בלאט 1 פון 2

איש עברי היה בשטיבל!

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 3:35 pm
דורך מאראנצןזאפט
ויהי בימי מיץתפוזחשוורוש.

מיר אלע זענען עדות אז דער גאלדן ערא פון קאווע שטיבל איז אויף דער מינוט מער ווייניגער קאפוט.

[tag]לעיקוואד[/tag] קען ברענגען וויפיל פסוקים פון קהלת ער וויל, עס איז נישטא קיין גרעסערע ראי' אויף ירידת הדורות טאקע דא עמנו בבית.
מ'האט שוין אזויפיל מקונן געווען, און איך בין נישט אין דער גיסטע צו קלאגן בלויז ווייל איך ווייס נישט וואו אנצוהויבן.
טעריסירט מיך נישט וואס [tag]באריסטא[/tag] האט צו זאגן, איך גיי דא מגלה זיין אריות איינמאל פאר אלעמאל, זאל דער עולם וויסן וואס דא גייט פאר מיט אונזערע טאטעס.
איז אזוי: [tag]יאנקל[/tag] איז געגאנגען ארבעטן פאר נאסא. [tag]יידל[/tag] פאר די ענ.עס.עי, זייט זיי האבן פארלוירן דעם סנאודען, על כרחך איז געדרינגען אז די אמעריקאנער זיכערהייט איז וויכטיגער ווי צו זעטיגן אחים לדעה דא.
מיט [tag]קופערניקוס[/tag] (האב איך א לאוו העיט רעלעישנשיפ כקען נישט אויסזאגן פארוואס) איז די מעשה, ארבעט ער אויף א שטודיע, אז אויף אן אמת שיינט דער זון אויף פון מעריב צו מזרח און מיר זעען עס נאר רעלאטיוו. זיין ווארטזאגער גיט איבער, ווען ער וועט זיין פארטיג וועט ער זיך באקלערן זיינע שריט אויף ווייטער.
[tag]יואב[/tag] איז אויפגענומען געווארן אלס סקירפט-שטעלער פאר זשימי קימעל איז ער אביסל ענג אין צייט.
זענען מיר איבערגעבליבן א מעט מזעיר, מריפרעשט די פעיזש אפשר האט [tag]יאיר[/tag] אריינגעפאפט (צוויי פתח פ מיט א פינטל) פאר א מינוט, אולי וועט איינער באווייזן אויפצורעגן דעם ארי החי מעיר התורה און ס'עט שפריצן זקוקין דנהורא, מאראנצן וועט באשליסן איינעם אויסצוטון ווי אנטיוכוס ביים געבורט, און מ'פרובירט זיך צו דערהאלטן אין גלות. יאוש ווינטן ווילן אויסבלאזן די צאנקנדע ליכט, זייער שווער קומט אן דאס פארטרייבן די קאלמוטנע געמיטער.

און דאן, איש יהודי היה, אזוי אומערווארטעט האט עס פאסירט. ווי א שטראל אין דער פינסטערניש האט אריינגעבלאנזשעט אן איש עברי, אשר הגלה... ממרחקים מביא לחמו, מיט א טארבעלע, מיט א בייטעלע, א שניפסלע צווישן די בריסטן. ולמה נקרא שמו עברי? אן א פארוואס! האסטו געהערט אזאנס, א איד פרעגט נישט קיין קשיות.
ויהי אור, סאיז געווארן ליכטיג, הוא מותיב הוא מפרק, פון יאנקעלע כהן דער באגאבאנד, ביז כל מיני חכמה ומדע, סברענט, ספלאמט, א תלמיד חכם שנוקם ונוטר כנחש, אורייתא קא מרתחא, א שמיני שבשמינית, א תיכף לתלמיד חכם ברכה, אויסצונאגן די מארך, א ברכה צו מאכן. האי חכם האי נבון, שפיזיג שארף, דיו אילו ימי.

ומכאן הקריאה יוצאת: מרנא ורבנא איש עברי, דו ביזט אונזער טרייסט בגלות המר. ווען משיח וועט קומען וועט מען ווייזן אויפ'ן פינגער, אט דער האט אונז דערהאלטן ביים חיות.

