בלאט 1 פון 2
דראמאטישע היימישע מידיא אנטוויקלונג: טעגליכע אידישע צייטונג!
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 4:36 pm
דורך נח בער
העפטיגע און סודות'פולע מיטינגען קומען די טעג פאר אין די רעדאקציע פון איינע פון די גרויסע וועכנטליכע חרדישע צייטונגען אין אידיש, איבער אן איניציאטיוו וואס וועט טוישן די צורה פון חרדישע זשורנאליזם פאר אייביג.
ווי באקאנט ליידן אלע פרינט אויסגאבעס פון פארלוסט פון ליינערס א דאנק דעם אינטערנעט. כאטש די עפעקט איז נישט אזוי גרויס פאר די חרדישע צייטונגען, וויבאלד שבת קען מען נישט נוצן דעם אינטערנעט, האבן אבער אלע היימישע צייטונגען פארלוירן טויזנטער ליינער אין די לעצטע יארן. די היימישע צייטונגען ליידן אויך פון א שטארקן פארלוסט פון אדווערטייזמענטס צוליב די פילע קאנקורירענדע אומזיסטע מידיא קאנאלן ווי קול מבשר און די וועכנטליכע אדווערטייזמענט ביכלעך וואו מ'קען היינט אדווערטייזן פיל מאל פאר ביליגער און מיט בעסערע רעזולטאטן.
די גרויסע חרדישע צייטונגען "דער איד", "די צייטונג", און "דער בלאט" מוטשען זיך מיט דעם פארלוסט פון ליינערס און אדווערטייזערס, און פרובירן כסדר אויפצוקומען מיט אופנים צוריקצוגעווינען דעם מארקעט.
ווי אויפגעדעקט יעצט צום ערשטן מאל דא אויף קאווע שטיבל, איז יעצט די רעדאקציע פון איינע פון די צייטונגען אויפגעקומען מיט דעם געניאלן געדאנק ארויסצוקומען מיט אן אומזיסטן טעגליכן צייטונג, וואס וועט דעקן די וועלטליכע און היימישע געשעענישן פון יענעם טאג, און וועט פארשפרייט ווערן אומזיסט פאר צענדליגער טויזענטער ליינערס דורך אימעיל.
אין די פארגאנגענהייט איז שוין געמאכט געווארן אזא פרואוו, אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבעט. יעצט, מיט דעם פינאנציעלן כח פון א גרויסע צייטונג און מיט א דגוש אויף היימישע נייעסן, אנטשפרעכט דאס צו זיין א ריכטיגע רעוואלוציע אין חרדישע זשורנאליזם.
די נייע טעגליכע צייטונג וועט טראגן דעם זעלבן נאמען ווי די צייטונג'ס וועכענטליכע אויסגאבע, און עטליכע סעמפל אויסגאבעס זענען שוין ארויסגעגעבן געווארן פאר רעדאקציע מיטגלידער. לויט דעם יעצטיגן פלאן וועט די רעדאקציע מעלדן איבער דעם דורכברוך אין די פארגרעסערטע פסח אויסגאבע, און עס וועט אנפאנגען ערשיינען הארט נאך פסח.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 4:38 pm
דורך ישמעאל הכהן
און וויאזוי וועט דאס העלפן זייעער וועכנטליכע אויסגאבע? וואס וועלן זיי האבן פון א אימעיל צייטונג?
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 4:52 pm
דורך פישלע העררינג
ישמעאל הכהן האט געשריבן:און וויאזוי וועט דאס העלפן זייעער וועכנטליכע אויסגאבע? וואס וועלן זיי האבן פון א אימעיל צייטונג?
ווייל עס קאסט נישט קיין פרינטינג און דיסטריביושען, אבער מען קען פארקויפן עדווערטייזמענסט אויף עס. עס העלפט צו פאר דער באטטעם ליין, נישט פאר די וועכענטליכע.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 4:55 pm
דורך איש עברי
קען איינער ברעכן די סוד? פון וועלכע צייטונג רעדט מען?
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 4:57 pm
דורך פלעין יודיש
בקיצור, נאכגעמאכט פרוש'עס צייטונג המבשר
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 4:57 pm
דורך פישלע העררינג
אגב, טאקע דראמאטיש. אזא דראמא וואס שפילט זיך אפ... די אטעם שטעלט זיך ממש אפ פאר תושבי 11211/11219.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 4:59 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז גאנץ א גוטע געדאנק. עס זאל זיך נאר אויסארבעטן. JDN האט עטליכע אין טויזענט סובסקרייבערס.
אז זיי ווילן עס מאכן אפילו בעסער קענען זיי עס מאכן אין ען אנליין פארמאט ווי מ׳קען מגיב זיין (פארשטייט זיך מיט קאנטראל אז עס זאל האבן א טעם), אדער מיט אן עפפ איינטאג וכו׳ און אפדעיטן אנליין נאר היימישע נייעס.
ווי למשל: חתונה בבית ביטשקע וזונלע רבי אין קול ששון, די רבי איז איצט אריינגעקומען מיט צענדליגע לעלואס, ר יקיר בראון גיבט איבער אז עס קומט גראמען אזאנס און אזעלכעס.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 5:01 pm
דורך ישמעאל הכהן
JDN איז א וועבסייט, דא רעדט מען פון סתם א אימעיל
איך האלט אז ס'גייט זיך נישט אויסארבעטן
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 5:02 pm
דורך [NAMELESS]
JDN האט זיך אנגעפאנגען מיט אימעיל. איך געש ענק נאך זייער אימעיל יעדן טאג. קוק וויפיל החצרות סאטמאר ארונים האבן יעדן טאג.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 5:06 pm
דורך ישמעאל הכהן
אהא.
