בלאט 1 פון 1
לייטיש געלעכטער
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 7:26 pm
דורך ישובניק
אינטערעסאנט. זעט מיר אויס, דאס ווארט האט מיט לייטן גארנישט.
ווי עס זעט אויס, קומט עס פון דייטש - laut, וואס באדייט הויך - LOUD אויף ענגליש.
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 8:13 pm
דורך איש עברי
אויף דייטש הייסט א מענטש א לויטע Leute אין היינטיגע דייטש ווערט עס באנוצט נאר אלס לשון רבים אזויווי people אויף ענגליש
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 2:16 am
דורך ישובניק
וואס האט עס אהער?
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 7:53 am
דורך לאליפאפ
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 1:33 pm
דורך מאראנצןזאפט
[tag]ישובניק[/tag]
[tag]איש עברי[/tag] זאגט א פשוטע נקודה, אז לייטישער געלעכטער איז מלשון א לייטישער יונגערמאן וואס מיינט געוויס נישט א יונגערמאן מיט א הויכער שטימע.
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 4:08 pm
דורך ישובניק
טאקע דאס האב איך געוואלט אויסשליסן מיט מיין הודעה, אז ווי עס זעט אויס האט עס נישט קיין שייכות מיט לייטן, נאר מיט א הויכער שטימע. דאס דייטשע ווארט פאר LOUD איד אנדערש אויסגעלייגט און נישט דאס זעלבע ווי דאס דייטשע ווארט פאר PEOPLE, און לייטיש געלעכטער שטאמט, ווי עס זעט אויס, פון LOUD און נישט פון דעם דייטשן ווארט אויף PEOPLE.