעקב קלאסן ממש ביזן סאמע ענדע. די שיעורים און חיזוק לעקציעס פון אירע לערערינס האט איר באגלייט און מחזק געווען כסדר ווי זי שרייבט אין טאג בוך.

זעט למשל ווי רבקה באשרייבט דער יו"ט פסח אין תש"ד:

אפריל 11 1944 - ליצמענשטאט געטא

איך האב אזוי פיל צו שרייבן אז איך ווייס נישט ווי אנצפאנגען. עס איז פאראיבער דער צווייטער טאג פסח. וויאזוי איז געווען דער ערשטער טאג?.. וויאזוי איז געווען דער סדר?.. דער סדר?... וויאזוי האט עס געקענט זיין?... נעבעך! א סדר אן א טאטן! נישט נאר אן א טאטן אן מענער בכלל! לעצטן יאר איז אויך נישט געווען קיין מענער אבער די מומע איז דא געווען זי איז אן ערוואקסענע, זי האט געוואוסט אסאך. אבער היינט?... זי איז נישטא! עס איז אזוי זייער טרויעריק! גאט בין איך אזוי שולדיק אז האסט מיר אזוי באשטראפט? איך האב חבר'טעס אין שאפ וואס האבן טאטעס אבער זיי מאכן נישט קיין סדר. איך וואלט געהאט א סדר אויב דער טאטע.. אוי גאט!
אז מיין טאטע וואלט געפראוועט א סדר וואלט איך געווען אזוי פרייליך! נאכ'ן צווייטן סדר בין איך געווען אזוי טרויעריק! אוי!... איך האב געוואלט וויינען. צו טראכטן אז דער טאטע וועט מער נישט פירן א סדר.. עס טוט אזוי וויי.. איך האב געדאוונט צו גאט אז דער נעקסטער סדר זאל אברמי'ק פראווען.. אוי..
.

רבקה בענקט זייער צו איר משפחה, עלטערן אין געשוויסטער וואס זענען אוועקגעפירט געווארן. ספעציעל צו איר קליינע געשוויסטער:

קוקנדיק אויף וואס איז 'ווייט אוועק'
איך פיל מיין הארץ ווערט צודריקט
און איך פיל אזוי שלעכט..
איך טראכט איבער אברמיק און תמר'קע
וואו דער בייזער גורל האט זיי אוועקגעפירט
איך וויל זיי צוריק אזוי שטארק
ווי א בלום באדעקט מיט פרישע טוי
דערנאך האב איך חלומות, זיסע חלומות
איך זעה יעדן נעבן מיר
איך שיק זיי זיסע שמייכלען
איך פלאניר זייער עתיד..
אבער פלוצים דער שנירל
פונעם שטילן זיסן חלום איז צובראכן
דעמאלטס פיל איך זייער שלעכט
מיין הארץ טוט וויי פיל מיט געפיל..


נאך זוכענישן איז מען דערגאנגען אז רבקה האט איבערגעלעבט אוישוויץ און דעם טויטן מארש צו בערגן בעלזן, אבער איז געווען שוואך אין קראנק. איר לעצטע רעקארדירונג איז אין א שפיטאל אין דייטשלאנד ווי זי איז געלעגן באוואוסטלאז. זי איז ווארשיינליך געשטארבן עלנד אליין אין א שפיטאל אין דייטשלאנד אבער מען האפט נאך אז אפשר דאך האט זי יא איבערגעלעבט און אינפארמאציע וועט ארויפשווימען.

אינעם כמעט דעם לעצטן איינטראגע פון מארטש 11 '44 שרייבט רבקה:

א דאנק דיר גאט פארן פרילינג! דאנק דיק פארן דעם גוסטע! איך וויל נישט שרייבן אסאך וועגן דעם ווייל איך וויל עס נישט פארפאטשקען. אבער איך וועל שרייבן איין שטארק ווארט: האפענונג!

