בלאט 1 פון 2
גיין פאר העלפ (מאלעסטעישאן)
נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 12:58 pm
דורך צדיק נסתר
ס'דרייען זיך היינט ארום צענליגע און הונדערטער אינגעלייט וואס זענען געטאטשט געווארן אלס קינד (אדער חלילה ערגער'ס) און האבן קיינמאל נישט באקומען די ריכטיגע העלפ און ס'מאכט זיי פראבלעמען ברוחניות ובגשמיות אויפן שפעטערדיגן לעבן.
ס'וואלט געווען א געוואלדיגע תועלת און א זיכוי הרבים צו מאכן דא א רשימה מפורטת פון היימישע פסיכיאלאגן וואס טוען אין דעם נושא (העלפ פאר מאלעסטעישאן), דאס וועט ארויסהעלפן הונדערטער אידן וואס ווילן געהאלפן ווערן אבער זיי ווייסן נישט וואו און צו וועם זיך צו ווענדן.
נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 1:02 pm
דורך איש עברי
שלום עליכם צדיק נסתר! ווי א ריכטיגע צדיק האסטו געשריבען דיין ערשטע תגובה אין אחיעזר, יהא בואך לברכה!
נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 1:14 pm
דורך לאליפאפ
[tag]צדיק נסתר[/tag], א וויפלטע קאזען ביסטו פאר איש צדיק תמים?
נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 1:23 pm
דורך הוגה
זייער א וויכטיגע אשכול. עטליכע האבן מיר אנגעפרעגט אין אישי דער שאלה, וואו קענען זיי באקומען הילף. איך ווייס אליין נישט וואס צו ענטפערן היות איך בין געווען אינוואלווד אין אלעס אויסער די פסיכילאגישע הילף אספעקט. אשר על כן, ווער עס האט אינפארמאציע זאל ביטע מיטטיילן לתועלת הרבים ולמצוה גדולה ייחשב. ובל"נ וועל איך אליין פרובירן צו טון ריסערטש עד שידי מגעת.
נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 2:05 pm
דורך עסקן בדברים
צדיק נסתר האט געשריבן: ס'וואלט געווען א געוואלדיגע תועלת און א זיכוי הרבים צו מאכן דא א רשימה מפורטת פון היימישע פסיכיאלאגן וואס טוען אין דעם נושא.
It would be even better if the list is accompanied by information about who is good and who is bad. Not every psychologist does more good than harm. Of course everyone's experience is different and probably every one has people saying good and bad things about them, but still some information is better then none
נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 2:49 pm
דורך צדיק נסתר
וויאזוי רופט זיך אויף ענגליש איינער וואס איז עוסק אין די ענינים?
נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 2:54 pm
דורך signout
פינקט ווי א נישט היימישע קאנסאלטענט איז ע''פ רוב נישט מצליח אוועקצושטעלן א היימישע ביזנעס די זעלבע איז דא, מען דארף האבען א היימישע גיטע פעסיכלאג וואס פארשטייט א אינזער ליידן אין צוגאנג, איך מיין אז ענדערש א היימישער גיטע אן לייסענס ווי א פרעמדער מיט לייסענס
נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 6:08 pm
דורך ודי למבין
It is very hard to create a list of "good therapists" as each and every case has its unique twists and turns and needs to be looked at and judges individually.
The organization Relief is doing an outstanding job in helping people find the right therapist. They know the right questions they need to ask. their number is 718-431-9501.
If anyone has a name of a therapist and needs information over him/her, please contact me in ishi, I will try to be of help.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 11:57 am
דורך צדיק נסתר
קודם זאל מען דא ארויפשטעלן די נעמען פון היימישע טערעפיסטן, דן צו זיין ווער ס'איז יא גוט אדער נישט קען זיך יעדער אליין מאכן ריסוירטש.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 12:14 pm
דורך ודי למבין
די ליסט איז ענדלעס און ווי געזאגט וואס איז גוט פאר איינעם קען זיין שלעכט פאר א צווייטן. ס'נישט קיין פוינט צו סתם ארויף שטעלן נעמען און מאכדעם דן זיין
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 12:45 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז דא איינער האלבערשטאם אין פלעטבוש. טייל שווערן זיך ביי אים, טייל שעלטן זיך ביי אים.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 12:51 pm
דורך צדיק נסתר
די וואס שעלטן וואס זענען זייערע טענות?
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 12:53 pm
דורך [NAMELESS]
אז ער טויג נישט. I guess
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 1:56 pm
דורך ודי למבין
האלבערשטאם אין פלעטבוש איז גוט פאר געציילטע. ער איז אביסל אלד סקול און נישט אפ טו דעיט מיט די היינטיגע מעטאדן אדג. מ'דארף אים אויספאלגן ביז די לעצטע אטעם און ער לאזט נישט קיין "בריעטינג ספעיס". אז איינער איז גרייט צו ארבעטן ביטער שווער, קען האלבערשטאם זיין פאסיג פאר אים.
ער ספעציעלירט זיך נישט, עז פאר וואס איך ווייס, מיט מאלעסטעישאן און טראמא.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 2:00 pm
דורך צדיק נסתר
וואס מיינט היינטיגע מעטאדן? וואס זענען די מעטאדן?
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 10:42 am
דורך צדיק נסתר
צדיק נסתר האט געשריבן:וואס מיינט היינטיגע מעטאדן? וואס זענען די מעטאדן?

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 6:20 pm
דורך צדיק נסתר
איך האב זיך איינגערעדט אז דער עולם וועט ארויסהעלפן, דערווייל איז די אשכול איינגעשלאפן א שיינע שלאף ועולם כמנהגו נוהג.

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 7:49 pm
דורך ודי למבין
איך מיין אז דער עולם האט זיך זייער ווארים אנגערופן. איך אליין האב באקומען אפאר ווענדוגען אין אישי.
כווייס נישט פונקטליך וואס דו ווילסט דא הערן...
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 8:26 pm
דורך קאוועניק
איך האלט זייער שטארק פון דר חיים הלברשטאם לגבי anger control אין פאר בעדרום אישוס , כהאב א חבר וואס שעלט עם אוועק,
מרדכי קליין ווילי / מאנסי איז זייער גוט,
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 11:57 am
דורך צדיק נסתר
עוסק זייענדיג אביסל צו העלפן אידן, איז אנגעקומען צו מיר א פאל פון א איד פון וומ"ס וואס דארף גיין פאר העלפ, די פראבלעם איז נאר אז ער קען גאר שוואך ענגליש.
וויפיל איך האב פרובירט צו זוכן פאר אים א טערעפיסט וואס רעדט אידיש, איז עס געווען אן ערפאלג.
ווייסט אפשר עמעצער פון א אידיש רעדענדער לייסענסד טערעפיסט פאר מאלעסטעישאן?
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 10:06 am
דורך מאטי
שיק אים צו א לייסענסד ענגליש טיטשער.
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 10:41 am
דורך צדיק נסתר
מאטי האט געשריבן:שיק אים צו א לייסענסד ענגליש טיטשער.
יישר כח פאר די עצה.
אבער די הילף דארף ער שוין באקומען, נישטא קיין צייט צו ווארטן.
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 7:32 pm
דורך קאווע טרינקער
אגב,
פריער געהערט אין די נייעס אז נאר איינס פון דריי גע'רעפטע פארציילען און זענען זיך בודק ביי א דאקטער.