בלאט 1 פון 2
ווארט געזוכט פאר טפשות, גרויליגע פרעכהייט פון רובין שמחה
נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 12:41 pm
דורך נח בער
דאס בלוט קאכט און זידט. עס פארשטייט זיך נישט אין וועלכער בהמה'ישער קעלבליכער געגנט עס וואוינען די גאסן טענצער.
די ערגסטע, מיאוס'טע באשולדיגונגען זענען נארוואס ארויסגעלייגט געווארן אויפן חרדישן אידנטום. א איד איז אריינגעשליידערט געווארן אין תפיסה פיל לענגער פון זיינע לעבנסיארן. פארוואס? ווייל מען האט געוואלט שיקן א מעסעדזש פאר די קאמיוניטי.
אט איז א איד וואס האט זיך אריינגעדרייט אומווילנדיג אין דעם דריידל און האט געוואלט ארויסהעלפן אפשטילן דעם חרון אף פונעם שטינק אבער האט לויט אלע דעות עובר געווען אויפן לאנדס געזעץ און אפגעזען אויב מיר זאלן יא אדער נישט שטיצן אזא גאנג, איז ער אבער געכאפט געווארן בעת ער איז רעקארדירט געווארן מיט וויטנעס טעמפערינג.
ברוך ה' ער איז ארויסגעלאזט געווארן אויף דער פריי נאכן זיין אין תפיסה פאר א וויילע און איין טאג זיצן דארט איז א גיהנם וואס איז אומבאשרייבליך און עס איז פארשטענדליך די שמחה אים צו זען מיט די אייגענע קליידער אויף דער פריי.
וואס איז אבער די פרייד ברבים אז אלע זאלן דאס צוזען?
וואס ברויכן מיר ארויסרייסן די אויגן פון דעם גוי וואס גייט מארגן פרעגן ווען ער וועט ליינען אין די צייטונגען איבער די גרויסע שמחה?
ווילסט זיך פרייען? ווילסט ארויסווייזן שבח והודי' אז ער איז אנגעקומען אהיים בשלום? געב א שיינעם באשיידענעם קידוש און מאך נישט קיין טומלדיגע פאראדעס אויף די גאסן.
איך האב נישט אין מיין באזיץ דאס ריכטיגע ווארט אפצומאלן מיין איבלדיגער ווייטאג אז מיינע נאנטע ברודער האבן נישט דעם מינימום שכל דאס צו פארשטיין.
נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 12:47 pm
דורך חביבי
זיי דיך מסביר וואס איז די פרעכע שמחה וואס די רעדסט
נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 12:50 pm
דורך שמעקעדיג
איך פארשטיי דיר, אבער זה לעומת זה עשה אלקים, זיין אריינשליידערן אין טורמע איז געווען מיט פאמפע, מעג מען זיך פרייען ברבים ווען ער קומט ארויס.
נישט אז איך בארעכטיג עס, אבער איך קען הערן יענעם צד אן זוכן א ספעציעלע ווארט.
נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 12:50 pm
דורך שרייבער
אפשר ביסטו מסביר וואסערע געפעכט דו האסט מיט שמחה רובין?
נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 1:04 pm
דורך נח בער
הצדיק אברהם רובין שליט"א מבעלי מסירת נפש בדורינו איז איינגעזעצט געווארן ווען ער האט פרובירט איבערצורעדן מר. דייטש, דער מאן פון מרת קרויז וואס האט אנגעקלאגט מר. נחמי' וועבערמאן אז ער האט איר באלעסטיגט, אז ער איז גרייט צו געבן דעם ריזן סכום פון $500,000 אז מען זאל אפלאזן דעם קעיס.
גענוג קלאר ערקלערט די נייעס?
גענוג טיטלען געגעבן פאר החסיד אברהם רובין צו ווייזן אז כ'האב גארנישט קעגן אים?
און ניין. טענות האב איך נישט צו אים בכלל וואס איך וועל אננעמען אז אזא ערליכער איד פארשטייט אז מען ווילדעוועט נישט ארום ווען מען טוט קרימינאלע אקטיוויטעטן. דער עוולה איז אויף די ארגאניזירער.
איך גיי זיך נישט יעצט אריינלאזן דעבאטירן אין דעם ענין.
ס'איז מיר א פלא אז מען פארשטייט אפי' נישט דאס געמיינהייט פון אזא טאנצעריי אין די גאסן בריש גלי.
נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 1:07 pm
דורך הוגה
דא קומט אריין דאס ווערטעל, "אל תהיה צודק, תהיה חכם".
נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 1:34 pm
דורך signout
עס איז זייער נארמאל אז יענער קומט אהיים פין תפיסה ווארטן אם אפ משפחה אין גיטע פריינד וואס פרייען זיך אים צו טרעפן, מען זעהט נישט דארט א ארגענעזירטע קבלת פנים פין א קאמיוניטי (ווען עס וואלט געווען - וואלטן מאסען זיך באטייליגט לכאורה) מען זעהט זייער ברודער, משפחה אין גיטע פריינד, אין מ'מאכט א שטורם פין א געלזעל וואסער
נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 1:41 pm
דורך סאשי פיש
בילדער.
נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 1:42 pm
דורך סאשי פיש
מיטען רב.
נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 1:43 pm
דורך [NAMELESS]
ער איז געגאנגען זיצן, נישט ווייל ער האט גע׳גנב׳ט גאווערמענט פראגראמען, נאר פשוט ווייל ער האט געוואלט פארמיידן א שרעקליכע חילול השם און געווען גרייט צו באצאלן גרויס געלט דערפאר.
איך געדענק נישט ווען מ׳האט ארויסגעלאזט דעם ספינקאר גבאי וועלכע האט נישט געוואלט גיין מסר׳ן, דאן איז אויך געווען א קבלת פנים. איך געדענק נישט ווי אזוי איר האט זיך גערעגט דאן.
מ׳האט אים ארעסטירט ברבים, מעג מען טאנצן ברבים. און עס דארף טאקע זיין א מעסעדש פאר די מידיא אנדערש ווי די מה יפית׳ניקעס זאגן זיי, אז יא, מיר שטייען אונטער אים. און עס איז אומדערהערטע זאך אז א חיה רעה וועלכע האט געגעסן ביי אים יעדע שבת כמעט זאל אים דאס צוריקצאלן. דער בורי איז א עכטע אטד (אראפ פון דעת). אפילו ביי יעדע נערמאלע גוי איז דאס נערמאל צו פארשטיין אז א מענטש וואס גיבט דיר אזוי סאך טובות אין זיין לעבן, נישט דאס איז די וועג ווי אזוי מצאלט דיר.
ושילמתם רעה תחת טובה
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 12:53 pm
דורך George
די כאפסט נישט וואס מען ברענגט ארויס דא, דעם גוי אינטערעסירט נישט צו בורי דייטש איז חיה צו א בהמה, די מידיא זיכט מיט לעכט ווי זיי קענען טרעפן אדער אפילו פאבריצירן עפעס שמוץ אויף חרדישע יודן, ווען די גייסט טאנצען אויף די גאסן, נישט קיין חילוק וואס דיינע געפילן זענען, גייט די מידיא ארויף טאנצען דערויף צו באשמוצען אלע חרדישע יודן.
אז דיין הארץ איז אויפגעשטורעמט פון פרייד אז'ש ס'וויל זיך ארויס לאזען אין א טאנץ לויבען דעם אייבירשטען -און ס'איז פארשטענדליך אז פארן געזעצענעם מיט זיין משפחה איז א גרויסער חיזוק זעהענדיג אז א ציבור יודן פרייען זיך מיט- קענסט אבער טאנצען אינענווייניג אין אינדערהיים ווייט אוועק פון די אויגן פון די הינגעריגע רעפארטערס וואס לעכטצען פאר א הייס שטיקל נייעס ווי פאר א ציגרעטל נאכן טשולענט.
די לעצטע פאר יאר האט אונז געוויזן אז אזעלעכע זאכן: doesn't do us any good
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 12:56 pm
דורך [NAMELESS]
נאך א זאך וואס די היסטאריע האט אונז געלערנט, אז עס לוינט זיך נישט צו זיין א מה יפית׳ניק. מיר מעגן זאגן אונזער מיינונג אז דער איד האט נישט באלאנגט אין תפיסה. פינטל רבתי
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 1:19 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 1:40 pm
דורך George
@ממי_שאמרו
מעגן מעגן מיר זאגן וואס מען וויל, אבער קוקנדיג אויפן ברייטען בילד קען עס ברענגען מער שאדן ווי ניצן. ווארט נאר אפאר טעג, ס'דארף נאר פאר איין ריפארטער בייפאלן צו מאכן דערפון א מעשה.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 1:45 pm
דורך חקרן
בקיצור. ממה-נפשך; וואס מיר טוען נאר, וועט נישט טויגן.
דער ענטפער:
א געזונטער פי-אר אפעראט.
ווען וועט שוין איינער קומען און טון צו דער זאך?!
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 3:15 pm
דורך שמעקעדיג
קיינמאל נישט
וואס אימער איימיצער וועט וועלן טון וועלן זיין די "אלץ-פארשטייערס" און יענעם אראפרייסן, הרבה עשו כיוסי געשטעטנער ולא עלתה בידם, מיר זענען אויסגעצייכנט אין אראפרייסן מענטשן וואס ווילן עפעס טון צו דער זאך.
פוי פאר אונז.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 5:39 pm
דורך נח בער
זייט ווען פייערט מען ווען א קאנוויקטעד קרימינאל ווערט ארויסגעלאזט אויף דער פריי?
זיגלמאן איז א צווייטע פרשה און דארט איז די מידיע נישט געווען אזוי אויף דערמיט און דארט האט אים דער ריכטער פריי געלאזט און אים נישט איינגעזעצט אויף 103 יאר צו שיקן א מעסעדזש פאר זיין קאמיוניטי.