דער טאג בוך אין פארעם פון א בוך, מיט הוספות און נאטירונגען וועט זיין אוועילעבל מארטש 31. דער טעקסט פונעם טאג בוך איז אנליין ווי אויך איבער אלעס ארום.

http://www.rywkadiary.org/

דער טאג בוך געשריבן דורך אומשולדיקן בליק פון א 14 יעריג יתומה הינגעריק און קאלט, וואס איז יעצט נאך זיבעציק בדרך נס מן השמים אנגעקומען צו אונז, איז ווערט איר צו לערנען און ליינען פאר די קינדער. למען ידעו דור אחרון וואס אונזער פאלק איז אדורך און ווי בארבאריש די מענטשהייט קען פאלן. זכור ואל תשכח.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

אין אידיש כאטש?
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

שרייבער האט געשריבן:אין אידיש כאטש?


דער ארגינאלער איז געשריבן אין פויליש, זי ווארפט אבער אריין אידישע פראזן אסאך. עס איז איבערגעזעצט אין ענגליש אויפן דערמאנטן וועבסייט. מי יתן איינער זאל עס איבערטייטשן אויף אידיש.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

איך זע דאך דו האסט שוין עפעס מעתיק געווען, נו זיי ממשיך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן תמליון: און צו טראכטן אז היינט צו טאג איז פארהאן אומוויסנדע בהמות אדער בייזוויליגע חיות וועלכע קענען נאך נוצן אזא אויסדרוק ווי "די ציונים זענען ערגער פון די נאציס"...מ'דארף אזאלכע ברואים נעמען און ווייזן וואס אידן זענען אדורעך...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:בן תמליון: און צו טראכטן אז היינט צו טאג איז פארהאן אומוויסנדע בהמות אדער בייזוויליגע חיות וועלכע קענען נאך נוצן אזא אויסדרוק ווי "די ציונים זענען ערגער פון די נאציס"...מ'דארף אזאלכע ברואים נעמען און ווייזן וואס אידן זענען אדורעך...!

האט קיין שייכות ווייל גדול המחטיאו יותר מההרגו אפגעזען וויפל אכזריות די נאציס זענען באגאנגען האבן זיי נישט געזיכט אפצושמדן און און א וודאי נישט דאס איז געווען זייער ציל, משא''כ די ציונים איז זייער גאנצע ציל געווען צו אפשמדן,
איך ווייס די געפיל זאגט אנדערש אבער אונז האבן חז''ל וואס איז העכער
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עמעזאן האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:בן תמליון: און צו טראכטן אז היינט צו טאג איז פארהאן אומוויסנדע בהמות אדער בייזוויליגע חיות וועלכע קענען נאך נוצן אזא אויסדרוק ווי "די ציונים זענען ערגער פון די נאציס"...מ'דארף אזאלכע ברואים נעמען און ווייזן וואס אידן זענען אדורעך...!

האט קיין שייכות ווייל גדול המחטיאו יותר מההרגו אפגעזען וויפל אכזריות די נאציס זענען באגאנגען האבן זיי נישט געזיכט אפצושמדן און און א וודאי נישט דאס איז געווען זייער ציל, משא''כ די ציונים איז זייער גאנצע ציל געווען צו אפשמדן,
איך ווייס די געפיל זאגט אנדערש אבער אונז האבן חז''ל וואס איז העכער

ס'נישט אז וואס די ציונים האבן געטון איז נישט געפערליך. אבער פון דעים איז געוועין א סאך גרינגער זיך ארויסצודרייען. אויך האבן א סאך אידן אלס יחידים און אידישע ארגאניזאציעס געארבעט מיט גרויס מסירת נפש און חכמה, אזוי ווי "יד לאחים" און אנדערע, ארויס צו ראטעווען די אידישע קינדער פון זייערע הענט. און זיי האבן ב"ה א סאך מצליח געוועין. משא"כ, ביי די נאציס ימח שמם וזכרם, האט זיך קיינער נישט ארויסגעראטעוועט און קיין שום ארגאניזאציע פון די גויים אדער סיי וועלכע רעגירונג זיך אינטרעסירט איבער דעם גורל פון די אידן. אויך זענען די אידן א דורכגעגאנגען א סאך השפלות ובזיונות, א חוץ די הריגות...!
פארשפארט