בלאט 1 פון 1
דן מיט'ן כולל איז בגימטריא גנב
נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 8:30 am
דורך כוכב
באקאנט די מעשה מיט א חשוב'ער איד ר' דן וואס איז שוין בגני מרומים וואס האט בשעתו אוועקגעטראגן א כולל, האט מען געזאגט א ווערטל דן מיט'ן כולל איז בגימטריא גנב וליכא מידי דלא רמיזא.
כלפי מה דברים אמורים, לאור מצטמק'ס אשכול איבער ווייטאגליכע פאקטן ארום כולל יונגעלייט וויל איך ארויפברענגען נאך א נקודה, לעצטנס איז געווארן אן ערשיינונג אז די גרויסע צדקה ארגאניזאציעס האבן זיך גענומען טארגעטן כולל יונגעלייט, מ'זעצט זיך ארויף אויף די קעפ, און מאיז מחייב א יונגערמאן מיט הימלשרייענדע סכומים און חודשליכע איינצאלונגען.
סאיז דא כמה סיבות פארוואס כולל יונגעלייט זענען א וייעכער פעלד ולדעתי איז עס אן עוון פלילי, ממש א רויבעריי אוועקצונעמען דאס ארעמע ביסן פון די יונגעלייט. א יונגערמאן לויפט א גאנצן חודש מיט די נשמה אין די האנט 26 טעג אין א צי צו כאפן דעם צייכענער ווייל ער איז נעבעך אנגעוויזן אויף דאס געלט און דא קומט זיך עפעס א רעפאנירטער פאנדרעיזער מיט א פי או באקס אין בית שמש אדער אפילו ער האט יא אן ערנסטע ארגאניזאציע, סאיז נישט משנה און נאגט אויס דעם דם התמצית.
וויל איך דערויף מוחה זיין א מחאה גמורה, סאיז נישט קיין ספק אז געלט מיט'ן כולל איז בגימטריא גניבה גזילה חמס מיט רויב.
והאחרון הכביד, מיין שוואגער לערנט אין א כולל אין בארא פארק וואס ערב דעם דינר פאר זייערער מוסדות האט די מוסדות אליין פאררופן א מסיבה בהיכל הכולל גופא און מחייב געווען 360 דאלער.
הישמע כזאת אז א מוסד זאל אזוי אויסמעלקן די אייגענע כולל יונגעלייט אויף אזא מיאוסן פארנעם נאך אין הכל הכולל.
עס דארף דערהערט ווערן א קול מחאה אז די צדקה זאמלער זאלן אראפנעמען זייערע בלוטיגע לאפעס פון די ארעמע כולל יונגעלייט.
נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 8:46 am
דורך מצטמק ויפה
כוכב, דו זאגסט א נקודה וואס באדויערט מיך שוין א לענגערע צייט, אבער למעשה פון די אנדערע זייט האט עס דראסטיש געטוישט די פאנדרעזינג ביזענעס, אזוי אז עס איז א ריזיגע נסיון דאס נישט צו טוען. און מען רעדט פון שווערע אלפים וואס איז פשוט קיינמאל נישט אויפגעפיקט געווארן, ווייל מען האט קיינמאל זיך נישט גערעכנט מיט די יונגעלייט, נאר ביי יעדע גרויסע דינר האט מען זיך נאר באצויגען צו די בעלי בתים.
געב א קוק; אויב די געדענקסט איז פאריאר געווען א מסיבה אין בארא פארק וואס האט זיך גערופען "קולי שמע", געצילט פאר יונגעלייט, און עס איז אריינגעקומען ניינציג טויזענט דאללער, אזוי נישט מיך נישט דיך. היי יאר איז אויך געווען א מסיבה פאר די מארקאוויטש פרשה, און עס איז ארינגעקומען זעכציג אלפים. ממילא די געלטער איז א נסיון נישט אויפצופיקען.
נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 9:33 am
דורך שמעקעדיג
ולא פליגי, מצטמק רעדט פון "אויפפיקן", און כוכב רעדט פון "מחייב זיין".
נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 9:43 am
דורך ברסלבער
כוכב, זאגסט זייער גוט און ריכטיג.
אין געוויסע כוללים איז די כולל אליין מחייב די יונגעלייט אריינצוברענגן א געוויסן סכום פארן כולל יעדע האלבע יאר, אדער עפעס ענליך.
נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 9:48 am
דורך געפילטע פיש
וואס איז די פראבלעם? הגונב מן הגנב איז דאך פטור. דער יונגעמאן לעבט דאך אויף ציבורישע געלטער, צו איז דאס נדבות פארן כולל, קמחא דפסחא, פוד סטעמפס, אדער טעקס ריטורן, ממילא וועט עם גארנישט געשען אויב ער וועט אביסל צוריקגעבן פאר סאסייעטי.
נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 10:08 am
דורך פישלע העררינג
ממילא דער יונגערמאן'ס געלט. בהמה וואס ער איז. אבער אויף זיין ווייב איז א ביטערע רחמנות. ותקם בעוד לילה אנצוגרייטן א סענדוויטש פאר איר בן תורה, איינצובאנדלען דאס קינד, אויסזייגן מילך אין א פלאש, פארקוקען איר שיעור, ארויסלויפן אין די קעלט און היצן מיט'ן קינד צו א בעיבי סיטטער ווי זי וועט אוועקצאלן חצי שיעור פון איר פארדינסט - - - און דערנאך קומט צו גיין א געפיפענע יונג וואס שנארערט ארויס א קרעדיט קארד נאמבער פונעם שוטה'שע יונגערמאן, וואס וועט אויפעסן די איבערגעבליבענע יחץ פון דאס ווייבל'ס געהאלט.
#אויףדעםדארףמעןמאכןאכינוסכללישראל
נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 10:13 am
דורך רויטע וואנצעס
ווען א יונגערמאן זאגט ער האט נישט, זאגן זיי ברוב חכמתם, ח"ו נישט דיין געלט זאלסטו געבן, קענסט עס צאמנעמען ווי א שנארער צווישן שחרית און פרישטאג.
נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 10:46 am
דורך לית דין בר נש
איך האב שוין גיהערט פון עטליכע פאנרעיזער"ס ווען איך האב זיי גיפרעגט דער שאלה וואס זאל איך טוהן איך מאך מער פון די אינגעלייט ווי איך מאך פון די בעל הבתים!
נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 10:50 am
דורך דריידל
היינטיגע צייטן וואס מ'געט אזויפיל שיעורים פאר חתנים אויף רוחניות און גשמיות ענינים וואלט מען געדארפט שטארק מעורר זיין יונגעלייט אז עס איז נישט פארהאן אזא זאך ווי מ'נעמט זיך אונטער צו געבן געלט. אז די האסט געב און אז נישט זאלסטי דיך אנטשולדיגן אז די קענסט נישט געבן. העכסטענס קען מען זיך אונטערנעמען אוועצוגעבן א שעה-צוייי צו גיין נאך געלט אבער בשום אופן נישט קיין סכום.
ווען די באנדיטן האבן זיך ארויפגעזעצט אויף מיר אין כולל, פלעג איך עפענען א שולחן ערוך יו"ד סימן רג ס"ד און געוויזן די לשון המחבר:
"צריך ליזהר שלא ידור שום דבר ואפי' צדקה אין טוב לידור אלא אם ישנו בידו יתן מיד ואם לאו לא ידור עד שיהיה לו ואם פוסקים צדקה וצריך לפסוק עמהם יאמר בלא נדר", און כ'אב זיי געווארנט זיי זאלן זיך אפטראגן פון מיר ווייל אז נישט וועל איך עס מפרסם זיין פאר יעדעם. איבריג צו זאגן אז די חברה האבן גלייך אפגעפיצט.
נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 12:51 pm
דורך פליקער
די גניבה איז מלובש אז ער זאל חלילה נישט אליין געיבן גארנישט, נאר גיין נאך געלט, קען דען דער אינגערמאן נישט גיין נאך געלט זאמלען אביסל, וואס איך כאפ נישט, אין איך האב דעיס געפרעיגט פון א ראש הכולל, ווי איז דער חצפה פון די וויכטיגע כולל און ארץ הקודש ווי דער עולם לערנט תורה מתוך הדחק פריער ווי דער ראש הכולל דא וואס לויפט ארים ערב בוקר וצהרים צי גיין נאך געלט און זיינע אינגעלייט גייען ארים פאר אנדערע צוועקן איז דעיס נישט א חוצפה, אז די קענסט ציזאמענשטעלן געלט גיי ארים פאר דיין כולל.
און בכלל ווי איז דעיס געהערט געווארן אז א מוסד מעיג אפשטעלן א כולל האלטן א דרשה פאר זיי איבער די שווערע מצב פון א יחוד אדער קמחה דפסחא פאר עניי א"י ווען זיי זענען בליטיגע עניים פאר וועים מען שנארט יומם ולילה.
#ליתדיןברנש
נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 3:37 pm
דורך דריידל
די פראבלעם איז אז די ראשי כוללים און רבנים האבן מורא צו רעדן און ווארט איבער די גניבה ווייל זיי ווייסן אז מארגן גייט מען גיין נאך געלט פאר זיי און פאר זייערע מוסדות
די זעלבע זאך באדערט מיר וואס מ'וואלט מיט בחורים, אז מ'הייסט זיי גיין נאך געלט פאר די ישיבה אום פורים און דאס איז פאר זיי אזא פרעשור אז די גאנצע יו"ט האט נישט קיין טעם. א ערליכע ראש ישיבה וואלט געהאלטן א דרשה פאר בחורים אז מ'זאל פארברענגן מיט די משפחה און זיך משמח זיין ביי די סעודת פורים און בכלל ארויסהעלפן און שטוב וואס מעגליך. אויך קען מען ארויסברענגן די מצוה פון מתנות לאביונים וואס חאטשיג בחורים האבן נישט וואס צו טיילן, קענען זיי אביסול צאמנעמען געלט פאר זיי. אבער פארלאנגן און מחייב זיין ארייצוברענגן געלט פאר די ישיבה איז א רשעות.
נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 4:52 pm
דורך רויטע וואנצעס
אז מ'רעדט פון בחורים אויף פורים וויל איך דערמאנען א געוואלדיגע איידיע פון ישיבה תורה תמימה היי יאר. אנשטאט די בחורים זאלן משוגא ווערן פורים ביינאכט מיט מאבילס און אלע משוגעת'ן, האבן זיי געהאט א מתמידים פראגראם ביינאכט. איי געלט? נאר יעדע בחור האט געהאט א ספאנסער וואס האט מנדב געווען א שיינע סכום צו די ישיבה, בעד די בחור וואס לערענט, אן די גאנצע חאזעריי פון קומען צו אים אין שטוב און לאזן א חורבן.
נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 6:30 pm
דורך דריידל
דאס שמעקט שוין פון אכשר דרא - זיצן און לערנען פורים. לערנען איז א פיינע זאך אבער פורים איז דא די מצוות היום און פונקט ווי זיי פארשטייען אז מ'דארף לאזן בחורים שפילן באל און אנדערע אקטיוויטעטן, זאלן זיי לאזן די בחורים זיך משמח זיין.
א בעסערע איידיע וואלט געווען אז בחורים זאלן זיך צאמקומען אין ישיבה מיט לעבעדיגע מוזיק.
נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 8:05 pm
דורך כוכב
כבר מלתי אמורה אין מיין קארני אשכול אז פורים פאר א בחור איז אן אפקומעניש און איך וןאלט מיך געוואונטשן צו פארברענגען אין ביהמד אנשטאט גיין מיט א גרופע בעטלען.
נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 8:08 pm
דורך ישמעאל הכהן
בין איך דער איינציגסטער אינגערמאן וואס פארמאגט א מיטעלסטער פינגער?
נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 9:52 pm
דורך לית דין בר נש
ישמעאל הכהן האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער אינגערמאן וואס פארמאגט א מיטעלסטער פינגער?
ניין!!! אבער אולי די איינציגסטע כולל אינגערמאן וואס
נוצט עס!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 6:23 am
דורך shem-tov
די מערסטע רעגט נאך אויף ווען דער שנארער שטעלט זיך לעבן דיר אין כולל און שטייט גראד הויעך בשעת די זיצט און ער נעמט זיך רעדן שטיל. דווקא בכוונה מורמעלט ער זיך אזוי אונטער כדי די זאלסט דיך מוזן אויפשטעלן און זיך מכניע זיין. אלעס א חלק פון זיין געפענגעניש שפיל, און די איידעלע כולל יונגעלייט כאפן זיך נישט אז די חברה זענען פשוטע פראס זיי פארשטייען צו זייער פאך און זיי שעמען זיך בכלל נישט דערמיט. אוי האב איך מעשיות איבער די חברה
נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:00 am
דורך רויטע וואנצעס
איך נעם
square!!!
wow א מציאה שוטה!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 5:49 pm
דורך יצמחפרקני
shem-tov האט געשריבן:די איידעלע כולל יונגעלייט כאפן זיך נישט אז די חברה זענען פשוטע פראס זיי פארשטייען צו זייער פאך און זיי שעמען זיך בכלל נישט דערמיט. אוי האב איך מעשיות איבער די חברה
איך מיין די רעדסט פון אלטע צייטן - די היינטיגע יונגעלייט מיט זייערע ווייבער וועלכע צאלן זעכצן ביז צוויי טויזנט רענט, קוקן ניטאמאל אויף די זייט פון די חברה!
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 3:43 am
דורך petergrifin
איך האב אויך געװאלט שרײבן אז טאקע ׳סארע חוצפה. אבער נאך אלע מעשיות פינף אדער צען יאר שפעטער דערמאנט מען זיך פון דעם און מען טראכט, אזא בטלן צו זײן? און איך גלײב אז קײנער רעגט זיך דעמאלסט אויף. פארװאס? װײל פונקט װי דער ביזנעס מאן אדער אינגערמאן װאס הײבט ערשט אן אין ביזנעס אדער אין א בלו קאללער ביזנעס מאכט עטליכע טעותים קלײנע און גרויסע װאס קען איהם צומאל אפילו ארײן לײגן אין בעט אבער דאס איז דער װעג פון װערן עקספיריענסט. ס׳איז די זעלבע זאך מיט כולל יונגעלײט װאס מיט זײערע אײדעלע נשמות װײסן נאך נישט װאס ס׳װארט זײ אפ אין לעבן איז צוביסלעך לערנט מען זיך צו.