ווען מחנכים און עלטערן באגראבן די תורה דורך טיפשות
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
ווען מחנכים און עלטערן באגראבן די תורה דורך טיפשות
[justify]אונזער גאנצע תורה שטייט אויף די יסוד פון "מסורה". משה קבל תורה מסיני, ומסרה ליהושע וכו'. און אויף די חזקה אין אדם מוריש שקר וכו'. אויב פאלט דער חזקה אוועק איז די גאנצע מסורה נישט קיין מסורה. עס איז דא אסאך מאל וואס א מלמד אדער טיטשער זאגט פאלשע זאכן פאר קינדער, וואס איז נישט אויסגעהאלטן צו טון, אבער דאך קען מען עס אביסל פארשטיין. אבער ווען זיי זאגן ליגנט אויף א זאך וואס איז ידוע לכל, א יעדער ווייסט אז עס איז נישט אמת, איז עס נישט נאר אן עוולה גדולה נאר אויך א טיפשות גדולה.
מיין קליינע תמימות'דיגע טאכטערל האט זיך אפגערעדט אז זי האט נישט ליב איר לערערין, ווייל זי זאגט אלעמאל ליגנט. פארשטייט זיך, ווען א טאטע הערט ווי זיין קינד זאגט אזא מין זאך איז עס מעורר שטארקע concern. איך האב מיר אוועק געזעצט מיט איר שטילערהייט און איר געבעטן אז זי זאל מיר איבערזאגן די ליגנט וואס זי האלט איר טיטשער האט געזאגט. איך האב געהאפט אז איך וועל איר קענען פארענטפערן אז די לערערין האט געמיינט עפעס אנדערש ווי וואס זי האט פארשטאנען. אבער ליידער האב איך עס נישט געקענט טון.
זי זאגט מיר אז איר טיטשער זאגט אז "גוים שלאגן זיך אלעמאל ארום איינער מיטן אנדערע". דאס איז אבער נישט אמת. ווען אונז גייען שאפינג זעה איך ווי גוים האבן זיך שטארק ליב, קיינער שלאגט זיך נישט ארום. פרעג איך איר, וואס נאך. ענטפערט זי אז די טיטשער זאגט אז אלע אידישע בחורים און טאטעס לערנען תורה א גאנצע טאג. דאס איז אזא ליגנט.
וואס האב איך איר געקענט ענטפערן? איך וויל נישט אריינגיין אין אונזער ווייטער'דיגע געשפרעך. אבער דער טיטשער האט סך הכל מיט איר נארישע סטעיטמענטס געמאכט אז די מיידלעך זאלן מער נישט טראסטן וואס זי זאגט אדער אנדערע לערערינס. אפשר זענען אלע אנדערע זאכן אויך נישט אמת. אויס מסורה און אויס תורה. און פארוואס? וואס האט זי אז די מיידלעך מיינען אז גוים שלאגן זיך? וואס האט זי אז די מיידלעך מיינען אז טאטעס לערנען א גאנצע טאג? איז דען דאס די תכלית? וואס פאר א גרויסע טיפוש דארף מען זיין צו מיינען אז די מיידלעך וועלן נישט כאפן די ליגנט?
די זעלבע זאגט מיר מיין בחור'ל (נאך דעם וואס ער האט זיך אונטערגעהערט האלבוועגס מיין שמועס מיט מיין טאכטער), אז זיין כיתה ד' רבי האט זיי געזאגט אמאל, אז ווען מען זעהט גוי'אישע קברים דארף מען זאגן "כן ירבו". ווען זיי זענען געווען אין כיתה ו' האבן זיך שוין אלע קינדער געכאפט אז ס'איז שטותים והבלים, עס שטייט אין ערגעץ נישט אזא זאך. (באבוד רשעים מיינט שלעכטע מענטשן נישט גוים.)
ווידער פארשטיי איך נישט דאס טיפשות פון א מלמד. האסט טאקע געמיינט אז מ'וועט נישט כאפן אז דו רעדסט ב"ש? ובכלל, וואס איז די חכמה פון מחנך צו זיין קינדער צו וויילאנס און hatred?
