דער בריק

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

דער בריק

שליחה דורך שלום בערגער »

דער בריק
פון עלען שאפיראָ
יידיש: ש.ב. מקור-טעסט דאָ

איבערן בריק איבערן טײך
האָבן די מחנות געדאװנט אין אײנעם
און פארטױבנדיק, פה־אחד
איז געװאָרן אן אײנציק קול
אזא קיום פונעם חלום
װאָס יעדער קול בלחש, באזונדער
געטרױמט זיך בעת דער תפילה.

אױף יענער זײט בריק גלאנצט דער קופאָל
דער גאָלדענער אױפן הײליקטום
װי משיחס טעג אין דער תפילה
װאָס די תפילה איז זײ מבטיח
פאר די, װאָס זאָגן אױס די תפילה
פונקט אזױ, װי זי װיל געזאָגט װערן
און אזױ־אָ טאקע האָט מען אױסגעזאָגט

כאילו װי אַ פאָלק װאָלט זײ געװען נאָר
פון דער תפילה, א פאָלק װאָס רעדט ארױס דורכן
ארױסגעזאָגטן אין אײנעם, װאָס
דורכן אױסזאָגעכץ קען זיך דאכטן
אז מ׳האָט שױן דערזאָגט
אהין צו, דאָרט

אין ליכט פון דעם, װאָס זײ װאָלטן געװען
דאָס אײנציק קול פון לעולם
אָנשטאָט סתם מענטשן אױף א בריק
אָנשטאָט אלץ מער און נאָך מער
צעקװעטשט צוזאמען, צעדריקט
און געקנאָדערט צו
ביסלעך װי א ריזיקער קנופ

װאָס זײ פּרואװן אױסבינדן
דורכן בינדן זיך פעסטער אונטער דער זון
װאָס פארסמאליעט א װײסע
לאָך אין דער אָפשפיגלונג פון קופאָל
אױפן טונקעלן גיכן טײך - ביז
אײנציקװײז איבערן טײך
הײבט מען זיך אראָפצושיטן

װי קלײנע אומרײניקײטן װאָס די מאסן
מתפללים (טאקע זײ) האָבן אױסגעשפיגן
אדורכשטױסנדיק אדורך און פארבײ
די געשרײען װאָס זינקען אראָפּ אונטן װי געמױזעכץ
ארײן אין פארסמאליעטער לאָך
װאָס די זון האָט פארבריט אױף די צעכװאליעוועטן
קופאָל װאָס אין װאסער

װאָס מחוץ דער תפילה איז נישט
צו אנטלױפן, נישט אריבערצוגײן
חוץ װי װאסער װאָס פליסט צו און אָפ
אין און אריבער
װאסער - געמאכט פון װאסער
פון אזא היץ אױסגעשמידט
פון דער סאמע קעלטסטן גאָרנישט װאָס ס׳איז נאָר פאראן.

בילד
פארשפארט