בלאט 1 פון 1

דער גאלד בילבול

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 9:33 pm
דורך רויטע וואנצעס
די בלוט בילבול פון אמאל,
אין די היסטאריע פון כלל ישראל,
אבער א נייע סארט איך קלער,
וואס ווערט אלץ מער און מער,
גאלד טוען די יצרנים באהאלטן,
אין די פסח עסן אין אלע שפאלטן,
מיט די מצה מישט מען איר אויס,
און יעדע מאכל וואס קומט אין הויז,
אויך די שאלאטן גוט אויסמישן,
מיט גאלד ברעקלעך צאמדריקן,
קוקיס מיט גאלד וויכטיג זייער,
אויך אין די קאקא, קעז אין אייער,
זאלץ פון הכשר ארצה"ב וקאנאדא,
ווייל אזוי האט געטוען די באבע,
סטארש פון ווייס גאלד ווי שניי,
דערפאר טוט די מאגן אזוי וויי,
ווייל ווי בני מלכים זענען מיר,
לאמיר עסן גאלד אן א שיעור,
ווייל ווי קען מען חושד זיין,
אז זיי בעטן פרייזן אין די וועלט אריין,
אלא מוז מען זאגן דעם פילפול,
אז גאלד מישעריי איז גאר קיין בילבול,
יאכלו עניים, פון די גאלדענע מאכלים,
כדי ישבעו, די טאשן פון די יצרנים.

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 11:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
להשואלים: יצרנים מיינט brands.
אדער manufacturers.

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 8:34 am
דורך פלעין יודיש
[tag]רויטע וואנצעס[/tag] טייערע
די בויך וויי אייערע
האסטו אין די פאלשע פלאץ אויסגעגאסן
פארוואס פונקט אין געזעלשאפט האסטו דאס אריינגעגאסן?

מיט אזעלעכע גראמען אשכולות זענען מיר ב''ה געשאנקן געווארן געניג ווי די וואסער וואס רינט אין טייכל
געב נאר א קיק אין פארום פון א שמייכל
וועסטו זעהן אז כל דכפין ייתי וייכול
ס'איז א שאד אויף נאך אזא אשכול ווי איז דיין שכל....

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 10:46 am
דורך רויטע וואנצעס
[tag]פלעין יודיש[/tag], ס'איז נישט קיין שמייכעל'דיגע אישו.
די איידיע איז אויך נישט מטעם גראמען, ס'איז מיר גרינגער צו שרייבן איבער נושאים אין קורצע/שארפע שורות ווי איידער לאנגע מאמרים. גראמען מאכט עס נאר באטעמ'ט צו ליינען.

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 11:04 am
דורך פליקער
דער בורא עולם האט אלס זכר אינז געבעיטן מיר זאלן קיין חמץ קנעיטן.

ער האט פון אינז נישט פארלאנגט אז מיר מיזן זיך אויסשטאפירן מיט נייע אינטער בגדים
איך קיק איבער מיט א ליכט אויב טרעף חמץ ביי מיין אינטער העמד דאן לייג איך עס צווישן די ברעקלעך צעין, אויב נישט איז מיר זייער פיין צי גיין מיט די זעלבע אינטער העמד פון שבת הגדול.
מיינע מצה פון וואס מיר האבן אזא פחד א שרעק די שרעקליכע קאסטן, איז ביליגער ווי מיין אתרוג, אגב האב איך זייער ליעב מצה און איך מאך זיכער אז עס בלייבט מיר איבער ביז סעודת המפסקת, די גאנצע געלט ביזנעס וואס מען טרייבט אויף איז א פיסטע דעמעגאגיע, מיר מאכן זיך סתם צידרייט, מיר מיינען אז מען מיז אויסגעיבן דאס גאנצע געלט ביז מען מיז בודק זיין מיט א לעכטעל אויב איז נאך ערגעץ זיך אריין געפאלן א קוואדער און א שפאלט, עס מעיג איבער בלייבען עפעס געלט.

עס ברויך סך הכל קאסטן אביסל מער ווי א שבת, יא איר האט מיך געהערט, מען מיז נישט באוואפענען דעים גאניק מיט קארטאפל אז עס זאך קלעקן צי פארטרייבן אן ארמיי, אראנדזשען אז מען זאל קענען מאכן מאראנצען זאפט ביז נאך זימער, מען ברויך פשוט אפאר איבריגע דולר צי קענען קויפן פאר א קינד א רייד ביי שארמאש און שוין, ביג דיל.

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 11:35 am
דורך רויטע וואנצעס
זאגסט חורא גנב, מסכים. די זעלבע איז מיט אלע אונזערע פראבלעמען. דירות וכו'. די שטערקערע און גרעסערע פון אונז ניצן אויס אונזערע שוואכקייטן.

נישט נאר אין די מצות

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 1:29 am
דורך היימישער ליטוואק
אין טוילעט פאפיר אויך שוין.
דער לוקסוס אין גרויסן!