בלאט 1 פון 1

פארוואס נישט עפענען א אידישע צייטונג פאר די אלגעמיינע גאס

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 3:16 pm
דורך עפל סיידער
א הארבע שאלה פרעגן שוין טויזענטער אנ"ש יארען לאנג ולית נגר ובר נגר דיפרקיני', אויף די מארקעט פיגורירען שוין יארען לאנג דריי סאטמארע צייטונגען איינער גענויגט אהער... איינער אהין... און איינער ערגעץ אינדערמיט, וואס איז פשט אז דער ברייטער גאס האט נאך עד היום הזה נישט זוכה געווען צו א צייטונג ערגעץ אינדערמיט וואס זאל אויסקראוסען אינגאנצען דער נושא פינעם ספר ויואל משה א.ד.ג. און זאל אנגיין מיט א פארטעטערשאפט פינעם אומאפהענגיגער ארטאדאקסישער אידנטום במלוא מובן המילה?
פעלט דען ארבעטס'לאזיגע ביים אומאפהענגיגער ארטאדאקסישער ציבור?

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 3:26 pm
דורך פלעין יודיש
די תירוץ איז
נייעס ווערט מען שוין היינט נישט געוואר אין צייטונג דאס איז שוין אלטמאדיש, אדער ווערט מען עס געוואר ממקורות זרים פונעם טריפהנעם אינטערנעט (כ'האב שוין לאנג געבעטן מיין מאמע וואס איז די נומבער צו callen די אינטערנעט...)
אדער הערט מען עס דורכן שופר פון קול מבשר, וואס איז שוין לעצטענס געווען דא אסאך אויפן טיש
מצד שני סתם ליין מאטריאל פעלט ב''ה נישט פארן היימישען ציבור אינז זענען באשאנקען מיטן שטערן, שפאקטיוו, בליץ ועוד ועוד לרבות.
סא פארוואס דען אויב נישט פאר פארטיי איז א צייטונג געמאכט

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 3:28 pm
דורך עפל סיידער
פלעין יודיש האט געשריבן:די תירוץ איז

סא פארוואס דען אויב נישט פאר פארטיי איז א צייטונג געמאכט

ווער איז דער פארטיי פינעם די צייטונג?

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 3:39 pm
דורך איש עברי
די פארטיי פון די צייטונג זענען די וואס זענען לאו דווקא אנהענגער פון איינער פון די אחים הקדושים אבער ווייקן זיך מיט די שובבים און שענעראבע תורה'ס

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 5:50 pm
דורך ביבער
ווייל א צייטונג קאסט געלט און אן פאליטיק מיט מחלוקת איז קיין געלט נישטא.
אדער,
ווייל א צייטונג מוז פארקויפן עפעס, און אן פאליטיק מיט מחלוקת איז נישטא וואס צו פארקויפן היינט.

מען האט דערהערט די פארלאנג.

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 1:00 pm
דורך עפל סיידער
הלשון האט געשריבן:קאפירט פונעם סייט "אידישע ווינקל":

"דורכברוך: צוויי נייע אויסגאבעס אין אידיש ערווארטעט ארויסצוקומען אויף פסח
מיט פרייד נעמען אויף אידיש רעדנדע און ליינער איבער א דורכברוך אין די פעלד פון אידישע ליטעראטור. נאך עטליכע יאר וועלכע עס איז נישט ארויסגעקומען עפעס פריש און ניי אין די אידישע שפראך פאר די אידישע ליינער ווערט געמאלדן איבער צוויי נייע אויסגאבעס וועלכע איז ערווארטעט ארויסצוקומען אויף דעם יום טוב פסח הבעל"ט.
"דער כלל" גייט זיין א אומפארטייאישע צייטונג וועלכע וועט מעלדן נייעס און ארטיקלן און וועט פרובירן צו דעקן אלע מוסדות און קרייזן אייניג אהנע פאליטיק.
"דער מאמענט" איז א נייע מאגאזין וועלכע לויט ווי עס קוקט אויס פרובירן זיי אנצונעמען דעם סטיל פון 'משפחה' און 'בקהילה' נאר אין די אידישע שפראך.
עס לויט ווי קלאנגן לויטעט ווערט עס ארויסגעגיבן דורך די זעלבע בעלי בתים פון "א בליק" בילדער מאגאזין וועלכע פרובירט צו הייבן זייערע סעילס נאכן נישט אויסנעמען אזוי גוט אין די בילדער ליין און אפשר צוזאמען מיט ארטיקלן וועט עס יא גיין.
עס איז שוין פארהאן א צייטונג "דער מאמענט" וועלכע קומט ארויס אין מאנטריאל דורך די 'ילדי' ארגאנאזאציע. אבער עס האט נישט קיין שיכות.
אויך וועט בקרוב נאך פסח אנהייבן ערשיינען א נייע טעגליכע אימעיל וועלכע א עקזעסטירענדע אידישע צייטונג וועט פאבליצירן.
סובסקרייבערס וועלן באקומען א טעגליכע אימעיל פון נייעס אין אידיש."