בלאט 1 פון 2

שעשה לי כל צרכי - גוטע שבת/יו"ט שיך ברענדס

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:21 pm
דורך מלא וגדוש
לכ' פסח זוך א גוטע שיך אנליין, וועלכע ברענד איז גוט וואס איז די עקספיריענס וואס מ'האט?
Stacy Adams
steve madden ?
אדער נאך אנדערע? מוז זיין אונטער 80 געלט.

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:26 pm
דורך גאלד
איך קויף שוין יארן די שיך, פון באסטאניען

http://www.amazon.com/Bostonian-Wenham- ... ian+Wenham

עלעגאנט, חסידיש, זייער לייכט, באקוועם, און גאנץ ביליג

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:27 pm
דורך געפילטע פיש
מיט וואס איז עס חסידיש?

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:28 pm
דורך מלא וגדוש
קעי איך בין נישט א באסטאניען חסיד און אויך נישט א בענדעל שיך חסיד. און גראדע קוקט מיר די שיך אויס מער וואכענדיג געשטימט.

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:29 pm
דורך גאלד
געפילטע פיש האט געשריבן:מיט וואס איז עס חסידיש?


נישט אלס תורת בעש"ט, נאר אלס דער פאפולערער סטייל פון חסידים אין ניו יארק,

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:32 pm
דורך געפילטע פיש
אהא.

מלא וגדוש, וואסארא שיך זוכסטו? שעשה לי כל צרכי, צו שעשני כרצונו?

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:33 pm
דורך אפטעמיסט
רחמנא ליצלן וואו ווייט מיר זענען אנגעקומען. שבת גייט מען מיט האלבע שיך, וואס הייסט דו ווייסט נישט וואס צו קויפן? ישראל כשהן יורדין...

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:34 pm
דורך מלא וגדוש
לאל גראדע ענדערש אזוי צווישן שעשני כרצונו און שלא עשני גוי.... נישט צו חסידיש אבער נישט א גוי און מער יו"ט'דיג, א דינע זויל וכהנה

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:38 pm
דורך מ גפני
איך זעה נישט קיין איין שיינע שיך אויף עמעזאן

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:40 pm
דורך גאלד
beauty is in the eye of the beholder

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:46 pm
דורך מלא וגדוש
דא איז צוויי שיך פון STEVEN MADDAN, די ערשטע איז אביסל טו מאטש פענסי, צווייטע מער חסידיש. ביידע קאסטן 70 געלט. אבער די צווייטע איז אביסל פלאטשיג, ערשטע האב איך מער ליעב אבער ס'גייט צו ארויף ווי איינער וואס וויל מאכן א סטעיטמענט

296237_001_ss_01.jpg


175383_001_ss_01.jpg

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:47 pm
דורך גאלד
יעצט געקויפט מיין באסטאניען שיך לכבוד יו"ט, $48.99 לא פחות ולא יותר,

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:48 pm
דורך מלא וגדוש
נוץ עס געזונטערהייט!

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:52 pm
דורך גאלד
עמעזאן פארקויפט יא steve madden שיך פאר אונטער $55

http://www.amazon.com/Steve-Madden-Kyrk ... madden+men

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:52 pm
דורך אפטעמיסט
מלא וגדוש, מאכסט מיר לאכן :lol: לייגסט אריין אן עבודה ביים קויפן שיך ווי דער כהן גדול לפני ולפנים. בכלל ווער איך נתפעל פון דיין חכמת המנעל און דיין ארויסהאבן די תכונת הנפש פון יעדע'ס שיך באזינדער.

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:54 pm
דורך מלא וגדוש
גאלד האט געשריבן:עמעזאן פארקויפט יא steve madden שיך פאר אונטער $55

http://www.amazon.com/Steve-Madden-Kyrk ... madden+men

יא כ'האב עס טאקע געקויפט אבער כ'מיין איך שיק עס צוריק! ס'האט אויסגעזען בעסער אויפן בילד

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:56 pm
דורך מלא וגדוש
יענע צוויי שיך וואס איך געלייגט איז נאר דא ביי DSW און אפשר נאך איינער. איך מיין איך גיי גיין מיט די ערשטע און ווער ס'וועט קרומען וועט כאפן א שטויס זאל שוין זיין פאר אוזר ישראל בגבורה אויך..
אבער וואס פאר א עקספירינעס האט מען מיט מעדדענס שיך?

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:59 pm
דורך מלא וגדוש
טעות יענע שיך קאסטן 70 נישט 80
http://www.dsw.com/shoe/steve+madden+ji ... cat1970006

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 7:52 pm
דורך געפילטע פיש
מעעע... איך האב געמיינט אז די פעסטע קאווע שטיבל חברה גייען מיט באקל שיך, פלעינע סטעפ אינ'ס? חברה, ס'פאסט נישט!

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 1:07 am
דורך kliger
די שעשה לי כל צרכי אנפאנג קעפל דערמאנט מיר פון דרעזנערס אינטערוויאס

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 5:42 am
דורך לאליפאפ
איך טראג MIRAGE און בין זייער צופרידן! געפילטע איך האב לעיס אפס, קעי?

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 9:45 am
דורך Ben-Shishim
How about just a good old SAS shoe?

I know I know, its for those old guys, ah well

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 1:24 pm
דורך געפילטע פיש
לאליפאפ האט געשריבן:איך טראג MIRAGE און בין זייער צופרידן! געפילטע איך האב לעיס אפס, קעי?

ביי אונז חסידים האט מען שטארק מקפיד געווען נישט צו גיין קיין בענדל שיך.