עס זענען דא מענטשן וואס בטבע האבן זיי ליב צו זאגן זאכן כאילו זיי ווייסן אדער אויפבלאזן זאכן מער ווי זיי זענען באמת. זיי כאפן זיך ערשט לאחר המעשה און דאן פאסט זיי שוין נישט צוריק צו ציען. ווען עס האנדלט זיך מיט א יונגערמאן וואס איז מייעץ זיין חבר אין א ענין מסחרי וואס ער פארשטייט נישט איז איין זאך. אבער ווען מען רעדט פון עלטערן ומחנכים איז שוין גאר א צווייטע מעשה. מען רעדט דא פון דאס קיום פון כלל ישראל, די המשכת המסורה און די חזקה פון אין אדם מוריש. היזהרו בדבריכם!!!
.[/justify]

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ודי למבין
- ידיד ותיק
- הודעות: 603
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
זייער א וויכטיגע און ברענעדיגע נקודה.
דער פראבלעם ווערט ערענסטער און שווערער ווען מחנכים ניצן די קינדער אנטקעגן די עלטערין. אז מיין קליינע מיידל קען זאגן פאר מיין ווייב אז זי האט נישט ליב איר (פשוטע, איידעלע) בענדענע ווייל עס איז קאלירדיג (סאליד פוירפל) ווייס איך אז די טיטשער אירע איז טאטאל אף גאורד און איז ביזי א גאנצע טאג ב"שין

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
מ'הערט לעצנענס די טענות אסאך, איינער דא האט אלץ קינד געהערט פון א מלמד אדער טיטשער אזעלכע זאכן ווי מ'זאגט היינט? היינט קומען קינדער אהיים, טיילן איין פאר די עלטערן וואס צו טוהן, צו איז דאס וויאזוי צו פירן א שבת סעודה, וואסערע הכשרים צו עסן, וויאזוי די מאמע מעג גיין אנגעטוהן, אא"וו, זינט ווען איז דאס געווארן די דזשאב פונעם מלמד מחנך צו זיין די עלטערן? איך גלייב אז זיי ווילן אזוי בעקיפין אז א טאטע זאל פילן פארפליכטעט אריינצוקוקן אין א חסידיש ספר צווישן די אייער און די טשאלענט, און זונגען יום זה מכובד, אבער ער כאפט נישט אז דאס קינד זעט דאס דורך? פון דעם קען ארויסקומען איינס פון צוויי זאכן, איינס אז די קינד וועט האלטן זיין טאטע\מאמע א שגץ, וואס דאס איז זיכער נישט גוט פארן עתיד פונעם קינד, בגשם וברוח, אדער וועט דאס קינד אפלאכן פון אלעס וואס מ'איז עם מחנך און באקומען אזא דיסטראסט צו מחנכים בכלל, איז דאס וואס מ'וויל טוהן מיט אונזערע קינדער?
ווען עלטערן הערן אזא זאך פון א קינד זענען זיי מחוייב צו רופן די מלמד\טיטשער און זאגן גראב און אפען, ביי אונז טוט מען יא אזוי און אזוי, און ביטע זאגט דאס נישט נאכאמאל ווען מיין זון\טאכטער איז אין קלאס.

- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
סאיז קלאר אז די היינטיגע נעבעכדיגע מחנכים גייען מיט אזא שיטה אונטערצורייסן די עלטערן ווייל זיי פארשטייען בעסער. למשל די קינד זאל פארהאלטן די טאטע וועגען אינטערנעט און זיי טענהן נאך מיט עפעס א מעשה פונעם צעלימער רב האט געהייסן א קינד צוברעכען די טאטעס טעלעווישאן און אברהם אבינו מיט טרחס געטשקעס. די חברה זענען עפעס נישט נארמאל צודרייט מיט זייערע משוגעתן און מיר שטייען אין די זייט. מיין חבר דערציילט מיר אז ער האט זיך פשוט אנגעהויבן צוריק צו רייצן מיט זיין זונס רבי מיטן הייסן זיין זון זאגן אז מיין טאטע האט מיר געקויפט ליפא שמעלצערס טעיפ וכדו און אז מיין טאטע האט געזאגט אז יעדע זאך וואס דער רבי זאגט דארף מען מיר איבערזאגן צו זעהן צו סאיז אויסגעהאלטן. פשוט אביסל צו געבען פון זיין אייגן מעדיצין. ווי לאנג מיינען זיי קען אזא באן פארן
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
לאמיר אריינווארפן מיין פאר סענטס.
גערעכט אז עס איז א פשע און נישט גערעכט, אבער טוען מיר נישט די זעלבע מיט אונזערע קינדער?
מלאך לייגן די דאלער (אדער קוואדער ווענט זיך צו דו ביסט א אונגארישע אדער א גאליציאנער) אונטער די קישן ווען די עלטערע קינד ווייסט אז דו זאגסט שקר פארן אינגערע?
דיין נירסערי אינגל קומט אהיים מיט א בריטשקעבעראטשקע און דו באווידערסט עס פאר א האלבע שעה בשעת די עלטערע טראכט ״איין מינוט, ווען ער זאגט מיר אז עס איז שיין מיין זאך, איז עס די זעלבע פאלש?
זאגן מיר נישט פאר א קליין קינד אז די מאמע קויפט א בעבי אויב דו ביסט א איד, און זאגן פארן קינד אז א פייגל דעליווערט א קינד אויב דו ביסט א גוי?
זאגן מיר נישט פאר א קינד אז יעדע מאהל אנצינדן און אויסלעשן די לייט קאסט געלט? אויב לאזסטו די טעלעפאן אפן רופט עס די פאליציי?
וכדומה וכדומה. יעדער זאגט פאר קליינע קינד ער שקר מיט דמיון סיי אויב ביסטו א איד אדער א גוי.
גערעכט אז עס איז א פשע און נישט גערעכט, אבער טוען מיר נישט די זעלבע מיט אונזערע קינדער?
מלאך לייגן די דאלער (אדער קוואדער ווענט זיך צו דו ביסט א אונגארישע אדער א גאליציאנער) אונטער די קישן ווען די עלטערע קינד ווייסט אז דו זאגסט שקר פארן אינגערע?
דיין נירסערי אינגל קומט אהיים מיט א בריטשקעבעראטשקע און דו באווידערסט עס פאר א האלבע שעה בשעת די עלטערע טראכט ״איין מינוט, ווען ער זאגט מיר אז עס איז שיין מיין זאך, איז עס די זעלבע פאלש?
זאגן מיר נישט פאר א קליין קינד אז די מאמע קויפט א בעבי אויב דו ביסט א איד, און זאגן פארן קינד אז א פייגל דעליווערט א קינד אויב דו ביסט א גוי?
זאגן מיר נישט פאר א קינד אז יעדע מאהל אנצינדן און אויסלעשן די לייט קאסט געלט? אויב לאזסטו די טעלעפאן אפן רופט עס די פאליציי?
