בלאט 1 פון 1

ויקרא שמו בישראל: נעמען וואס אונז געבן היינט

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 1:53 pm
דורך בן בג בג
לעצטענס בין איך געווען ביי א ברית, אזוי בשעת'ן נאמען געבן איז מיר ארויף געקומען אין קאפ א מחשבה אז לכאורה די גאנצע ענין פון די נעמען וואס מיר געבען היינט איז זייער א פארצווייגטע ענין און אסאך זאכען האבען מיר אנגעהויבן וואונדערן, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע צו מסביר מיינע שאלות און איך האף א ז די חכמי השטיבל וועלן מיר קענען ענטפערן.
קודם כל איז דא נעמען וואס מ'נעמט פון די תורה ווי למשל נח, נאכדעם איז דא די אבות, די שבטים, משה און אהרון, די אינטרעסאנטע חלק דערפון איז אז פאר א געוויסע סיבה זענען נישט אלע נעמען אזוי אויפגעכאט ביי אונז, ווי למשל איך קען דערווייל נישט קיינעם מיטן נאמען זבולון. נאכדעם האבן מיר די נעמען פון די נביאים ווי למשל שמואל, זכריה, אליהו,יונה, אבער משום איזה סיבה הייסט  קיינער נישט חבקוק אדער אלישע. נאכדעם קומען די מלכים וואס נאר שאול, דוד און שלמה געבט מען היינט, וואס איז פשט אז נארגעוויסע נעמען געבט מען נאך און פון די אנדערע האט מען פשוט פארגעסן פון זיי?
נאכדעם הייבט זיך אן א גאנצע ליסטע פון שפעטערע נעמען וואס איך בין נייגעריג פון ווי זייער מקורות זענען, ווי למשל ליפא, מענדל, גימפל, געציל, ווער איז געווען די ערשטע גימפל און וואס איז געווען זיין חשיבות אז מיר געבן נאך די נאמען היינט?
אויך זענען דא די נעמען פון חיות,ווי למשל זאב, דוב צבי, ווען האט זיך יענס אנגעהויבן? אפגערעדט ביי די מיידלעך וואס זייערע נעמען קלונגען גאנץ אידישלעך ווי למשל שיינדל, בלומא, רויזא, פייגא, וואס קוקט אויסאז די נעמען זענען נישט צו לאנג צוריק באשאפן געווארן. ווען האט זיך אנגעהויבן די צייט וואס ננעמעזענען געווארן הייליג און מ'האט אויפגעהערט געבן אייגענע נעמען און נאר נאכגעגבן פון פריערדיגע?  

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 2:04 pm
דורך מ גפני
בן בג בג האט געשריבן: נאכדעם האבן מיר די נעמען פון די נביאים ווי למשל שמואל, זכריה, אליהו,יונה, אבער משום איזה סיבה הייסט  קיינער נישט חבקוק אדער אלישע.  

ס'איז נאך דא אזויפיל אלישע'ס ביים היימישען ציבור ווי זכריה'ס

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 2:31 pm
דורך לית דין בר נש
בן בג בג האט געשריבן:. נאכדעם קומען די מלכים וואס נאר דוד און שלמה געבט מען היינט, 

שאול איז נישט גיוועהן א מלך?
בן בג בג האט געשריבן:נאכדעם הייבט זיך אן א גאנצע ליסטע פון שפעטערע נעמען וואס איך בין נייגעריג פון ווי זייער מקורות זענען, ווי למשל ליפא, מענדל, גימפל, געציל, ווער איז געווען די ערשטע גימפל און וואס איז געווען זיין חשיבות אז מיר געבן נאך די נאמען היינט? 

איך קען דיר נישט פונקטליך ענטפערן פון ווי דאס קומט אבער די נעמען רופן זיך אידישע נעמען זיי זענען טפלים צו לשה"ק נעמען, 99% גייט עס צוזאמען יום טוב ליפא, מנחם מענדל, (דאכט זיך מיר מרדכי גימפל נישט זיכער) אליקים געציל! פארשטייט זיך אז נאר אויף איין וועג נישט יעדע מנחם איז מענדל אין נישט יעדע אליקים איז געציל אין נישט יעדע מרדכי איז גימפל (לויט מיין הנחה) אבער 99% מענדל זיינען מנחם אין געציל אליקים וכו' ווייל דאס הייסט די אידישע נאמען פון דער לשה"ק נאמען!!!

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 2:37 pm
דורך פלעין יודיש
בן בג בג איז גאנץ א שיינע נאמען...

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 2:41 pm
דורך בן בג בג
לית דין בר נש האט געשריבן:
בן בג בג האט געשריבן:. נאכדעם קומען די מלכים וואס נאר דוד און שלמה געבטמען היינט, 

שאול איז נישט גיוועהן א מלך?
[quote="בן בג בג"][quote][/quotניש
גערעכט, איך גיי עס פארעכטן. חוץ פון די פאל איז דא נאך נעמען וואס מ'געבט יא און וואס נישט כ'האב נאר אראפ געברענגט אפאר נעמען אלס משל

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 2:51 pm
דורך outspoken
וי''ל אז פונקט ווי הכל תלוי במזל אפילו ספר תורה שבהיכל די זעלבע מיט א נאמען, קען זיין נאך מער א נאמען וואס א טאטע גיט איז בבחינת רוח הקודש (זוהר הקדוש) איז שוין אינגאנצען נישט קיין קשיא"
מיין שותף דא זאגט אז פאר נפלים גיט מען די נעמען, און ס'גאר אסאך א העכערע בחינה.