לכאורה רעדט מען דא פונעם איד, זיי האבן שוין א שטיק צייט אימעיל סובסקרייבער אפשען פאר געלט, מ'באקומט דעם גאנצן צייטונ דיזשיטעל. מסתם האט זיך עס נישט אויסגעארבייט...
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 5:07 pm
דורך פלעין יודיש
ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך האלט אז ס'גייט זיך נישט אויסארבעטן
גראדע האט זיך די עברית'ישע צייטונג המבשר גאנץ גיט אויסגעארבעט
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 5:10 pm
דורך [NAMELESS]
פון ווי נעמסטו דאס אז המבשר אויף אימעיל האט זיך אויסגעארבעט?
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 5:13 pm
דורך פלעין יודיש
ישמעאל הכהן האט געשריבן:אהא.
לכאורה רעדט מען דא פונעם איד, זיי האבן שוין א שטיק צייט אימעיל סובסקרייבער אפשען פאר געלט, מ'באקומט דעם גאנצן צייטונ דיזשיטעל. מסתם האט זיך עס נישט אויסגעארבייט...
האב מיך טאקע געווינדערט פארוואס [tag]דער (פינטעל) איד[/tag] איז נישט צו געפינען לעצטענס
האפענטליך איינמאל ס'גייט ארויס ממחשבה למעשה וועט ער זיך אימקערן
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 5:14 pm
דורך ברסלבער
דא האט איינער פרובירט זיין לאק, עס האט אנגעהאלטן פאר עטליכע טעג וזהו.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 5:15 pm
דורך נולד מאוחר
אימעיל ארבעט דורך אינטערנעט, דאס איז נאר מותר פאר ביזנעס.
איי געס סגייט זיין מער אזא wsj סטייל צייטונג
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 5:16 pm
דורך פלעין יודיש
ממי_שאמרו האט געשריבן:פון ווי נעמסטו דאס אז המבשר אויף אימעיל האט זיך אויסגעארבעט?
געב א קוק זייער עדס.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 5:40 pm
דורך ביבער
כאכאכא, ס'איז 2014 און די חרדים פאנגן זיך אן אויפצווועקן צום ריאליטי..., די עולם האינטערנעט טוט וועלקאמען אלע רבנים וחסידיהם ופארטעהייהען מיט אלע פארענטשעס און לעלוס למיניהם, מאכט אייך אלע באקוועם דא און לאזט וויסן אייער אדרעס פאר אייערע חסידים זיי ווארטן אייך שוין דא באלד 20 יאר בכיליון עינים.
און נאך אביסל און צימערמאן'ס הויפט זייטל וועט שרייען מיט רויטע אותיות "געוואלד, שייטלעך.קאם גייט'ס ארויס פון די הייליגע אינטערנעט געוואלדדדד"
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:45 pm
דורך קרעקער
געהערט פון אינטער די קיליסין אז סאיז שפילמאן פון מצליח
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 7:18 pm
דורך עפל סיידער
ישמעאל הכהן האט געשריבן:און וויאזוי וועט דאס העלפן זייעער וועכנטליכע אויסגאבע? וואס וועלן זיי האבן פון א אימעיל צייטונג?
אז זיי זענען מצליח אויפען אימעיל וועט עס אויכעט, האבען אן השפעה אז די וועכענטליכער אויסגאבע וועט ווערן מער פאפולער.
ברסלבער האט געשריבן:דא האט איינער פרובירט זיין לאק, עס האט אנגעהאלטן פאר עטליכע טעג וזהו.
יענס איז נישט געווען א אימעיל פון אן
אויסגערופענער מוצלח'דיגער צייטונג.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 7:29 pm
דורך ישמעאל הכהן
נח בער האט געשריבן:יעצט, מיט דעם פינאנציעלן כח פון א גרויסע צייטונג
קרעקער האט געשריבן:געהערט פון אינטער די קיליסין אז סאיז שפילמאן פון מצליח
שטימט נישט
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 9:59 pm
דורך [NAMELESS]
ישמעאל הכהן האט געשריבן:נח בער האט געשריבן:יעצט, מיט דעם פינאנציעלן כח פון א גרויסע צייטונג
קרעקער האט געשריבן:געהערט פון אינטער די קיליסין אז סאיז שפילמאן פון מצליח
שטימט נישט
נח בער שרייבט קלאר אז מ'רעדט פון איינע פון די דריי צייטונגען
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 11:41 am
דורך יעקעלע חכם
ביבער האט געשריבן:כאכאכא, ס'איז 2014 און די חרדים פאנגן זיך אן אויפצווועקן צום ריאליטי..., די עולם האינטערנעט טוט וועלקאמען אלע רבנים וחסידיהם ופארטעהייהען מיט אלע פארענטשעס און לעלוס למיניהם, מאכט אייך אלע באקוועם דא און לאזט וויסן אייער אדרעס פאר אייערע חסידים זיי ווארטן אייך שוין דא באלד 20 יאר בכיליון עינים.
און נאך אביסל און צימערמאן'ס הויפט זייטל וועט שרייען מיט רויטע אותיות "געוואלד, שייטלעך.קאם גייט'ס ארויס פון די הייליגע אינטערנעט געוואלדדדד"
די ״חרדים״ זאג נאר שעפעלע בהיימטשיקל און וועלעכע ביתהכחסע און בית מדרש ביסטו געזעצן ווען די האסט חוזק געמאכט פון די ״חרדים״?
נשלח: פרייטאג אפריל 11, 2014 12:34 am
דורך sefish
האטשו