וכדומה וכדומה. יעדער זאגט פאר קליינע קינד ער שקר מיט דמיון סיי אויב ביסטו א איד אדער א גוי.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
ממי, כ'מיין אז דו מישט דא צאם צוויי זאכן. מ'רעדט נישט דא פון קליינע ליגענטליך, וואס יעדער ווייסט אז ס'נישט עכט, יעדע קינד ווייסט אז די טאטע וואס זאגט עם ווען ער פאלט אראפ אז ער האט געמאכט א לאך אין די פלאר אז ער מיינט עס נישט ערענסט, אבער ווען א רבי זאגט פאר א קינד, אז אלע טאטעס זאגן אסאך תורה'ס ביים סעודה און זיצן אנגעטוהן מיט שטריימל בעקיטשע, מיינט דער קינד אז אלע טאטעס חוץ זיינס טוען טאקע אזוי, און אז די רבי זאגט אז ביי "אונז" פירט מען זיך אז מ'עסט נישט קיין אונטערגעשלאגענע ביצים אום פסח, (נאר א משל), און דאס קינד זעט ביי זיך אינדערהיים אז מ'נוצט יא די מאכלים מיינט ער ווייטער אז ער איז עפעס ווייניגער ווי אלע אנדערע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
הוגה האט אנגערירט א האקעלע נקודה וואס עגבערט מיר שוין יאהרן לאנג, אונזער גאנצע אמונה איז געבויט אויף די חזקה פון אין אדם מוריש שקר לבניו, אבער איינמאהל מיינע עלטערען האבן מיר מוריש געווען מער שקר ווי אמת, ווען אין אונזער מסורה האט אנגעהויבן לויפן משוגעת'ן און הבלים, מנהגים של שטות און באבע מעשיות וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, פארוואס זאל איך נישט אנהייבן מהרהר זיין אז קריעת ים סוף איז אזוי אמת ווי די לעגענדעס פון אלעקסיי מיט'ן בעש"ט?
די תירוץ דערויף ווייס איך אויך, אבער מה יעשה הבן ולא יבעוט באמונתו, ווען מ'פיטערט אים ביודעין מיט ליגנט און אמונות תפלות ערב בוקר וצהריים.
די תירוץ דערויף ווייס איך אויך, אבער מה יעשה הבן ולא יבעוט באמונתו, ווען מ'פיטערט אים ביודעין מיט ליגנט און אמונות תפלות ערב בוקר וצהריים.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
געפילטע פיש האט געשריבן:מ'הערט לעצנענס די טענות אסאך, איינער דא האט אלץ קינד געהערט פון א מלמד אדער טיטשער אזעלכע זאכן ווי מ'זאגט היינט? היינט קומען קינדער אהיים, טיילן איין פאר די עלטערן וואס צו טוהן, צו איז דאס וויאזוי צו פירן א שבת סעודה, וואסערע הכשרים צו עסן, וויאזוי די מאמע מעג גיין אנגעטוהן, אא"וו, זינט ווען איז דאס געווארן די דזשאב פונעם מלמד מחנך צו זיין די עלטערן? איך גלייב אז זיי ווילן אזוי בעקיפין אז א טאטע זאל פילן פארפליכטעט אריינצוקוקן אין א חסידיש ספר צווישן די אייער און די טשאלענט, און זונגען יום זה מכובד, אבער ער כאפט נישט אז דאס קינד זעט דאס דורך? פון דעם קען ארויסקומען איינס פון צוויי זאכן, איינס אז די קינד וועט האלטן זיין טאטע\מאמע א שגץ, וואס דאס איז זיכער נישט גוט פארן עתיד פונעם קינד, בגשם וברוח, אדער וועט דאס קינד אפלאכן פון אלעס וואס מ'איז עם מחנך און באקומען אזא דיסטראסט צו מחנכים בכלל, איז דאס וואס מ'וויל טוהן מיט אונזערע קינדער?
ווען עלטערן הערן אזא זאך פון א קינד זענען זיי מחוייב צו רופן די מלמד\טיטשער און זאגן גראב און אפען, ביי אונז טוט מען יא אזוי און אזוי, און ביטע זאגט דאס נישט נאכאמאל ווען מיין זון\טאכטער איז אין קלאס.