כאפסט די נפק"מ?
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 5:40 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין צומישט, מהאט געטאנצן מיט וועבערמאן אדער מיט רובין?
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 5:43 pm
דורך George
מ'האט געטאנצען מיט רובין.
נח בער ערקלער דיינע ווערטער
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 5:45 pm
דורך איש עברי
#פויפאראונז
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:04 pm
דורך נאטרוליסט
דער מציאות איז אזוי:
1. רובין האט 'געוואלט' באצאלן געלט. ער האט למעשה נישט געגעבן קיין פעני, און קיין געלט טרענזעקשאן איז נישט פארגעקומען.
2. ווען רובין איז נישט קיין חסידיש'ער איד, וואלט ער מסתם אנגעקומען מיט גארנישט, טאקע דערפאר וואס ער האט נישט געטאן קיין שום קרימינאלע זאך. און דער DA דארף אויפווייזן אז רובין האט באמת געוואלט משחד זיין, נישט סתם מאכן פאן מיט דייטש.
3. רובין איז באקומען תפיסה ווייל ער איז א איד! ער האט גארנישט געטאן!
4. אז ער איז געזעצן פאר יענעם ווייל ער איז א איד, איז נישט מער ווי רעכט אז יעדער איד זאל טאנצן פאר שמחה ווען ער קומט ארויס.
5. זיגלמאן איז א גרויסער צדיק, ער איז געזעצן פאר אן עבירה וואס ער האט געהאט א ראלע. דא האט רובין גארנישט געהאט קיין שום זאך, בלויז העלפן כלל ישראל!
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:08 pm
דורך נח בער
דא איז דא איין כלליות'דיגער פרשת וועבערמאן!
קלאר?
דער ריכטער האט אים געגעבן א אומגלויבליך שארפער פסק פון 103 יאר און דערמיט געוואלט שיקן א מעסעדזש פאר די קאמיוניטי וואס שטיצט פעדאפיליע.
איז געקומען א איד וואס מיט זיין גוט הארץ האט נישט געקענט צוזען דאס חילול ה' וחילול חסידישע אידן האט בחכמה ובדעת פרובירט משחד צו זיין דעם אנקלעגער אז זיי זאלן אפלאזן דעם קלאגע.
דאס איז א קלארער פארברעך וואס כולי עלמי מודה. נישט קיין חילוק אויב האט מען יא אדער נישט געוואלט עס זאל געלונגען, און מען האט אים איינגעזעצט פאר א קורצע - אבער שווערע - פאר חדשים. די משפחה מעג און ברויך זיך פרייען אויף זיין ארויסקום א געזונטער און לעבעדיגער, אבער דאס ברויך זיין איינגעהאלטן און נישט אריינשפילן אין די אויגן פון די ארומיגע.
האט איינער פריער צוגעברענגט אז אויך ביים קבלת פנים פון זיגלמאן האט מען פאראדירט מיט גרויס פאמפע, האב איך געשריבן אז עס איז בכלל נישט קיין פארגלייך.
גענוג ברייט ערקלערט?
אויב נישט קען מען פרעגן און מיר האבן ספעציעל אוועקגעשטעלט די קומענדיגע 30 מינוטן צו פארענטפערן מיין שטעלונג, וואס כ'האב אין מיין נאאיוויטעט געמיינט אז אלע פארשטענדליכע אידן וועלן אויך אזוי האלטן.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:13 pm
דורך ביבער
נח בער האט געשריבן:וואס ברויכן מיר ארויסרייסן די אויגן פון דעם גוי וואס גייט מארגן פרעגן ווען ער וועט ליינען אין די צייטונגען איבער די גרויסע שמחה?
ווילסט זיך פרייען? ווילסט ארויסווייזן שבח והודי' אז ער איז אנגעקומען אהיים בשלום? געב א שיינעם באשיידענעם קידוש און מאך נישט קיין טומלדיגע פאראדעס אויף די גאסן.
איך האב נישט אין מיין באזיץ דאס ריכטיגע ווארט אפצומאלן מיין איבלדיגער ווייטאג אז מיינע נאנטע ברודער האבן נישט דעם מינימום שכל דאס צו פארשטיין.
זייער גוטע פוינטס, און איך האלט אז א באשיידענעם קידוש איז אויך נישט גוט ס'וואלט ענדערש געמאכט אין די נייעס און וואלט געווען מער היפאקריטיש, דער רובין האט געדארפט איינפאקן און זיין שטיל, מיטן גאווערמענט רייצט מען זיך נישט אפגעזעהן ווער עס איז גערעכט, מ'איז אין גלות און פריי דיר דו לעבסט, דער גאווערמענט שיקט א מעסידזש און דו ווארפסט עס צוריק, און אנדערע ווערטער זאגסטו פארן גאווערמענט 'מיר האבן נישט געכאפט די מעסידזש, שיק נאך!'....