בלאט 1 פון 1

ס'צרות כ'הייב אן ''פארגעסן'' און כ'בין נאך יונג, ס'טוט מען?

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 9:07 pm
דורך מלא וגדוש
אופפפס!! כ'פארגעסן וואס איך וויל שרייבן.. :x
ווער קען העלפן

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 9:31 pm
דורך רויטע וואנצעס
אפשר האט עס מער מיט דיין חתימה ווי מיט דיין עלטער. לאל.

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 6:06 pm
דורך מלא וגדוש
ס'גייט ארום א וויץ, איך ווייס נישט צו ס'איז אמת. א אלטע מענטש האט געזאגט אז דריי זאכן ווערן שוואכער ווען מ'ווערט עלטער. איינס איז די ראיה, צוויי איז די זכרון, און די דריטע אוי איך האב פארגעסן!.... איינער קען פעסטשטעלן צו ס'איז א אמת'ע וויץ?

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 6:44 pm
דורך שמעקעדיג
עפעס אזא וויץ ליגט מיר טאקע אין זכרון, אבער כ'געדענק שוין נישט.

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 6:53 pm
דורך מלא וגדוש
בקיצור דו ביזט א אח לצרה דא...

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 7:58 pm
דורך מלא וגדוש
נאך א וויץ גייט ארום. א עלטערע איד רעדט פאר א ציבור און זאגט אז ער איז אנדערש ווי סתם אלטע אידן וואס גייען א גאנג, "איך זע ב"ה אייזן פונקט ווי ווען איך בין געווען אינג, און מיינע פיס טראגן מיר נאך פונקט ווי א אינגערמאן, און מיין זכרון? אה פונקט ווי ס'געווען אלעמאל!" און דערביי האקט ער אויפ'ן שטענדר ווי צו זאגן A-1 אויף זיין זכרון.. "ווער קלאפט דארט?".... געט ער א פרעג!!! :lol: :like

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 8:20 pm
דורך ברסלבער
מלא וגדוש האט געשריבן:ס'גייט ארום א וויץ, איך ווייס נישט צו ס'איז אמת. א אלטע מענטש האט געזאגט אז דריי זאכן ווערן שוואכער ווען מ'ווערט עלטער. איינס איז די ראיה, צוויי איז די זכרון, און די דריטע אוי איך האב פארגעסן!.... איינער קען פעסטשטעלן צו ס'איז א אמת'ע וויץ?

עס איז דא דריי סיבות פארוואס מען פארגעסט געווענליך די דריטע זאך. 1. ווייל מען האט טאקע פארגעסן. 2. ווייל מען געדענקט עס שוין נישט. 3. די דריטע האב איך פארגעסן...

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 11:50 pm
דורך דריידל
און לויט אן אנדערע גירסא גייט דער וויץ אזוי:

ס'דא דריי סימנים ווי מ'קען דערקענען אז איינער לייט פון אלטסהיימערס רח"ל:

1. ער געדענקט נישט זיין אדרעס

2. ער געדענקט נישט זיין טעלעפאן נאמבער

און די דריטע געדענק איך שוין נישט