בלאט 1 פון 3
וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • פסח תשע"ד
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 2:17 pm
דורך ישמעאל הכהן
יעדע האלב יאהר, פסח און סוכות צוגלייך, קומען די אויסגאבעס ביים חרדישן ציבור ארויס מיט ריזיגע העווי-דוטי אויסגאבעס און ביילאגעס, ווער עס ווייסט אביסל מער פרטים וואס עס איז ערווארטעט אין די אידיש/ענגליש/היברו מארקעט איז מכובד דא צו מעלדן.
(קרעדיט: אבי גערעדט)
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 2:30 pm
דורך איש עברי
איך קען דיר געבן א טיילווייזע ליסט וואס עס ערווארטעט אונז אין די אידישע אויסגאבעס:
פולמוס איבער מאשין מצות
פאלשע ירושלמי
תכלת....
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 2:50 pm
דורך עפל סיידער
איך הער אז א נייע צייטונג איז אויפען וועג
נוטראל פאר אלע ליינער צוגלייך.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 2:52 pm
דורך איש עברי
אפשר קענסטו געבן מער פרטים, וואס, ווער? פארוואס גייט דאס האבן א קיום מער ווי די אלע צייטונגען וואס וואקסן ארויס יעדן מאנטאג און דאנערשטאג?
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 2:54 pm
דורך עפל סיידער
די ברייטע אידיש רעדנדע גאס האט א חוץ די דריי סאטמארע צייטונגען, נישט ווי צו ליינען קיין אידישע באריכטען מהנעשה והנשמע.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 2:54 pm
דורך פלעין יודיש
עברי
אפשר שטעלסטו אינז צו עפעס גיטע ליין מאטריאל פאר די לאנגע חול המועד טעג
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 2:55 pm
דורך עפל סיידער
פלעין יודיש האט געשריבן:עברי
אפשר שטעלסטו אינז צו עפעס גיטע ליין מאטריאל פאר די לאנגע חול המועד טעג
עברי האלט אין איין צושטעלן פיינע סחורה, עס איז אומעגליך אז אזא ריז זאל שטיין ארבעטסלאז.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 3:03 pm
דורך איש עברי
עפל סיידער האט געשריבן:די ברייטע אידיש רעדנדע גאס האט א חוץ די דריי סאטמארע צייטונגען, נישט ווי צו ליינען קיין אידישע באריכטען מהנעשה והנשמע.
גערעכט אבער ליידער האט קיין איינער דערווייל נישט מצליח געווען צו שאפן א אלטערנאטיוו פאר די פארטיי-באזירטע צייטונגען, מיין שאלה איז וואס קומט יעצט? וואס גייט ער מחדש זיין אז ער זאל נישט אונטערגיין כדרך שמת פלוני?
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 3:10 pm
דורך עפל סיידער
א צייטונג נוסח ק"מ האט דערווייל נאך קיינער נישט פרובירט לאמיר זעהן וויאזוי עס וועט זיך למעשה אויסקאכען.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 3:11 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:24 pm
דורך מ גפני
[tag]פישל'ע העררינג[/tag] גרייטסט צו "מצות בלעטער" פאר יו"ט??
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:41 pm
דורך רויטע וואנצעס
מרור בלעטער לאל
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 7:55 pm
דורך געפילטע פיש
אויב מאכט מען א בלעטל פון מאחורי ארטיקלען דארף עס הייסן צפון בלעטל.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 7:56 pm
דורך איש עברי
און א צימעס בלעטל? כרפס? יחץ? מגיד? רחצה?
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 8:00 pm
דורך געפילטע פיש
אודאי יחץ, וואדען? יעצט טראכט איך אז אפשר ברויך מען רופן די מאחורי בלעטל ענדערש שלחן עורך, מלשון ערכתי לו שלחן וכו', בבחי' וראית את אחורי, וגם מל' אידי"ש המצונזר מ'עסט און מ'טרינקט און מ'לאזט זיך וואוילגיין.
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 3:58 am
דורך יואליש
איש עברי האט געשריבן:איך קען דיר געבן א טיילווייזע ליסט וואס עס ערווארטעט אונז אין די אידישע אויסגאבעס:
פולמוס איבער מאשין מצות
פאלשע ירושלמי
תכלת....
ווי אויך א ברייטע איבערזיכט אויף די קליווע גט, און א שמועס איבער דעם גולם פון פראג, נאפאליאן'ס מלחמה, און א ליקוט פון סדר נאכט געפראוואכץ אין לאגער.
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 4:05 am
דורך יואליש
א בילד ווי א ירושלמי איד אונטערזיכט שאלאטן פאר ווערים אונטער א דימאנט לופ, בילדער פון פארשידענע סיריע'ישע זילבערע קערות, און אין דער בלאט, א פראמינענטע בילד וויאזוי א אינגערמאן קראסט לי עוועניו יאגענדיג זיך צו מים שלנו, א בילד פון אלע לעלוס מיט פאליציי שעפען אין ווייסע העמעדער דעקארירט אין העראישע מונדירן נאכן סטאראטעגישע זיצונג וויאזוי צו באהאנדלן די בעפארשטייענדע שריפות חמץ בכלל און זיכערהייט שוץ פון בתי מדרשים דורכאוס די יו"ט סעזאן בפרט ( היי יאר'ס הויכע אלערט קומט אין ליכט פון פוטין'ס גוג ומגוג אין קריימיע)
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 10:44 am
דורך מ גפני
און נישט פארגעסן נאך א ביילאגע אין "דער איד" פון אברהם לויפער'ס דברי הבל
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 1:19 pm
דורך רויטע וואנצעס
אויך א באצאלטע ארטיקל פארוואס הגדה קוקיס איז בעסער ווי די אנדערע ברענדס און להבדיל אפילו חמץ.
די עדס וועט זיין א געמיש פון עסן, כשר'ע פלעיס און ריידס בהכשר די גאלאנטער, און שטריימלעך וואס קענען פליען, לויפן, און זיך אפילו דרייען.
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 2:31 pm
דורך petergrifin
אן ארטיקעל װעגן די חתם סופר זצ׳ל מיט עסן מאשין מצות און א ארטיקל װעגן די תימן׳ער דיקע מצות װאס הײנט צוטאגס עסט מען שוין
נישט נאר דורך געצײלטע יחידים און נאר פאר די ערשטע צװײ כזיתים אלס װײל זײ לײנען נאכנישט די בלאט/איד רח׳ל.
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 2:35 pm
דורך פלעין יודיש
און וואס איז מיט אן ארטיקעל פסח ביים רבי'ן זכותויגןעלינו...
בקיצור דער אשכול איז פארפארן אסאך אסאך ווייטער פונעם דעת בעה''ב הפותח האשכול
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 5:24 pm
דורך מ גפני
פלעין יודיש האט געשריבן:דער אשכול איז פארפארן אסאך אסאך ווייטער פונעם דעת בעה''ב הפותח האשכול
ווען די יו"ט סחורה וועט ליגן אויף די פאליצעס אין די געשעפטן וועט זיך צוריקקערן צום נושא
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 7:04 pm
דורך ישמעאל הכהן
יעצט געהערט פון א מיימאנידיס אינסיידער אז ס'קומט א דיקן דבר יום ביומו ער"פ