בשם קהל עדת העבריים, ובשם דער פינטעל איד, וואונטשן מיר אים א מזל טוב פאר זיין רעקארד ברעיקינג שמחה, צו דערגרייכן טויזנט לייקס באתא קלילא, אין אן אויגן בליק פון קוים עטליכע חדשים. כבין זשעלעס.

נו נו, אשר הניא... מטאר נישט אויסרעדן...

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 3:41 pm
דורך איש עברי
מאראנצן דו לייגסט מיך אריין אין א סכנה, איך גיי מיט די נאז אין די הייעך אז א פליגער קען מיר דאס קאפוט מאכן, אויף אזא הספד האב איך מיך נישט געראכטן, איך האב געהאפט אז איך על קריגן א בשיידענע מזל טוב אין די תגובות אשכול, און דער מאראנצן האט זיך צולאזט, איך הייב שוין אהן טראכטן אז פינקי און מאטל זילבער זענען גארנישט אזאנע כלים, מאראנצן קען מאכן איש עברי אויך פאר א גאנצע הוגע דעות.
בכל אופן איך ווייס נישט וואו זיך אהינצוטוהן פאר עטענשאן, ישר כח, איך האף צו געבן מער צייט און געדולד צו שרייבן נאך אזעלכע בריעדיגע קאמפלימענטן.

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 3:44 pm
דורך איש עברי
מאראנצןזאפט האט געשריבן:ווען משיח וועט קומען וועט מען ווייזן אויפ'ן פינגער, אט דער האט אונז דערהאלטן ביים חיות.


גילוי??????

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 3:50 pm
דורך ברסלבער
מזל טוב [tag]איש עברי[/tag], יעדע לייק ערליך פארדינט! דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט אונז ווייטער מהנה זיין אזוי ווי ביז יעצט.

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 3:53 pm
דורך שמעקעדיג
מזל טוב! טאקע שנעל געמאכט, איך האב ניטעמאל באמערקט...


און מאראנצי, נעמסט א שיינעם חלק אין אונז דערהאלטן אין גלות, משיח וועט מוזן נוצן 2 פינגערס, איינס אויף דיר אויכעט.

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 3:55 pm
דורך איש עברי
איך פיל מיך ווי א חתן ביום חופתו...
מ'קען זיך שוין נעמען לערנען מתוך... [שבחו בא לידי...]

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 3:57 pm
דורך berlbalaguleh
איש עברי האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:ווען משיח וועט קומען וועט מען ווייזן אויפ'ן פינגער, אט דער האט אונז דערהאלטן ביים חיות.


גילוי??????

דאמאלס 'עט מען שוין נישט דארפן מורא האבן פאר דעים מין גילוי. (די אנדערע מייניך אז נאך יא.). ס'עט מקויים ווערן דער פסוק "ומלאה הארץ דיעה את ה'. א יעדער וועט שוין דאן אי"ה גיין אין די שיטה הק'. (און ווער נישט. אינז האמיר גענוג מעטאדן און יונגעלייט, אינטער די הדרכה פון הרב מ.פ. שליט"א כדי מקיים צו זיין די ערשטע רש"י אין פ' ויקרא. או.קעי. נישט ממש די ערשטע רש"י. די פרחי כהונה פון די ברכיים אשר לו כרעו לבעל, וועלן שוין וויסן וואס צו טון... :? :roll: :lol: :x :P :oops: :cry: :twisted: :evil: :( :o

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 4:01 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:מזל טוב! טאקע שנעל געמאכט, איך האב ניטעמאל באמערקט...


און מאראנצי, נעמסט א שיינעם חלק אין אונז דערהאלטן אין גלות, משיח וועט מוזן נוצן 2 פינגערס, איינס אויף דיר אויכעט.

שמעקעדיג. דו ביסט "אנ-ביעטעבל". בליעה"ר. עד מאה ועשרים... :lol: :roll: :D :) ;) :o

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 4:59 pm
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM! סיי פאר [tag]מאראנצןזאפט[/tag] און סיי פאר [tag]איש עברי[/tag].

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 5:02 pm
דורך טעפל
שמעקעדיג האט געשריבן:מזל טוב! טאקע שנעל געמאכט, איך האב ניטעמאל באמערקט...