געפילטע: ייש"כ פאר ארויסברענגען די אמת'דיגע נקודה. נאר איך בין מחולק מיט דיר אז די רעזולטאט פון אט די געמיינע און שעדליכע אויפפיהרונג דורך מלמדים און טיטשערס וועלכע האבן אן אגענדא מחנך צו זיין די עלטערן דורך די קינדער, איז נישט איינס פון די צוויי. אדער די קינדער ווערן פארקרומט אין זייערע דיעות אדער פארלירן זיי די אמונה אינ'ם חינוך און אין אלץ וואס מיר האלטן הייליג. נאר אין א יעדן פאל, ווען די קינדער ווערן עלטער און זעען איין אז זייער מחנך איז געווען פאלטש צו זיי, פארלירן זיי ח"ו די אמונה אינ'ם באשעפער און זיין תורה און מצוות. אויסער אויב זיי באקומען גאר שטארקן חיזוק אקעיגן צו ארבעטן די שעדליכע פעולות פון די פארדארבענע מעשים פון די אזוי-גערופענע מחנכים...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ממי שאמרו: אבער די אלע זאכן וועלכע דו האסט אויסגערעכנט וואס עלטערן ( אידישע און גוי'אישע) רעדן איין פאר קינדער זענען אומשעדליך. און ווען די קינדער ווערן אביסל גרעסער און פארשטייען שוין בעסער לאכן זיי אליינס פון די מעשה'לעך. אבער ווען די רעבע אדער טיטשער לערנען אויס פאר די קינדער צו קוקן אויף די עלטערן ווי גלייך זיי טוען אן עבירה אויב טוען זיי נישט געוויסע זאכן. ווי למשל אויסטון די בעקישע און שטריימל נאך די המוציא. דאמאלס, ווען די קינדער ווערן עלטער און זעען איין אז די זאכן זענען נישט קיין הלכות, פארלירן זיי די אמונה אין אלע זאכן. טראכטנדיג אז פונקט אזוי ווי די רבי האט מגזים געווען ביי דעים אזוי אויך ביי אנד'ערע זאכן. ס'איז די זעלבע בחינה ווי ווען די נחש הקדמוני איז געקומען צו חוה און זי האט געזאגט אז די אייבישטער האט געזאגט אז מ'טאר נישט צו רירן צו די בוים. ווען די אייבישטער האט נאר געזאגט אז מ'טאר נישט עסן...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איש עברי האט געשריבן:הוגה האט אנגערירט א האקעלע נקודה וואס עגבערט מיר שוין יאהרן לאנג, אונזער גאנצע אמונה איז געבויט אויף די חזקה פון אין אדם מוריש שקר לבניו, אבער איינמאהל מיינע עלטערען האבן מיר מוריש געווען מער שקר ווי אמת, ווען אין אונזער מסורה האט אנגעהויבן לויפן משוגעת'ן און הבלים, מנהגים של שטות און באבע מעשיות וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, פארוואס זאל איך נישט אנהייבן מהרהר זיין אז קריעת ים סוף איז אזוי אמת ווי די לעגענדעס פון אלעקסיי מיט'ן בעש"ט?
די תירוץ דערויף ווייס איך אויך, אבער מה יעשה הבן ולא יבעוט באמונתו, ווען מ'פיטערט אים ביודעין מיט ליגנט און אמונות תפלות ערב בוקר וצהריים.
ייש"כ איש עברי: אבער ס'איז דאך דא א שטיקל חילוק. אז טראץ די אלע שקרים און פאלשקייטן און לעגענדעס וועלכע לויפן אין אונזער מסורה, קענען די דערוואקסענע (אין מערסטע פעלער) יא מבחין זיין צווישן די זאכן וועלכע זענען באבע מעשיות און די וועלכע זענען אייביגע אמת'ן ווי יציאת מצרים און קריעת ים סוף. נאר די אומפארגעיבבארע עוולות וועלכע די אזוי-גערופענע "מחנכים" מיט זייערע פאלשע אגענדאס באגייען לגבי די קינדער און זייערע עלטערן איז אז די קינדער ווערן קאנפיוז'ד און זיי ווייסן נעבעך נישט ווער ס'איז דער גוטער און ווער די שלעכטער. נאר דאס אליינס איז די רעזולטאט פונ'ם פארדארבענעם חינוך וואס זיי אליין ( די מחנכים) האבן ליידער באקומען...