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 7:44 pm
דורך berlbalaguleh
איך ווייס נישט איבער די אנדערע נעמען אבער ס'דא א סאך אידישע נעמען וועלכע שטאמען פון די גוי'אישע. ווי למשל אלעקסאנדער, אביגדור און זלמן. אביגדור מייניך איז א פארגרייזונג פון וויקטאר. פייוול איז א פארגרייזונג פון פאביאוס. ביי פרויען נעמען ארבעט עס אין פארקערטן ריכטונג. "סאפיא" איז א פארגרייזונג פון "צופי-ה". :roll: :?:

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 8:10 pm
דורך בן בג בג
זלמן איז לכאורה גענומען פון שלמה (סאלאמאן), ניין?

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 8:12 pm
דורך berlbalaguleh
בן בג בג האט געשריבן:זלמן איז לכאורה גענומען פון שלמה (סאלאמאן), ניין?

יא. אבער סאלאמאן איז גוי'איש. :roll:

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 10:10 pm
דורך elter-zeide
אין דע גמרא צייטן איז אויך געווען נעמען ביי יודען וואס איז נישט פון תנ"ך אין אויך וואס איז נישט יודיש, "אבי" "רבא" "רבה" ר' אסי, אבא, ר' אמי, אפילו ישמעאל, אין נאך אין נאך, אזוי אויך ביי דע בעלי תוספת, אין אלע דורות האבן זיך אריינגעמישט פארשידענע נעמען לויט דע שפראך וואס מ'האט גערעט,

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 7:06 am
דורך פלעין יודיש
berlbalaguleh האט געשריבן:איך ווייס נישט איבער די אנדערע נעמען אבער ס'דא א סאך אידישע נעמען וועלכע שטאמען פון די גוי'אישע. ווי למשל אלעקסאנדער, אביגדור און זלמן. אביגדור מייניך איז א פארגרייזונג פון וויקטאר. פייוול איז א פארגרייזונג פון פאביאוס. ביי פרויען נעמען ארבעט עס אין פארקערטן ריכטונג. "סאפיא" איז א פארגרייזונג פון "צופי-ה". :roll: :?:

אביגדור איז איינע פון די נעמען פון משה רבינו (עיין סנהדרין דף י''ט ע''ב)
און עס ווערט אויך געברענגט אינעם פיוט פון שמחות תורה ווי עס ווערט דערמאנט אלע נעמן פון משה רבינו ע''ה

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 12:46 pm
דורך berlbalaguleh
פלעין יודיש האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איך ווייס נישט איבער די אנדערע נעמען אבער ס'דא א סאך אידישע נעמען וועלכע שטאמען פון די גוי'אישע. ווי למשל אלעקסאנדער, אביגדור און זלמן. אביגדור מייניך איז א פארגרייזונג פון וויקטאר. פייוול איז א פארגרייזונג פון פאביאוס. ביי פרויען נעמען ארבעט עס אין פארקערטן ריכטונג. "סאפיא" איז א פארגרייזונג פון "צופי-ה". :roll: :?:

אביגדור איז איינע פון די נעמען פון משה רבינו (עיין סנהדרין דף י''ט ע''ב)
און עס ווערט אויך געברענגט אינעם פיוט פון שמחות תורה ווי עס ווערט דערמאנט אלע נעמן פון משה רבינו ע''ה

איך ווייס נישט פון די גמרא. נאר איך האב א שכן וועלכער הייסט אביגדור. מ'רופט איהם אדער ער רופט זיך, "וויקטאר". :? 8-) :roll: :lol: :x ;) :P :o

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 3:48 pm
דורך לית דין בר נש
berlbalaguleh האט געשריבן:
פלעין יודיש האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איך ווייס נישט איבער די אנדערע נעמען אבער ס'דא א סאך אידישע נעמען וועלכע שטאמען פון די גוי'אישע. ווי למשל אלעקסאנדער, אביגדור און זלמן. אביגדור מייניך איז א פארגרייזונג פון וויקטאר. פייוול איז א פארגרייזונג פון פאביאוס. ביי פרויען נעמען ארבעט עס אין פארקערטן ריכטונג. "סאפיא" איז א פארגרייזונג פון "צופי-ה". :roll: :?:

אביגדור איז איינע פון די נעמען פון משה רבינו (עיין סנהדרין דף י''ט ע''ב)
און עס ווערט אויך געברענגט אינעם פיוט פון שמחות תורה ווי עס ווערט דערמאנט אלע נעמן פון משה רבינו ע''ה

איך ווייס נישט פון די גמרא. נאר איך האב א שכן וועלכער הייסט אביגדור. מ'רופט איהם אדער ער רופט זיך, "וויקטאר". :? 8-) :roll: :lol: :x ;) :P :o

הייסט עס אז יצחק קומט פון Isaac ווייל מיין שכן הייסט יצחק אין רופט זיך Isaac?