און מאראנצי, נעמסט א שיינעם חלק אין אונז דערהאלטן אין גלות, משיח וועט מוזן נוצן 2 פינגערס, איינס אויף דיר אויכעט.

און דו ביסט עפעס א מפיל קינד שמעקי??? משיח דארף א גאנצע האנט פאר דיר אליינ'ס!!!
מזל טוב איש עברי מאראנצען איז גערעכט מיט יעדע ווארט, דו הייבסט די מאראל אין שטיבל!!

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 9:46 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'אלץ בזכותו של אותו זקן ראביי זאקס.

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 9:53 pm
דורך סאשי פיש
[tag]איש עברי[/tag] מזל טוב!!! גיי אן מיט א שטארקייט ווער נישט מיד!!!

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 9:57 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'אלץ בזכותו של אותו זקן ראביי זאקס.

וועלכער? דער פון וואשינגטאן אדער סייפרעסס היללס. (אריגינאל פון ראדין. איידעם ביי הרב ישראל מאיר הכהן זצ"ל.(?! :? 8-) :lol: :roll: :x :D :) ;) :P :P :P

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 10:01 pm
דורך הוגה
יא! טאקע אריינגעקומען אין א זמן פון חשכות און האט אויפגעלאכטן די פלאץ. ממש ווי די בעש"ט בשעתו, און להבדיל אריסטו בשעתו.

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 3:07 pm
דורך גאנצל
מר. עברי ס'שלאפט שוין ווייטער נו עורו ישנים וועק אויף די שלאפעדיגע

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 4:38 pm
דורך רויטע וואנצעס
גאנצל האט געשריבן:מר. עברי ס'שלאפט שוין ווייטער נו עורו ישנים וועק אויף די שלאפעדיגע


ער וויל ס'זאל שטימען מיט'ן קעפל, היה ב'שטיבל.
מאראנצן שוין טוישן צו הוא בשטיבל.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 1:43 am
דורך שבת אחים
[tag]איש עברי[/tag] היה .
ס׳איז שוין העכסט צייט צוריק צו קומען באזיכען דיינע אידישע ברידער אין ק״ש!
מיר בענקן נאך אייך :cry:

נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2017 7:19 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ב"ה מ'האט זוכה געווען צו א באזוך דא.

אילו זכינו, וואלטען מיר געקענט אנהאלטען הרב [tag]איש עברי[/tag] מיט נאך א שטיק צייט. נאר ווער וויל אריינקומען אין די שטיבעל ווען יעדער נושא איז צוריק צו אהרן זלמן לייב?

די ווערטפולער זאכען דארף מען האלטען טייער!

Re: איש עברי היה בשטיבל!

נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2017 7:23 pm
דורך איש עברי
ליטוואק ווילאנג איר זענט דא איז נאך כדאי צו אריינקומען, איך בין שוין טאקע לאנג נישט געווען דא צוליב פערזענליכע סיבות. איך זעה עס איז אונטערגעוואקסן א נייע דור, איך האף צו שרייבן מער אין די קןמענדיגע וואכן.


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2017 7:57 pm
דורך berlbalaguleh
איש עברי: איך האף אז דו וועסט זיין אזוי גוט ווי אין דיין ערשטן גילגול. מי יתן והיה. ס'זאלל שוין זיין תחיית המתים. אז א טייל פון די אלטע ניקס, די ישני עפר זאללן צוריק אויפשטיין לתחיה...!

Re: איש עברי היה בשטיבל!

נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2017 8:26 pm
דורך קל וחומר
איש עברי האט געשריבן:ליטוואק ווילאנג איר זענט דא איז נאך כדאי צו אריינקומען, איך בין שוין טאקע לאנג נישט געווען דא צוליב פערזענליכע סיבות. איך זעה עס איז אונטערגעוואקסן א נייע דור, איך האף צו שרייבן מער אין די קןמענדיגע וואכן.


Sent from my iPhone using Tapatalk

מ'גייט דארפן עקסטענדן דעם זומער...

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2020 9:47 pm
דורך לבי ובשרי
שלום עליכם [tag]איש עברי[/tag]