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:ערגעץ אין שטיבל איז דא א שיינע אשכול דערוועגן, וואו אנזער אמאליגער חכם השטיבל, יידל, האט באשריבן דעם אין אדם מוריש שקר לבניו.
געטראפן, דא:
viewtopic.php?f=13&t=698
עיי"ש ותמצא נחת.
וירח ה' את ריח הניחוח
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]
קודם כל, 2 wrongs don't make a right. צווייטענס, עס זענען דא זאכן וואס זענען אלעמאל געווען נארמאל און מקובל. זאגן אז אלע גוים שלאגן זיך אלעמאל האב איך קיינמאל נישט געהערט, און איך זעה נישט קיין שום תועלת דערפון.
מיט וואס זענען מיינע דוגמאות ווייניגער ווי בערל'ס?
זיי האבן א לעבעדיגע קאווע שטיבל און קאווע שטיבלטע אינדערהיים. עס פעלט נישט אויס די ווירטואלע.
סקעפטיזם גייט ביידע וועגן. מען איז סקעפטיש פון דאגמע און מען איז אויך סקעפטיש פון אויפגעקלערקייט. אויב וועלן זיי גיין אין מיינע דרכים וועלן זיי זיין די מערסט חרדי'שע מענער און פרויען וואס כלל ישראל פארמאגט...
היינטיגע טעג ליידער לעבן מיר אין א פחד און גגעפענגעניש אז מען האט מורא אז א יעדע ריר קען רעזאלטירן אין דאס ארויסשליידערן די קינדער אויפן גאס. ואשר על כן זוך איך זיך נישט קיין צרות, איך קריטיקיר און פאררעכט קיינעם, איך גיב נאר די ריכטיגע חינוך (אויף ווי ווייט עס איז מעגליך) אין דער היים.
.[/justify]
ממי_שאמרו האט געשריבן:לאמיר אריינווארפן מיין פאר סענטס. גערעכט אז עס איז א פשע און נישט גערעכט, אבער טוען מיר נישט די זעלבע מיט אונזערע קינדער?
קודם כל, 2 wrongs don't make a right. צווייטענס, עס זענען דא זאכן וואס זענען אלעמאל געווען נארמאל און מקובל. זאגן אז אלע גוים שלאגן זיך אלעמאל האב איך קיינמאל נישט געהערט, און איך זעה נישט קיין שום תועלת דערפון.
ממי_שאמרו האט געשריבן:בערל טייערע, דער פותח האשכול רעדט דאך וועגן אנדערע סארט לגיונות. בנוגע דיין נקודה, ביסטו טויזענט פראצענט גערעכט
מיט וואס זענען מיינע דוגמאות ווייניגער ווי בערל'ס?
שמערל האט געשריבן:איך שפיי בלוט מיט מיינע, וואס זאגן אלעס נאך פון זייער רבי אן קיין שום פראבלעם, און דיינע קליינע און נאך תמימותדיג אויך כאפן אלעס! וויאזוי האסטו זוכה געןוען דערצו, האסט זיי געגעבן עקסעס צו קאווע שטיבל?
זיי האבן א לעבעדיגע קאווע שטיבל און קאווע שטיבלטע אינדערהיים. עס פעלט נישט אויס די ווירטואלע.
berlbalaguleh האט געשריבן:הוגה: דיינע קינדער זענען בטבע (ס'איז אין די דזשינס) זייער סקעפטיש. סאו דארפסטו זיין זייער פארזיכטיג וואס דו אדער דיין ווייב לערנט מיט זיי. און וואס מ'רעדט אין שטוב.
סקעפטיזם גייט ביידע וועגן. מען איז סקעפטיש פון דאגמע און מען איז אויך סקעפטיש פון אויפגעקלערקייט. אויב וועלן זיי גיין אין מיינע דרכים וועלן זיי זיין די מערסט חרדי'שע מענער און פרויען וואס כלל ישראל פארמאגט...
נולד מאוחר האט געשריבן:הוגה, האסט אנגעריפען די טיטשער און מסביר געווען איר טועת?