ראטעוועט! געפאנגען אין בית הכסא

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3230 מאל

ראטעוועט! געפאנגען אין בית הכסא

שליחה דורך אפטעמיסט »

אויף אלע גוים געזאגט. מיין מויל איז שוין טריקן פון זיך אזוי פיל אפרעדן.

גלייבסט מיר, מיינע גוטע פריינד, כ'ווייס נישט וויאזוי עטס ווערטס נישט משוגע פון מיר. יעדע'ן שני וחמישי קום איך אהער אנפירקלען די ווענט מיט נאך צרות, פראבלעמען און קאמפליקאציעס, איך ווייס נישט פון וואו עטס נעמטס די שטארקייט זיך איינצוהאלטן פון מיר אויספראקן און ארויסווארפן פון דא.

איינע פון די מערסט-געפרעגטע שאלות אין אישי, איז צי כ'בין א פרוי.

געוויסע ווילן נישט גלייבן אז דער פארכמוערט'ער, קאלמוטנער, פארזויערט'ער ניק איז עפעס אנדערש ווי א שוואנגער'ע הארמאן-געשלאגענע שעשני כרצונו. אבער ניין. לאמיך דא באשטעטיגן איינמאל פאר אלעמאל אויפן רעקארד: איך בין א זכר. וואס דען? אביסל אומעטיג און צעבראכן.

מען רופט מיר "דער קעניג פון אחיעזר", און מיט רעכט. מיינע באקאנטע ווייסן שוין אן פרעגן, אז נאך אן אשכול אין אחיעזר איז נאר א פראגע פון צייט; און אט בין איך שוין ווידער דא.
איז כ'בעט נאכאמאל מחילה פארן קרעכצן אזוי פיל, לאמיר האפן אז דער כל יכול וועט מיר שוין ליכטיג מאכן בקרוב.

איז אזוי. א שטונדע צוריק מאך איך מיר מיין וועג אין סמעדרעש צו כאפן א מנחה. א פרומער בין איך דאך, שפאציר איך אריין אין ביסקיס צו פראדוצירן א גוף נקי. איך באוואפן מיך מיט א 'דבר יום ביומו' און כ'מאך מיך באקוועם אין איינע פון די בודקעס.

די מצב איז געוועהן היפש רואיג. אויסער איין פארשוין מיט א לייכטן שילשול, איז דער מקום געוועהן ליידיג פון באניצער. ס'איז דאך נישט שחרית צייט, און און אויך נישט צעהן מינוט פארן רבינו תם. ס'איז שא שטיל און איך זיץ מיר אזוי רואיג, און כ'פארייכער א ציגערעטל, ווען פלוצים — גאט אין הימל! מיין הארץ האט אויפגעהערט קלאפן. — איך קוק נאכאמאל און יא, נישט מער געדאכט —— נישטא קיין טישואס...
איך פרוביר קוקן צי ס'איז אפשר פארהאן אפאר צעריסענע אויפן ערד, אבער ניין. א-ף ג-ם א-ח-ד.

טו מעיק ע לאנג סטארי שאארט, איך זיץ דא באלד א קייליכיג שעה און כ'האב מורא אז פה תהא קבורתי. מיין זיץ פלייש פאנגט אן צעגיין און איך קלער פון רופן חברים, אבער כ'שעם מיך. ברידער טייערע, וואס אין דער וועלט דארף איך טוען? איינער קען העלפן???

אויב קומט פאר א זיכעריי נאך א פעשליכע אינגערמאן, שיין געקעמטע בארד, א גרעי סוט מיט א טייערער זייגער, זייט מודיע די אינסטאנצן אז יענער איז אין די ביסקיסעס אין ראדני, אונטן אין די בעיסמענט.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר